בלאט 1 פון 6

באגריסונג: די גבאים פון דעם חודש זענען...

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 8:36 pm
דורך קעלנער
מיט גרויס פרייד פאנגען מיר אהן דעם נייעם "גבאים ראטאציע פראגראם". א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס האבן אויסגעדרוקט זייער ווילן ארויסצוהעלפן צו זיין "גבאי חודש". יעדן חודש וועלן מיר אי"ה אויסקלויבן צוויי גבאים וועלכע וועלן דינען ווי גבאי חודש.

די גבאים פאר חודש אב זענען:
[tag]כוכב[/tag]
[tag]ונבנתה העיר[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

הצלחה רבה!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 8:40 pm
דורך וויליאמסבורגער
גוטע טשויסעס!!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 8:40 pm
דורך ישראל קאפקע
מזל טוב
@כוכב
@ונבנתה העיר

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 8:42 pm
דורך שמעקעדיג
וויליאמסבורגער האט געשריבן:גוטע טשויסעס!!

גם אני מסכים!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 8:48 pm
דורך יין שרף
הע, די רבי אליין איז געווארן גבאי...
מזל טוב ונבנתה און כוכב.
קעלנער האט געשריבן:מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

הצלחה רבה!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 8:54 pm
דורך איך אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:
וויליאמסבורגער האט געשריבן:גוטע טשויסעס!!

גם אני מסכים!

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:01 pm
דורך כוכב
וואו מיין סטראפ? מיין שטעקן מיט עלעקטריק טעיפ? קיינער באקומט נישט נאך פאנטש און אן א באדי קען מען נישט אריין אין פול.
#דער לעצטער כאפט א שמוץ
#כהאב אלץ געוויסט אז מיין הידן טעללענט איז זיין א באס רבי.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:18 pm
דורך יין שרף
ווערט מיר גוט כוכב...
איך קוק נאר ביי דיין פראפייל זעה איך די שטערנס...

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:21 pm
דורך דענקער
מזל טוב, [tag]כוכב[/tag] און [tag]ונבנתה העיר[/tag]!
כל העולה לגדולה, מוחלין לו כל עונותיו.

ביטע פארגעסט נישט ווייטער מהנה זיין דעם עוילם כיד ה' הטובה אין צוגאב צו אייער גבאות.

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 9:24 pm
דורך כוכב
ווען רעיגען איז געווארן פרעזידענט און האט געקריגן דעם רעפארט וויפיל נוקלעארע וואפן אמעריקא פארמאגט איז אים שלעכט געווארן. דאס האט עווענטועל געפירט צו אן אפמאך מיט רוסלאנד צו מינימיזירן די וואפן געיעג.
כבין קוים געווארן גבאי, און איך דארף שוין טיילענאל...

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 10:27 pm
דורך ונבנתה העיר
אההה, אזויפיהל כבוד אין די ניין טעג... ווי זאגט יענער, תיסרך רעתך...

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:58 am
דורך קינד_אן_קייט
כה לחי!

כ׳האלט אבער גראדע, אז נעמען אזעלכע בני עלי׳ און זיי פארוואנדלן אין פשוט׳ע טעכנישע ארבעטארער איז א פארשווענדעניש פון זייער טאלאנט, ליבערשט וואלט אפשר געווען א געדאנק ממנה צו זיין יעדן חודש (אדער וואך) עטליכע חברים וואס זייער ציל זאל זיין צו פארבעסערן מבחינת איכות אונזער שטיבל דא, להרים דגלה על נס ולראות בבנינה ותפארתה.

מען קען עס מעגליך צוזאמשמעלצן מיט׳ן תפקיד פון גבאי אדער עס האלטן באזונדער.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:07 pm
דורך אפטעמיסט
אקעי, איך זעה [tag]ונבנתה העיר[/tag] ארבעט אריין פעסט, איך ווארט שוין צו זעהן [tag]כוכב[/tag]'ס פינגער-אפדריקן.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:32 pm
דורך קעלנער
קינד_אן_קייט האט געשריבן:כה לחי!

כ׳האלט אבער גראדע, אז נעמען אזעלכע בני עלי׳ און זיי פארוואנדלן אין פשוט׳ע טעכנישע ארבעטארער איז א פארשווענדעניש פון זייער טאלאנט, ליבערשט וואלט אפשר געווען א געדאנק ממנה צו זיין יעדן חודש (אדער וואך) עטליכע חברים וואס זייער ציל זאל זיין צו פארבעסערן מבחינת איכות אונזער שטיבל דא, להרים דגלה על נס ולראות בבנינה ותפארתה.

מען קען עס מעגליך צוזאמשמעלצן מיט׳ן תפקיד פון גבאי אדער עס האלטן באזונדער.

גבאים זענען נישט קיין "פשוט'ע טעכנישע ארבעטערס". ווי כ'האב שוין מסביר געוועהן אין מיין אינטראדאקשען צו דעם "גבאים ראטאציע פראגראם" איז זיין א מאדעראטאר אויף קאווע שטיבל א חכמה ומלאכה. עס איז א גאר דעליקאטע ארבייט, און פארלאנגט א געוואלדיגע שכל הישר. אויספיצן און אויסשארפן קאווע שטיבעל וועט אויטאמאטיש נאר מוסף זיין איכות. און אוודאי איז דאס בכלל נישט קיין סתירה צו חברים וואס נעמען א ציל צו פארבעסערן מבחינת איכות. אדרבה!

