בלאט 1 פון 5

סאטמאר און שנאת ישראל

נשלח: זונטאג יולי 27, 2014 11:29 pm
דורך מרדכי הצדיק
געמעקט, ווייל כ'האב באשלאסען אז כ'ווייס נישט גענוג אינפארמאציע צי קענען זיין זיכער אז ס'איז ריכטיג,

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:18 am
דורך ישראל קאפקע
סאיז קלאר אז סאטמאר רב האט נישט געוואוסט וואס ער רעדט,
ווי יעדער קען באשיינפערליך זען, איז די ציוניסטיש לאנד נישט גורם קיין שום שנאת ישראל!
קען דען איינער באגרייפן די גרויסע אהבת ישראל וואס די ציוניסטישע התגרות באומות איז גורם, די גרויסע פייערונגען אין פאריז ווי טויזענטער פרייליכע אראבער האבן געטראגן די אידישע רבנים אויף די אקסלען מיט מוזיק און טענץ? און באווארפן די אידישע געשעפטן מיט בלומען און רויזן-וואסער!

און אויב איינער האט חושש געווען אז די רעגירונג אין מדינת ישראל וועט מאכן געזעצן וואס וועלן שטעלן אין א סכנה די ערליכע קהילות און לעבנסשטייגער אין ארץ ישראל, האט זיך היינט שוין יעדער איבערגעצייגט אז עס איז געווען בלויז א איינרעדעניש,
נישט אומזיסט האבן די סאטמארע רבנים געלאזט פאלן לעצטנס ווערטער 'האדמו"ר מסאטמאר לא צודק'
ווער רעדט נאך פון די שטארקע פארבעסערונג אין שמירת שבת וואס די שטאט-ראט אין תל אביב פירט לעצטנס דורך,

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:42 am
דורך דריידל
מרדכי,

די האסט א גוטע פאינט אבער די ברענגסט עס ארויס מיט א געוואלדיגע שנאה וואס פאסט פאר סאטמאר (לשיטתך)

איך וויל נישט דא פארענטפערן סאטמאר רב מיט זיינע חסידים ווייל איך האלט אויך אז אסאך זאכן זענען ראונג דארט, אבער ס'קוקט אויס אז די האסט דא עפעס אן אג'ענדע צו האקן אויף סאטמאר מער ווי די ווילסט מברר זיין די אמת. למשל דאס וואס די שרייבסט "
ס'נישטא וואס צי רעדען, ס'איז מסתם א קנאפע נפקא מינה צווישען די סאטמארער חינוך אין די כאמאס חינוך אויפען עזה פאס, ס'איז קלאר אז דאס האט נישט קיין שום שייכות מיט תורת משה נאר ענדרעש מיט מוחמד'ס קוראן, איינער וואס שיקט זיין קינד צי א סאטמארער מוסד איז אין א געוויסע זין עובר אויף מעביר זרעו למולך", דאס איז סתם זינלאז און קינדעריש גערעדעכץ.

יעצט אזוי, די שרייבסט אז סאטמאר רב איז נישט געווען קיין פוסק. קענסט אפשר זאגן וועלעכע רבי ס'איז געווען מער פוסק ווי אים? פאר די קריג איז ער געווען א ריכטיגע שטאט'ס רב (צו ער איז געווארן אויפגענומען יושר'דיג, איז אן עקסטרע שמועס) ווי ער האט באהאנדעלט אלע הלכה'דיגע שאלות וואס זענען אויפגעקומען. נאכ'ן קריג איז ער טאקע נישט געווען אינוואלווד אין פסקענען אן עי דעילי בעיסעס אבער פארדעם ווערט מען נאכנישט אויס פוסק.

די שרייבסט אז סאטמארע זענען איינגעבאקן מיט שנאת ישראל. ס'איז אמת אבער ס'איז גארנישט ערגער ווי עני אנדערע חסידות. למשל, א בעלזער האט ווייניגער פיינט א סאטמארער ווי א סאטמארער צו א בעלזער? זיכער נישט. יעדער האט פיינט ווער עס שטייט אין וועג פאר זיין פארטיי. אנפארטינעטלי, שטייט 95% פון כלל ישראל אין די וועג פאר סאטמאר, קומט אויס אז זיי האבן פיינט מער אידן ווי אנדערע.

