אינגערמאן מיר מיזן שמיסן
טייערער זיסער אינגערמאן, איך וויל דיר זאגן א שטיקל סוד, וואס לויט איך זעי כאפסטו נישט, איך וויל דיר אבער קודם געיבן א שטיקעלע הקדמה.
איך וואלט זייער נישט געוואלט פלאצען דיין באבל, אבער איך מיז דיר פארט מגלה זיין, אלס א טאטע פון קינדער וואס האבן חתונה, אלס א אינגערמאן שוין עטליכע צעינליגע יארן נאך די חתונה, אלס א מאן וואס האט שוין אביסל עקספיריענס, וויל איך דיר מגלה זיין א זאך וואס עס ווינדערט מיר אז איר כאפט נישט, פארוואס כאפט איר נישט אז מיר טאטע'ס טיען אייך אינגעלייט באערדיגן, פארוואס מיינט איר אז ווען מיר מייכענען זיך אויס אויף אייך אז עס איז גשמי ברכה, איר מאכט נאך עושה מעשה בראשית, פארוואס כאפט איר נישט אליין, אז פאר אינז איז א עול פאר אייך צי טרעפן א דירה, ווייל עס איז נישט דא, דעריבער וועלן מיר אייך חתונה מאכן אין א קעילער, אדער אריין ריקן א דירה פאר צוויי דריי טויעזנט דולר, און דערנאך מיט וויינען מיט אייך אויף די שווערע מצב, פארוואס באמערקט איר נישט אז מיר ריקן אייך אריין אין כולל אן קיין שום חשבון ווי אזוי איר גייט עס מאכן אין אייער לעיבן, איר זעיט נישט די האנט שריפט אויפן וואנט, איר באמערקט נישט ווי מיר שאקלען זיך אפ פון אייך ווי אמשנעלסטן, ביים ערשטן געלעיגענהייט.
אפילו איר זענט אין די טיפעניש פין ים, איר מיינט אז איינער שווימט מיט אייך מיט, עס פאלט אייך גארנישט איין אז מיר האבן זיך שוין לאנג אויסגעדרייט, מיר האבן אייך פארלאזט, אבער איר נער שטייט און ווארט אויפ די ישועה, איר וועט ארים פלאטערן אינעם וואסער, ווארטען ווי לאנג דער טאטע קימט ציריק אייך אויסלייזן, און אפילו דאן ווען איר פלאטערט שלא כדרך הטבע, כאפט איר נישט אז מיר האבן אייך פארלאזט אויף אייביג, איר נעמט ארויס אייער סעלפאן, איר קאלט אהיים טאטי, אה וואס מאכסטו יוסעלע, אה ב"ה אלעס איז און בעסטען ארדענינג, אקעי ביי, די כאפסט נישט אז די ברויכסט זיך אויפרייסן אויף דיין פאטער זז"ג און אים פארשרייען, ווי האסטו מיך ארויס געשלעפט, ווי האסטו מיך דערטראנקען מיט דיינע אייגענע הענט, האסט מיך פארלאזט, און די פרעיגסט נאך וואס איך מאך, אפשר לערנסטו מיך אויס שווימען דעים רוישיגן ים איידער עס איז צי שפעיט, די ווארט נאר דארט די נערעלע, דער אייבישטער וועט דיר נישט פארלאזן, די שווימסט דיר ארים אינעם רויעשיגן ים, ריאיג ווי איר זענט ביים פאסטעך אין שטאל, איר האט אסאך בטחון אז אלעס וועט זיין גיט, מאך דיר דארט א טעלעפאן קאל צי קול הלשון, זיך א שיעור אויף מוסר, אויף חובת הלבבות, זיך אויסארבעטן מער און בטחון, ווייל די שפירסט עפעס נישט אזוי שטארק ביי דיר, האסט מורא צי סאך.