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:07 pm
דורך שעפטל
איי די חברה טיילן מכות... זייערע פינגער אפדריקן גייען בלייבן לעלמי עד...

גייטס אן קינדערליך, יו אר דואינג גוד

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:51 pm
דורך קינד_אן_קייט
קעלנער האט געשריבן:גבאים זענען נישט קיין "פשוט'ע טעכנישע ארבעטערס". ווי כ'האב שוין מסביר געוועהן אין מיין אינטראדאקשען צו דעם "גבאים ראטאציע פראגראם" איז זיין א מאדעראטאר אויף קאווע שטיבל א חכמה ומלאכה. עס איז א גאר דעליקאטע ארבייט, און פארלאנגט א געוואלדיגע שכל הישר. אויספיצן און אויסשארפן קאווע שטיבעל וועט אויטאמאטיש נאר מוסף זיין איכות. און אוודאי איז דאס בכלל נישט קיין סתירה צו חברים וואס נעמען א ציל צו פארבעסערן מבחינת איכות. אדרבה!

חשוב׳ער מנהל ירום הודו,

כ׳האב זיך אפשר שלעכט אויסגעדרוקט (בפשטות) און זיכער נישט געמיינט צו מינערן די וויכטיגקייט פונעם נייעם סיסטעם אדער ח״ו דעם כבוד פון די נייע ממונים, פארקערט, איך שפיר אז די איבערגעגעבענע אחראים דא פארדינען מיט רעכט הכרת הטוב און ס׳איז קלאר אז אן ביישטייערנדיגע הילף תכבד העבודה ויעמדו העם על משה מן הבקר ועד ערב, און טאקע כרדיית הפת ותקיעת שופר פארלאנגט זיך אז די עוזרים בקודש זאלן זיין חכמים ונבונים וואס קענען דעם פינפטן שלחן ערוך און פארשטייען צו לייענען אויך צווישן די שורות און ווייסן וויאזוי צו שפאצירן צווישן די טראפן.

וכיהודה ועוד וויל איך ווידערהאלטן אז צום ערשטן חודש האט זיך עס טאקע אנגעהויבן מיט׳ן רעכטן פוס און די אויסדערוועלטע זענען אנשי חיל, אנשי אמת, ובעיקר, שונאי בצע… כי לו נאה כי לו יאה, גאר איינשטענדיגע און שכל׳דיגע מעמבער׳ס וואס עכ״פ פאר מיר פערזענליך דא זענען זיי פון די עמודי התוך פונעם שטיבל, און כ׳וויל זיי בלויז ווינטשען נחת לרוב און ברכה והצלחה אין זייער אונטערנעמונג.

מיין פארשלאג ווידער, האט בעצם טאקע נישט קיין שייכות צום נייעם ארדענונג און באציעט זיך מער צום תוכן פונעם שטיבל, און אנדערש ווי דעם ניי ערוויילטן לייזונג וואס איז בעיקר אין פלאץ צו האלטן אלעס אין די ראמען און אויספוצען ווי נאר עס פארלאנגט זיך פארבעסערונגען, איז דאס מער געוואנדן אינעם ריכטונג פון איינשפאנען געלונגענע מעמבער׳ס (דוגמת די פרישע ערוועלטע גבאים) וואס זאלן זיך אפגעבן מיט שרייבן מער איכות׳דיגע ארטיקלען צו פארשענערן אונזער שטיבל און איר האלטן אינטערעסאנט.

ס׳איז אפשר דא נישט דאס פלאץ עס אויסצושמועסן, ועוד חזון למועד.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 8:06 pm
דורך כוכב
איך מוז באגריסן מיין קאלעגע גבאי ונבנתה העיר, אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה אין דער צייט וואס איך האב מיך קוים עספיעט זיך צו באקוועם מאכן אויפן גבאות פאטעל און ענזוישען די שטערנדלעך, האט ער שוין אויפגעטון גדולות ונצורות.
טייערע חברים, קעלנער האט געמאכט אן אייזערנעם אויסוואל, ער איז באשאנקען מיט א שארפן עין ביקורות, מערקט אין בליץ סעקונדן דברים הצריכים תיקון, און אלעס בהשכל ובדעת כחזקת ת'ח שאין יוצא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן, ויותר ממה שקריתי כתוב כאן.
א שאד עס עקספייערט זיין פאסטן נאך א חודש, אן עבירה אים ארויס צו לאזן פון דער האנט.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:30 pm
דורך איך אויך
הממ דער איז שנעל געקומען צום טעם...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:06 pm
דורך קעלנער
די גבאים פאר חודש אלול זענען:
[tag]אפטעמיסט[/tag]
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]

מיר זענען זיכער אז די גבאי'שאפט פון די צוויי חשוב'ע חברים וועט צוגעבן צו די ניווא פון קאווע שטיבל, און זיי וועלן דינען אויף די פאזיציע בבינה ובהשכל, און ארויסהעלפן די טייערע חברים.

הצלחה רבה!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:08 pm
דורך אפטעמיסט
בין איך אפשר א פיש?! מיין הארץ קלאפט און פאמפט! אה, ניין, ס'איז חודש אלול, ווער ציטערט נישט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:15 pm
דורך אנאליזירער
שיין! פיינע גבאים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:24 pm
דורך ראשעקאל
איך ווייס נישט וועגן "המשכת מלכות באבוב" , דערווייל זעה איך אין דעם אשכול המשכת מלכות קאווע שטיבעל בתפארתה!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:40 pm
דורך ונבנתה העיר
אנאליזירער האט געשריבן:שיין! פיינע גבאים.