בלאט 1 פון 1

קוואליפיקאציעס צו ווערן א רב

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 2:41 pm
דורך דריידל
אונזער דור איז געבענטשט מיט א שפע פון רבנים, אדמורי"ם בנש"ק'ליך און סתם שיינע אידן. ווען אזא איינער ווערט דרייסיג אדער פערציג יאר אלט, כאפט אן א תאווה צו עפענען א שול ווי מ'ערקלערט זיך אלס מרא דאתרא. די סיבות וואס שטיפן דערצו, זענען נישט אייניג. ביי איינעם איז דאס ווייל ער וויל מרביץ תורה זיין און משמיע זיין דבר ה' אומגעשטערט, ביי א צווייטן איז דאס ווייל ער וויל זיך פירן כמנהג אבותיו ורבותיו און נישט ח"ו משנה זיין קיין זיז כלשהו, א דריטער האט צוואה פון זיין עלטער עלטער זיידע אז אלע אייניקלעך מוזן משמש זיין באדמורות, א פערדער רעדט זיך איין אז ער עט טון שענערע שידוכים אויב וועט ער קענען שרייבן אויפ'ן אינוועטעישן "עליה לתורה בבית מדרשינו, א פיפטער פאסט אים סתם נישט צו דאווענען ביי א צווייטן, און נאכדעם איז דא וואס עפענען כדי צו באקומען כבוד אדער עטענטשאן.

די מציאות היינט איז אז רוב בתי מדרשים האבן נישט קיין רב וואס איז פאסיג צו דינען אלס א מורה דרך. ס'זענען דא געציילטע בתי מדרשים וואס די רב איז א מורה הוראה, לערנט פאר שיעורים פאר בעלי בתים, און שטייט על המשמר בענינים העומדים על הפרק להורות את המעשה אשר יעשון, ועל כולם איז ער א יראת שמים וואס ברענגט אז די מתפללים רעספעקטירן אים און זיינס א ווארט. רוב מענטשן (איך רעדט פון די חסידישע געגענטער ווי ב"פ וויליאמסבורג און מאנסי) האבן נישט אזאנס. די שולען וואס ווערן געעפענט דורך בנש"ק'ליך אדער סתם כבוד זיכער, איז דאך אפגערעדט. אסאך פון זיי זענען שוואכער ווי אן עוורעדזש בעה"ב.

די בתי מדרשים וואס געהערן צו א חסידות האבן טאקע עפ"י רוב א דיין אבער ער האט גאר ווייניגער רעכטן וואס ער מעג יא אדער נישט זאגן. למשל, א סקווערער דיין קען נישט זאגן אז עפ"י הלכה איז בעסער נישט צו גיין מיטן א גארטעל אגאנצן טאג כדי מ'זאל מקיים זיין "הכון" פאר'ן דאווענען. א ארוני דיין קען נישט זאגן אז עפ"י הלכה האט מהר"א נישט א דין מרא דאתרא אין ק"י. א זלוני דיין קען נישט זאגן אז מ'זאל ענדערש קויפן מצות פון אריזאנע ווייץ. א בעלזע דיין קען נישט זאגן אז ר' משה פיינשטיין איז גערעכט און ברוקלין איז יא א רשות הרבים דאורייתא.

אודאי זענען דא דרגות און געוויסע דיינים רעכענען זיך ווייניגער מיט זייערע אויבערהארן ווי אנדערע, אבער איך מיין אז מיין פאינט איז קלאר אז פעיראלל דיינים, ווי די בלאט רופט זיי, זענען לימיטעט. די עפעקט פון דעים איז אז א יונגערמאן וואס דאווענט און א שטיבל וואס געהערט צו א חסידות, האט נישט קיין מורה דרך פאר וועמען ער איז זיך מבטל. ער ווייסט אז ער דארף יעדע זאך טראכטן אויב די דיין זאגט אזוי ווייל דאס איז וואס ער האלט טאקע אדער קען ער נישט זאגן אנדערש. דאס ברענגט א צעמישעניש און ווען ער האט א ספק אויף עפעס דארף מען אנפאנגען טראכטן זאל איך פרעגן דעים אדער יענעם.

נאכדעם זענען דא רבנים מיט אייגענע שולען וואס האבן טאקע קוואליפיקאציעס, זיי זענען יראי השם, גוטע בעלי דרשנים און נישט צוגעבינדען צו א פארטיי, אבער זיי זענען נישט קיין מורה הוראה. ס'פארשטייט זיך אז א יונגערמאן מוז האבן נאך איינעם אויף די זייט מיט וועמען איבערצוגיין זיינע הלכהדיגע שאלות. דאס מאכט שווערער מקבל מרות צו זיין פון אזא איינעם.