מיין סוד צי אייך איז פשוט, מיר טאטע'ס רייסן זיך פאר געלעכטער סארא פערד איר זענט, ווי ווייניג שכל איר האט, נישט צי כאפן די דבר פשוט מאוד, מיר רייטן אויף אייער שוואכקייט, מיר ניצן אייך אויס ביזן סוף, מיר ווייסן גענוי וואס עס גייט פאר ביי אייך, ווייל מען האט דאס געטיען צי אינז אויך, על כן אדער נעמט איר זיך שווימען ווי עס ברויך צי זיין, ריף הילף ביי וועים איר קענט, דינג דיר א שיף א רייס ארויס צי א מקום מנוחה, ווייל איר גייט זיך אי"ה דערטרעינקן, מיר וועלן ניטאמאל וויינען, מיר עלטערען זענען געוואוינט צי די סארט געשעיעניש, מיר קענען נישט און ווילן אייך נישט העלפען, איר ברויכט אייך אליין העלפן, פארוואס כאפט איר דאס נישט, קיקט מיך נישט אן אזוי, סארי פּעל, דעיס איז דיין לייפ, כאפ עס באצייטענס איידער עס איז צי שפעיט, זאג דיין טאטען, אז אויב האסטו פאר מיר א הינדערט צוואנציג יאר פלאן הרי טוב, אויב נישט זיי מיר געזינט, איך וועל מיר אליין מאכן מיינע פלעינער.
אויב וועט איר אינגעלייט נישט מאכן דא א רעוועלאציע קעיגן די גרויזאמע עלטערן, וועט איר אלע אפשניידן פונקט ווי אייערע עלטערן, איר וועט זיך ווייטער שטיפן טיפער אינדער ערד, אזוי ווי עס טיען אלע ווילדע חיות שוין טויזענטע יאר, איר וועט ווייטער טיען דאס זעלבע פאר אייערע קינדער וואס איר גייט בעזר השם האבן און די מאסן, אויב וועט איר נישט זיך נעמען טיען צי די זאך, בוגד זיין און די סטאטוס קאווע ווארט אויף אייך גאר ביטערע לאנגזאמע טעיג, טעיג אן קיין מנוחה, טעיג אן קיין הרחוות הדעת, לאנגע טעיג פון זיך פלעטערן דעים קאפ ווי אזוי ארויפ לייגן ברויט אויף אייער טיש, די ביטערע ערשטע טעיג פינעם חודש וואס מען ברויך זיך טרעפן מיט די לענדלאר, צאלן אים די ראצע, אוועק געיבן כל אשר לך פאר זיין וואוילטעיטיגקייט, פאר זיין חסד של אמת אייך צי לאזן אקיאפירן זיין נאז לאך.
ווארט איר בעזרת השם א קינד, וועט איר פאר ניין חדשים האבן שלאפלאזע נעכט די איר אלטע קשיא אנא יכנס כל הבעיבי הזה, און די בעיבי וועט אנקימען בשעה טובה ומצלחת, בעתו ובזמנו, מיר זיידע'ס און באבע'ס וועלן זיין אינדע הויכן, מיר וועלן זיך וואונטשען לחיים, מיר וועלן אויך פארשטייט זיך געהעריג זיך צישטעלן פאר די גאס, מיט א טייערע באגעבא, אויך שיינע סטרעטשי'ס, מיר וועלן אפילו טראסקען א רייסערישע וואכנאט און ברית, אדער קידוש לויטן מצב, מיר וועלן אפילו צישטעלן הערינג גאלע מיט וואדקע אנע השגחה, אבער חוץ מזה וועלן מיר מעלים עין זיין, מיר וועלן אייך דערנאך ווייטער לאזען אינעם ים, אייער ווייבל וועט מער נישט ברעינגען דעים מאגערן געהאלט, איר וועט ווייטער צאלען די רענט וויפיל דער לענדלאר'ס גיסטע איז אותו יום, אויב איז עס חודש אדר וואס עס איז מצוה גדולה להיות בשמחה, וועט ער ביי אייך באשטעלען א איבריגן טויזענטער ער זאל קענען זיין געהעריג בשמחה, ווען ער וועט אייך זעין וועט איר מיזן ווייזען א פנים זועפות ווייל אויב נישט העכערט ער תיכף די רענט למפרע.