דאס וואס די שרייבסט וועגן זיין פערסאנעליטי ביסטי טיילווייז נישט גערעכט און אויך דאס אז קיינער פון די געלאסענע גדולים האבן נישט מסכים געווען מיט אים, דאס איז ווייל ווער עס האט יא מסכים געווען ווערט ביי דיר אפגעסטעמפעלט אלץ נישט געלאסען. אבער די פאראגראף איינס פאר די לעצטע איז זייער גיט ארויסגעברענגט.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:51 am
דורך געפילטע פיש
מרדכי, כ'פארשטיי נישט וואס דיין פראבלעם איז מיט די חינוך אין עזה, זיי זענען, לויט זייער רעליגיע, די איינציגסטע וואס האלטן אן די ערליכע מסורה, זיי זענען די פשרה'לאזע מאמינים וואס זענען נישט משנה פון זייערע עלטערן, זיי זענען די ריכטיגע פרומע, וואס לאזן זיך נישט אפקילן פונעם כור ההיתוך פונעם פרייען וועלט. זיי זעען איין אז די וועסטערנייזד וועלט וויל נאר אונטערברענגען זייער אמונה, און זיי גייען ארויס מיט א מלחמת חרמה דערגעגען. לויט זייער רעליגיע זענען זיי די איינציגסטע וואס טוען ריכטיג.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:57 am
דורך shem-tov
תען כסיל אדער אן תען וועל איך נאכאמאל ארויפלייגן מיין פאוסטערל און המן הרשע וועט פארשווינדן ווערן אזוי ווי דער פראפעסאר פון פאריגע וואך

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:01 am
דורך shem-tov
everybody was very clear about this

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:04 am
דורך shem-tov
מרדכי הצדיק האט געשריבן:ווען ס'קומט אזאלכע צייטען וואס כלל ישראל ליידט פין נישט אידישע פיינט, קומט צום אויבערפלאך ווער ס'איז א איד מיט א אידיש הארץ און ווער ס'איז נישט,

יעדער בר דעת פארשטייט שוין היינט אז די "שיטה" אויף דעם אופן ווי סאטמארע רב האט עס מסדר געווען האט נישט קיין הענט אין קיין פיס, ס'איז שוין היינט קלאר ווי דער טאג אז סאטמארע רב האט זיך טועה געווען מיט זיין ציגאנג, "קיינער" פין די געלאסענע גדולי ישראל פין יענעם דור האבען נישט מיטגעהאלטען מיט סאטמארע רב'ס ציגאנג, נאכאמאל "קיינער", זיכער האבען אנדערע גדולים אויך געהאלטען קעגען זאכען וואס די פרייע האבען געטאהן, אבער אויף דעם אופן וואס סאטמארע רב האט עס אהערגעשטעלט האט "קיינער" נישט מיטגעהאלטען, א חוץ א פאר סאטמארע טעראריזירטע רבנים'לעך,

ס'מיז ארויס געברענגט ווערען אז סאטמארע רב איז "נישט" געווען קיין פוסק, ער איז געווען זייער גוט אין דרוש, יעצט כבודו במקומו מונח, ער איז געווען א ערליכער איד, אבער במקום חילול השם אין חולקים כבוד לרב, ווען כ'זעה וואס פאר א חורבן ס'איז ארויס געקומען פין סאטמערע רב'ס "שיטה", איז עס לכאורה א ראיה אז די גאנצע "שיטה" איז געווען א "שיטה משובשת", נאר וואס דען סאטמארע רב איז געווען א ווילדער פערסאנאליטי, ער האט געשריגען אין פארפירט, אין בארעדט אנדערע גדולי ישראל וואס האבען זיך דערווייגט צי האלטען אנדרעש ווי אים, ווי בעלזא רב, לובאביטשער רבי, אפילו דער חזון איש האט ער אזוי אוועק געמאכט אין מסביר געווען פארוואס ער פארשטייט בעסער, דאס אז סאטמארער היינט רעדען מיט חוצפה אויף יעדען גדול בישראל וואס האלט אנדרעש ווי זיי, דאס האט זיך אנגעהויבען ביים סאטמארער רב אליינס,