אודאי קען מען נישט עקספעקטן אז א רב זאל זיין א מושלם אין אלעם, אבער א מינימום דארף זיין. מ'דארף קענען פסק'ענען טאג טעגליכע שאלות, מ'דארף פארלערנען שיעורים און מ'דארף זין גרייט אוועקצוגעבן צייט ארויסצוהעלפן ווען איינער האט א פראבלעם.

וואס וויל איך מיט די ארטיקל? איך בין אליינס נישט קלאר, אבער עס באדערט מיך די מצב היינט אז רוב יונגעלייט האבן נישט קיין מורה דרך. כמעט אלע וואס פאררופען זיך אלס חסידים פון איינער פון די גרויסע רבי'ס, האבן נישט קיין עכטע קשר מיט זיי, ספעציעל אויב מ'וואינט נישט אין די זעלבע שטאט. דאס איז גורם אז אסאך יונגעלייט פסק'ענען זיך אליינס זייערע שאלות (הלכות נדה שאלות אפשר נישט) און די מצב קוקט אויס וויאזוי ס'איז ליידער. מ'דארף וויסן אז די רבי'ס טראגן א גרויס חלק פון די שולד.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 3:12 pm
דורך פישלע העררינג
כשבאין לסמוך בסמיכת חכמים, איש מפי איש עד משה רבנו ע"ה, אין סומכין אלא לחכם, בעל נוי, גדול משכמו ולמעלה, בקי קצת בענייני העולם, גיבור, ואיש חיל.

בערך אזוי שטייט אין די גמרא. הלוואי אויף אונזערע צייטן אזוי...

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 3:22 pm
דורך קאווע טרינקער
איך פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם איז?
פארוואס מוז מיין מורה-הוראה זיין די רב אדער דיין פון מיין בית המדרש וואו איך דאווען? דאווענען וועל איך אין די שיינע שוהל די נענסטע צו מיין הויז בנשיאות א בנש"ק שלא קרא ולא שנה, ער איז נישט מיין מורה דרך, איך פרעג נאר אזעלעכע פשוטע שאלות ווי: ווען שטעלט מען זיך מנחה תשעה באב נאכמיטוג אום צי דער רב גייט אין קאנטרי פאר א שבת וכדומה.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 3:33 pm
דורך פישלע העררינג
אין בארא פארק איז לעצטענס יא געווארן א שטיקל שינוי לטובה אין דעם געביט. ר' בנימין אייזנבערגער היכל התפלה, ר' פייפער ברכת מנחם, וכהנה וכהנה. יוסף ה' עלינו אלף פעמים ככה.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 3:37 pm
דורך שמעקעדיג
עס איז זיכער א שווערע שאלה, עס פלאגט זייער אסאך יונגעלייט, עס איז שווער צו טרעפן א כרכא דכולא ביה, אנדערע לויפן צו משפיעים צו מקבל זיין השקפה, און פרעמדע דיינים צו פרעגן שאלות איסור והיתר, בלית ברירה מוז מען גיין רעבבע שאפינג.

מען האט שוין אויסגעשמועסט דעם פראבלעם עטליכע מאל אין שטיבל, למשל דא
viewtopic.php?f=24&t=1075

אדער דא
viewtopic.php?f=24&t=1082

עס איז געווען אין נאך פלעצער, איך קען זיי נישט טרעפן אויפן מאמענט.

איך האב געהאט א ענליכע שאלה אויף רבי'ס שוין א צייט צוריק.
viewtopic.php?f=24&t=1660

פאר ליצנות דערויף קענסטו זעהן דא
viewtopic.php?f=4&t=6438

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 7:19 pm
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם איז?
פארוואס מוז מיין מורה-הוראה זיין די רב אדער דיין פון מיין בית המדרש וואו איך דאווען? דאווענען וועל איך אין די שיינע שוהל די נענסטע צו מיין הויז בנשיאות א בנש"ק שלא קרא ולא שנה, ער איז נישט מיין מורה דרך, איך פרעג נאר אזעלעכע פשוטע שאלות ווי: ווען שטעלט מען זיך מנחה תשעה באב נאכמיטוג אום צי דער רב גייט אין קאנטרי פאר א שבת וכדומה.


אונזער געזעלשאפט איז מלא קשיות און די וועג וויאזוי ס'האט זיך אויסגעשטעלט ווער ס'זענען די מנהיגים און דעה זאגערס איז א ליצנות. איך האלט אז טאמער וואלט יעדעס בית המדרש געהאט א נארמאלער רב וואלט די המון עם זיי מער רעספעקטירט. דעיס אז ליידיגגייער האבן זיך אריינגעריקט אין די ליין, שוואכט אפ די כח פון ערענסטע רבנים אויכעט. מ'דארף אפאר דאללער מיט א נאמען פון א שטאט אין גאליציע און מ'איז שוין קוואליפיצירט אונטערצושרייבן קול קורא'ס.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 7:21 pm
דורך דריידל
שמעקי, ווי תמיד ביסטי מורא'דיג!