טייערער אינגערמאנטשיק, זיי מוחל כאפ זיך אויף פון אייער הייברענאציע, הייבט אן א קול ענות א קול מלחמה במחנה, וואס זאל אפהילעכן מסוף העולם עד סופו, מאכץ קולות וברקים, פאריפט זיצינגען, מאכט א בונד, מאכצט א ציל ווי איר ווילט אנקימען, נעמט אויף עטליכע צווישן אייך אינגעלייט וואס זאלן ווערן אייערע פארטרעיטער, נעמט אייך פראטעסטירן, נעמט מארשירן איבער די גאסן, ריעט נישט איין ביז עס וועט זיין געניג אינגעלייט אנגעשלאסן אינעם רעוועלאציע, מאכט אייך אייגענע צייטינגען, וואס וועלן נאר רעדן איבער אייערע פראבלעימען, נישט נאר איבער קהילישע פראפעגאנדעס.
איך וואלט אייך געראטן אז אייער ציל זאל זיין אז איר וועט האבן א דירה נישט קיין חיליק ווי, ווילאנג עס איז אינטער הינדערט פיפציג טויעזענט דולר, איר זאלט זיך נישט זארגען פאר קיין מוסדות, די מוסדות זאלן זיך זארגן פאר אייך, אז איר וועט האבן פינף הינדערט אינגעלייט און סיי וועלכע מקום, וועט איר זעין ווי אלע מוסדות וועלן פליצלינג נעמען אינטערעסע, אלע רבילעך וועלן שוין פאר סיי וועלכע סיבה זעין אז מען זאל דארט רעפרעזענטירן זייער שטאט פינדער היים, איר זאלט נאר צילן פאר א הרחווה'דיגע וואוין ארט מיט פרנסה, אלעס חוץ דעים זאל אייך נישט אנגיין, איך בעיט אייך טייערע אינגעלייט, צי ווייסט איר אז די לעצטע פינף יאר אין וויליאמסבורג האבן חתונה געהאט א חשבון פון פינף ביז זעקס הינדערט פאר פאלק, ב"ה אלע פון זיי האבן געפינען דירה סריחות איינס קלענער פון צווייטן, ווילט איר נייע אינגעלייט טיילן דעים גורל, אויב נישט מאכט א רעוועלוציע, נעמט אייך אינדע האנט אריין, קיקט נישט אויף אינז עלטערע, ווייל מיר פייפן אייך אן, מיר גייט נישט אן אז וואוינט אין סעלער הארט לעיבן בוילער רום אינטער א גערויש פון א בוסטער פאמפ, קיקט אייך אין שפיגל און שמיעסט מיט אייך אליין קיק נישט אויפ מיר ווייל איר וועט זעין ווי מיר שטעקן אויפ אייך ארויס אינזער צינג.
לאנג לעיבן זאל דער רעוועלוציע...
אינגערמאן מיר מיזן שמיסן
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
אינגערמאן מיר מיזן שמיסן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דו ביסט דאך פריש און מונטער, וויפיל מאל דו ברענגסט ארויף דעם פארווייטאגטן ענין, יעדע מאל מיט א נייע טוויסט און פרישקייט, די מליצות און ווערטלעך צו שטארבן, איך ראול זיך פאר געלעכטער בשעת מיין הארץ טראפט בלוט אויף יעדן שורה.
דו ביסט עפעס אויסערגעווענליך קריעטיוו, זיס, און נעבעך אזוי ביטער גערעכט!

דו ביסט עפעס אויסערגעווענליך קריעטיוו, זיס, און נעבעך אזוי ביטער גערעכט!
פליקער האט געשריבן:פארוואס מיינט איר אז ווען מיר מייכענען זיך אויס אויף אייך אז עס איז גשמי ברכה, איר מאכט נאך עושה מעשה בראשית.
