בלאט 1 פון 1

נ.י. טיימס: מערעוואנא דארף ווערן לעגאל!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:27 am
דורך יידל
די פרעסטיזשפולע און איינפלוסרייכע גרויע דאמע האט אונטערגענומען א העפטיגער קאמפיין צו שטיצן די לעגאלעזאציע פון מערעוואנע (marijuana) אין אמעריקע. אין א סעריע עדיטאריעלס, וועלכע זיי רופן "הויעך צייט" (א זיסער ווערטער שפיל), אטאקירט די טיימס די פעדעראלע רעגירונג פארן אנהאלטן מערעוואנע אונטער פארבאט. די טיימס עדיטאריעל באורד פארגלייכט די מערעוואנע פארבאט צו פראהיבישען אין אמעריקע, ווען אלקאהאל איז געווען פארבאטן און אמעריקע האט סיי ווי געטרונקן. אין אנדערע ארטיקלן צייגן זיי אן אויף דעם וואקסנדעם פראצענט אמעריקאנער באפעלקערונג וואס עקספערימענטירט מיט קאננאבאס און קען אויך באשטיין אז עס זאל לעגאליזירט ווערן, און זיי טענה'ן אז דער החלטה אויף יא אדער ניין דארף געלאזט ווערן צו די סטעיטס, א ליבעראלער און ליבערטעריען שטעלונג לויט די טיימס.
עס איז שווער צו גלייבן אז אפאר ארטיקלן אין די טיימס קען ברענגן צו לעגאלער טויש אין אמעריקע, עס איז אבער זיכער א טריט פאראויס פאר די לעגאליזאציע אדוואקאטן אין אמעריקע.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:38 am
דורך פליקער
יודל: פארוואס איז דער מדובר נאר פון מאריכאנע פאר מעדיקאל סיבות, מען הייבט אן מיט מעדיקאל א ער מען ענדיגט מיט ריפילן פראהעבישן,

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:41 am
דורך יידל
וואו זעסטו אז די מדובר איז נאר פון מעדיקעל?

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:55 am
דורך פליקער
דיין ערשטע לינק היי טיים, רעדן זיי קלאר נאר פון מעדיקאל ריזען'ס

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 1:13 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין א מן הארץ אין די ענינים ב"ה. קען מיר איינער ערקלערן פארוואס זאל דאס ווערן לעגאל? וואס איז די מעלה דערמיט?

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 4:17 pm
דורך ונבנתה העיר
אין קאלאראדא - וואו מאריוואנא איז לעצטענס געווארן לעגאל - מוטשעט מען זיך יעצט מיט'ן אויפשטייג פון יונגע-ערוואקסענע וואס זענען היימלאז.

זיי קומען פונעם גאנצן לאנד נאך די געשמאקע גראזן, און עס איז די צווייטע אנגעגעבענע סיבה פון די שעלטער באנוצער.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 5:07 pm
דורך קרעמער1
אבטולמוס האט געשריבן:איך בין נישט אינגאנצן אויסגעקאכט אין דער מאריכואנא סוגיא, אבער ווי עס קוקט מיר אויס איז די טענה אז מאריכואנא איז נישט גורם קיין צוגעבונדנקייט (אדיקשאן), און איז בעצם נישט מער שעדליך ווי אלגעמיינע ציגארעטלעך. דאס אז די רעגירונג מישט זיך אריין אין פריוואטע מענטשנ'ס לעבנס און פארבאט עפעס וואס איז נישט שעדליך פאר קיינעם איז נישט מאראליש, און קעגן די אמעריקאנער פרינציפן פון פרייהייט.

כ'האב געזען א טענה קעגן מתיר זיין מאריכואנא, אז וויבאלד עס איז אסור איז דאס דער דראג מיט וואס יוגנטליכע שפילן זיך. אויב וועט דאס ווערן מותר, וועלן די יוגנטליכע זוכן אנדערע מים-גנובים גליקן, און דאס וועט זיין די גאר שעדליכע דראגס. ענדליך צו דער טענה פון [tag]shem-tov[/tag]...

ווי איך האב געליינט איז עס יא גורם אדיקשן אבער איז נישט מער שעדליך ווי אלקאהאל און טאבאקא וואס אביסל קען דער מענטש פארנעמען

מ'קען זיך נישט אווערדאוזן אויף מריכואנא משא"כ קאקעין און אנדערע וועלכע קענען זיין פאטאל
און איינע פון די טענות איז אז דאס אלעס צאםשטעלן אונטער א שם הכולל פון שעדליכע דראגס איז א גרויסע טעות און ברענגט מער שאדן ווי נוצן