יש"כ פאר די מראי מקומות

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 7:36 pm
דורך כוכב
אוי לי מיוצרי אוי לי מיצרי, דער רב וואס איז עוסק בישובו של עולם און ברענגט פרנסה אין שטוב וואלט איך נישט גערופן קיין ליידיגייער. לעצטנס איז דא א גאנצע אינדוסטרי פון רבנים בעלי בתים וואס באלעסטיגן נישט דעם ציבור כבראד, אפטע, פוזנא, ליזענסק, בעסערמין, קראלי, רודניק, גארליץ, סארוואש, וכו וכו, אבער מסכים זיי זענען נישט קיין מורה דרך.
אבער גאט זאל מיך באהיטן פון די אמתע, כוואלט ענדערש גענומען ליפא פאר א מורה דרך ווי הילל וויינבערגער אדער שמחה ישראל בלום.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 7:44 pm
דורך משבק
כהאב ערשט יעצט באמערקט דיין תגובה. אין א דערנעבנדיגן אשכול האב איך א שטיקל אפהאנדלונג אויף די אינדוסטרי viewtopic.php?f=48&t=6864 דוכט זיך אז סאיז כדאי לעצמו

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:25 pm
דורך איך אויך
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אין בארא פארק איז לעצטענס יא געווארן א שטיקל שינוי לטובה אין דעם געביט. ר' בנימין אייזנבערגער היכל התפלה, ר' פייפער ברכת מנחם, וכהנה וכהנה. יוסף ה' עלינו אלף פעמים ככה.

אין ב''פ איז שוין לאנג דא נטעי גבריאל און סערדאהעל. (כ'ווייס זיי זענען יארן לאנג געווען אויסגעשפילט אבער עכ''פ אז איינער האט געזוכט אזא סטייל מורה הוראה/ביהמ''ד איז געווען צו טרעפן.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 10:51 pm
דורך petergrifin
און טאמער ס׳איז אײנעם בײגעפאלן צו גײן צו נטעי גבריאל אדער סערדאהעל איז שנעל געקומען צו לויפן
א גוטע חבר און געװיסט צו דערצײלן װיפיל שלום בית זענען דורך געפאלען מיט נאך רכילות אז מער
איז דער אינגערמאן שוין נישט געגאנגן.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 3:02 am
דורך הדד בן בדד
איך אויך האט געשריבן:
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אין בארא פארק איז לעצטענס יא געווארן א שטיקל שינוי לטובה אין דעם געביט. ר' בנימין אייזנבערגער היכל התפלה, ר' פייפער ברכת מנחם, וכהנה וכהנה. יוסף ה' עלינו אלף פעמים ככה.

אין ב''פ איז שוין לאנג דא נטעי גבריאל און סערדאהעל. (כ'ווייס זיי זענען יארן לאנג געווען אויסגעשפילט אבער עכ''פ אז איינער האט געזוכט אזא סטייל מורה הוראה/ביהמ''ד איז געווען צו טרעפן.


דוקא די צוויי תגובות ווייזט ווי גרויס דער חורבן איז. איך ווייס נישט ווער איז פייפער פון ברכת מנחם, אבער הרב אייזענבערגער, אפשר היינט האט ער שוין די הוראה, אבער ווען ער איז געווארן רבי האט ער עס נישט געהאט, און ווייט נישט געהאט די קוואליפיקאציעס איבער וואס ער האט זיך גענומען. ס"ה איז ער געווען גוטער געשמאקער רעדנער און פארלערנער, און ווי להבדיל אין די גוי'אישע וועלט, קען ביי אונז אויך איינער וואס האט נאר דעם איינעם קוואליפיקאציע אנקומען זייער ווייט. ווייל נעם טעקע אזעלכע בתי מדרשים ווי סערדאהעל און נטעי גבריאל, די זענען יא אזעלכע וואס וואלטן געדארפט, און געמעגט, ווערן גרויס, די דוקא זענען נישט ווייט אנגעקומען.

הרב אייזענבערגער'ס גאנצע הנהגה איז געהעריג ווי א רבי'סטווע, גארנישט ווייניגער ווי א געבארענער רבי, און אין געוויסע נקודות נאך ערגער, א געווארענער איז ערגער ווי א געבארענער.

איך מאך נישט אוועק דעם מענטש אינגאנצן, ער האט אסאך גרויסע מעלות און כשרונות, אבער ער איז זייער ווייט פון דעם אדם השלם פון וועלכן טייג אמת'ע גדולי ישראל זענען געווען געקנאטן.