פליקער האט געשריבן: זיך טרעפן מיט די לענדלאר, צאלן אים די ראצע פאר זיין חסד של אמת אייך צי לאזן אקיאפירן זיין נאז לאך
פליקער האט געשריבן: די איר אלטע קשיא אנא יכנס כל הבעיבי הזה
פליקער האט געשריבן:ב"ה אלע פון זיי האבן געפינען דירה סריחות איינס קלענער פון צווייטן, ווילט איר נייע אינגעלייט טיילן דעים גורל, אויב נישט מאכט א רעוועלוציע, נעמט אייך אינדע האנט אריין, קיקט נישט אויף אינז עלטערע, ווייל מיר פייפן אייך אן, מיר גייט נישט אן אז וואוינט אין סעלער הארט לעיבן בוילער רום אינטער א גערויש פון א בוסטער פאמפ, קיקט אייך אין שפיגל און שמיעסט מיט אייך אליין קיק נישט אויפ מיר ווייל איר וועט זעין ווי מיר שטעקן אויפ אייך ארויס אינזער צינג.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
נישט אויסגערעדט זאל זיין.
אזוי צו רעדען?
עס איז דא א סיבה פארוואס מען וואוינט דא.
דער עולם ווערט נמשך נאך די סביבה, א נארישער באנגעלוי קאסט צוויי מאות, און די רעדסט פין א הויז פאר הונדרעט פיפציג?
מען קען גיין וואוינען אין לאק שעלדריק, גיי געזונטערהייט, ווער לאזט נישט?
פאר עפעס א סטופיד סיבה זוכען די אינגעלייט מיט די ווייבלעך צו וואוינען דא אין שטאט אונטער דער נאז פין די עלטערען, זעהט אויס זיי האבען ליב צו זעהן דער אויסגעשטרעקטער צונג.
און בכלל, פאר אונז אינגעלייט, וואס ווייסען נישט גארנישט אין לעבען, קענען זיי נישט אוועקגיין וואוינען, ווייל זיי הייבען נישט אהן צו וויסען וויאזוי צו וואוינען האלב וועגס אליין. פין צודרייען א קלאמקע ביז קאנעקטען א טעלעפאן, גארנישט, אפילו נישט פלאנדשזען א טוילעט, גיי וואוינען אין די הרי אררט און פראביר צו רופען איינער פאר אלע משוגעת'ן.
אונז ציען מיר אויף אזעלכע בעלי מומין, מענטשען וואס ווייסען גארנישט חוץ ווי אזוי מען באקומט אביסעל פ.ס. מיט וואוטשערס דורך וועלפיר, ווייל מיר זענען זייער ארימע מענטשען וואס ווייסען נישט וויאזוי מען ארבעט פאר פרנסה, ווייל דער טאטע גיבט אויף די רענט און דער ווייב פארדינט אפאר גרייצער פאר קענען א קיבארד.
און צודעם קומט צו דער אנדערע אשכול וואס צייגט אויף די עלטערען אז דוקא זיי זענען די רשעים ווייל זיי גיבען נישט גענוג פאר די קינדער.
בעת וואס די רעביס ווייסען איין זאך, אז מען דארף רעדען צו די אינגעלייט און עזרת נשים די הארבקייט פין בורט קאנטראל, ווייל זיי דארפען דאך האבען וואס מער חסידים.
אוי, והוא יושיענו ברחמיו שנית.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
די מאכסט אזוי אוועק אינזערע אינגעלייט, מיר זענען שוין גארנישט אזעלכע אינוואלידן, ווען מיר גייען אויף די יארכע זענען מיר די בעסטע די קליגסטע די פיפיגסטע אויפן וועלט.
די פראבלעים איז אז אינזערע טאלאנטן ווערן פארניצט אויפ די שטותים, מיר קימען איבראל אן, מיר פארשאפן פיי סמך ווען קיינער קען נישט, מיר ווייסן ווי אין אמעריקע עס איז דא א גורל אויפ א סעקשן עיט, מיר קענען בויען עקסטענשן'ס, בונקערס און סוכה'ס, פארטשעס, און פארענטשעס
די פראבלעים איז אז אינזערע טאלאנטן ווערן פארניצט אויפ די שטותים, מיר קימען איבראל אן, מיר פארשאפן פיי סמך ווען קיינער קען נישט, מיר ווייסן ווי אין אמעריקע עס איז דא א גורל אויפ א סעקשן עיט, מיר קענען בויען עקסטענשן'ס, בונקערס און סוכה'ס, פארטשעס, און פארענטשעס
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
נעוואדע בין איך שטארק אינפארמירט פון דעים חוב קדוש, און גריידע בין איך וויליג צי שמיעסן ווי לאנג די וועסט איינזינקען אינעם טיפענעש פינעם תהום רבה, פאר איך פארגעס, האט עפעס דער אינגערמאן נישט א געהעינגל חובות קדושים, זיי נישט ביזי מיט מיינע חובות, ווען איר אלע פלעיגט און פאשעט וויינען און דיינען, און קיין שום זאכליכע מהלך החיים, ווען איר וואלט באמת געהאלטן דערביי, אן קיין שום שטריק געבינדען, ווען איר וואלט זיך קודם אויפגעבינדן פון אייערע קייטן, און רעוואלטירט פארוואס איר מיזט זיין ציגעבינדען דוקא צי א וויליאמסבורגער בוים, מיט א ליש וואס קען זיך ציען נאר ביז די כולל אויף קיעפ סטריט, דאן וואלטן מיר אייך יא געוועין וויליג צי העלפן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
היצטערט באקומען אין ק/פ וואטסעפפ
מיר זענען געבליבן אונגארישע בהמות...
אונז קעמיר טאקע עסן טעגליך די פראנצויזישע 'פרענטש פרייס'; איטאליענע פיצא; און כינע'זע סושי, אבער פארט בלייבן מיר אונגארישע פערדן. איינגערעדטע נערנים.
מען איז דום? צי מען מאכט זיך דום?! מען זעט טאקע נישט דעם מציאות, אדער מען מאכט זיך צו די אויגן?! וויאזוי ס'׳זאל נישט זיין, איז דער מצב הדירות ביי די יוצאי אונגארן וואס וואוינען אין וויליאמסבורג גאר ביטער. אונז האמיר טאקע שוין מער נישט צופיל פון די באטשיס און די נעיניס אבער די איינגערעדקייט איבער דער מצב טוט קלארשטעלן אז די 'די. ען. עי.' פליסט אונגארישע נאטורן גענוי ווי בעפאר די צווייטע וועלט קריג.
מען האט זיך געבעטן צו די אונגארישע אידן בעפאר די צווייטע וועלט קריג אז זיי זאלן אפיאגן. ווייל דער רשע וועט איין טאג אנקומען אויף דעם אונגארישן באדן. זייער ווייניג האבן צום באדויערן דערהערט דעם הייסן רוף.
"אנטלויפט פון דאנעט!" - האט מען געשריגן.
"וואאאאאאעעעעעססס?!" האבן זיי געפרעגט מיט אן אונגארישן אקצענט. "ס'איז גארנישט". "ער וועט קיינמאל נישט אהערקומען."
קיינער האט נישט דערהערט דעם רוף. יעדער האט געהאט אן אנדערע תירוץ. יעדער איז אויך געווען גערעכט פארוואס דער רשע וועט למעשה נישט אנקומען. איבער א האלבע מיליאן אונגארישע אידן האבן ליידער געצאלט א ביטערן פרייז.
אונז זעמיר אין א געוויסע סארט גלות אין וויליאמסבורג וואס דער מצב איז גאר געפערליך.
ס'איז געווארן אזא אויסגעדראשענע טאפיק. יעדער ווייסט ס'טויג נישט. יעדער ווייסט די לעזונגען. דער עולם איז שוין באורד צו רעדן דערפון. מען וויל פארגעסן פון די לעזונגען. וואס דאס איז: "אוועק פון דא! נישט קיין חילוק וואו!"
יונגעלייט וואוינען אפיציעל אין בעיסמענטס; מיט א פענסטער איז אן אפגרעיד. מען איז העפי אז מען האט א דאך איבער'ן קאפ. מיט צוויי קינדער אינעם לעכל שפירט מען זיך גאנץ רואיג מיט'ן טרייסט אז דער וואס האט געוואוינט בעפאר האט געוואוינט מיט דריי פיצלעך...
אויב האסטו יא א לייטישע דירה, צאלסטו אן אפותיקי דערפאר. אין זייער אסאך פעלער דעקט נישט דיין געהאלט דיין רענט אדער דיין מארטגעדזש. דו לעבסט שטענדיג אויף בארג. די הוצאות וואקסט, אבער די הכנסות וואקסן נישט מיט אזוי שנעל...
ס'איז נישט קיין תכלית יעצט און מען טראכט נישט. מען גראבט דעם גרוב גרעסער און גרעסער. מען ווייסט נישט וואס די נעקסטע טאג וועט ברענגן. מען קען פליען פונעם דירה פון איין טאג אויפ'ן צווייטן.
זייט נישט קיין נאר: פוץ יעצט אפ פון דא, און גיי וואו אימער ס'שמעקט דיר. און אפילו דו האסט יא צוזאמגעקראצט אפאר טאלער פאר א דירה, מען גייט זיך א קליינע דריי און דו דארפסט דיר נעמען זוכן א דירה פאר דיינע קינדער. רעד נאר צו א מחותן דערוועגן. זיי זאגן אז ס'איז אסאך שווערער פון די שידוך זעלבסט. ס'איז שוין זייער נארמאל ליידער אז בלויז געציילטע וואכן בעפאר די חתונה איז נאכנישט דא גארנישט.
די איינציגסטע וואס קענען דורכלעבן רחבות'דיגע דירות פאר זיך און פאר זייערע קינדער זענען די גאר פארמעגליכע. אויב אבער ביסטו נישט אין די קאטעגאריע האסטו נישט דא וואס צו זוכן.
איך אפעליר בעיקר צו די מעדזשארעטי פון אונזער עולם וואס פארדינט קוים צו דעקן די רענט אדער מארטגעדזש און וואוינען אין קליינע לעכער: אויב ווילסטו האבן א שיינע גרויסע משפחה, וועסטוך סיי ווי דארפן גיין איין טאג, דו וועסטוך דערטרענקן אין חובות ר"ל נאך פאר דיין ערשטע קינד'ס בר מצוה, טא פארוואס אנטלויף איבערנאכט ווי א חיה פון דא ווען דיינע קינדער זענען שוין גרויס, ס'איז אסאך שווערערע דעמאלס אין יעדן הינזיכט. באזעץ דיך יעצט וואו אימער ס'שמעקט דיר, און הייב אן לעבן ווי א מענטש. מיטן אפשטופן דאס אוועקמופן וועט נישט פארלייכטערן גארנישט, ס'וועט עס נאר שווערער מאכן. אסאך האבן זיך שוין אפגעבריט.
וויאזוי פלעגן אונזערע רבי'ס זאגן ווען מ'פלעגט האבן סיבות נישט צו לערנען: "תירוצים וועסטו האבן, אבער אן עם הארץ וועסטו בלייבן..."
אין אופסטעיט האבן זיך אין די לעצטע פאר יאר אהין געצויגן אסאך מענטשן וואס האבן שוין באמת געדארפט אפציען מיט יארן פריער. זיי האבן אבער גענומען דעם וואנדער שטעקן ווען ס'איז שוין געווען 'חרב חדה מונחת על צוארם'. ס'איז געווען אסאך שווערער.
איך בעט דיר. וועק דיך אויף באצייטנס. אין דיר ווענדט זיך עס! הער אויף מיט די אונגארישע מעשות: פאס באשלוסן מיט פארשטאנד, און נישט מיט געפילן!
נעם דיר עס גוט אריין אין קאפ: אויב וועסטו ווייטער בלייבן איינגערעדט ווי אן אונגארישער פערד און ווייטער ערציען דיינע קינדער צוזאמגעפרעסט ווי חזירים דאן וועסטו נעבעך צאלן א טייערער פרייז.
ס'וועט שוין אבער זיין אביסעלע צו שפעט!