זאל דער באשעפער העלפען אז די פארבלאנדזשעטע קהילה פין סאטמאר זאל זיך אומקערען צי יודישקייט, און מיר זאלען שוין אלע זוכה זיין צי די גאולה שלימה במהרה בימינו , אמן.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:06 am
דורך אויליגער
טייערע ר' מרדכי פאר די שרייבסט וועגען סאטמאר קוק אביסעל היסטאריע ווער איז געווען די סאטמאר רב?
וויפיל האט ער געוויינט אז יודן שטארבן על מזבח מדינת ישראל ? אז עס איז דא געציילטע יודען וואס שטעלן זיך ארויס אויף די זייט פון די טעראריסטען איז דאס נאך נישט גענוג ארויפציווארפען א נאסע ליילעך אויף א קהלה פון טויזענטער יודען וואס האפן אז יעדע יוד זאל ארויסגיין אומגעשעדיגט ברוחניות ובגשמיות אדרבה עס איז דא א באקאנטע שלש סעודות תורה פון סאטמארע רב ווי ער רעדט זייער שארף קעגן די אזויגעריפענע נטורי קרתה (אדרבה אויב איינער ווייסט ווי עס שטייט די תורה זאל ער מזכה זיין די רבים)
אדרבה אויב האסטו אנדערע פאקטען פליז לייג עס ארויף
(און וועגען די נייע עשרת הדיברות פון סאטמארע רב קעגן ציונות איז ממש זייער ענדליך צו די וואס שטייט און פרשת יתרו
אנוכי ה' אלוקיך איז א סתירה צו ציונות
לא יהיה לך איז א סתירה צו ציונות
א. א. וו.)

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:13 am
דורך shem-tov
קוקט אויס אז דער בילד איז א סגולה קעגן מייז...

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 1:30 am
דורך יין שרף
הה"ד ומרדכי היהודי משנה למלך אחשורוש ודו"ק...

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 2:19 am
דורך בשבילי!
אפילו אן א ודו''ק....,

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 4:17 am
דורך [NAMELESS]
ר׳ מרדכי׳לה היהודי!!
איך בין נישט קיין סאטמערער בכלל זיכער נישט קיין אהרוני אויך נישט קיין זאלי {די זאליס לאכען דאך אליין פון זייער רבי כידוע} אין ווער רעדט נאך נטורי קרטא.... גיב נאר אבליק וי איך באוואש נטו״ק אין זייער צורידערטע און ר' משה בער בעק וי א סוטה מיט אש וגפרית אין אלע טויטע / לעבדיגע קללות
אבער איך ויל דיר אוועקשטעלען אויף דיין גרויסען טעות פשוט וייל די ווייסט נישט וואס די רעדסט אין די האקסט אין טשייניק ,
אודאי אז דער סאטמערער רבי זי״ע איז געוועזען אגרויסער מענטש אין אגרויסער אוהב ישראל, יעצט לגבי די נושא פון ציונות אפילו לאמיר זאגען אז ער איז גיגאנגען צו ווייט אין ער איז נישט קיין פוסק וכו׳ איז דא עפעס אין דיינע ווערטער, ביזסט גערעכט אין א גויסער זין, אבער זאלסטו ויסען מיט א קלארקייט אז סאטמר זענען נישט קיין שונאי ישראל !!! מישט נישט צוזאם נטורי חיזבאללה מיט סאטמר!!!! אעפ״י אז די צויי ״עמון ומואב״ שטעלען זיך אמאל צוזאם {אזוי וי יעצט די אהרוני מיט נטרונא אין די נארישע מאושען צום וייסע הויז קעגען אנערקענען ירושלים אלץ הויפטשטאט פון מדינת ישראל-וואס דאס איז טאקע ריין שנאת ישראל צוליב דעם בונד מיט נטורי קרטא אין דער אהרוני....}
עכ״פ סאטמר אין זייער יינגעלייט זענען נישט קיין שונאי ישראל נאר די היפוך הגמור {לאמיר נישט פארקריכען צו די אינוייניגסטע שלייגרעייען דאס איז א נושא פאר זיך} איך זאג נישט אז עס פעלט דארט טערעריסטען אין אודאי רעד איך שוין נישט פון די עכטע פארקרומטע שיטה לא נודע למי... דאס איז עפעס א נייע תורה אין נייע עשרת הדברות {קענסט זיין א נואף אן קיין שום פראבלעם נאר נישט גיין צום כותל...} ועוד כהנה שטותים והבלים / אבער מאך זיי נישט פאר קיין שונאי ישראל סאיז א טעות גמור מעיקרא!!!!

נאך אלעמען זאל דיר זיין קלאר אז די מידה פון חסד וואס מזעהט אין סאטמר איז אומבאשרייבלעך סאיז נישט פארהאן בדומה אין די גאנצער יידישער וועלט!!!!

ר׳ אהרן האט זיך לעצטענס וי זיין שטייגער גיט צונארישט אין ער האט נאך מקדים גיוועזען אז מוועט נאך זאגען אויף עם ״שונא ישראל״ איך וייס נישט וי וייט ער איז דער שונא ישראל אבער קיין גרם שכל פארמאגט ער נישט ער טראכט נישט וואס ער רעדט
אבער די וואס פארופען זיך נאך רבנים אזוי וי דער צוהיצטער ר' משה מנחם טירנויער אדער ר' מנשה פילאף וכדומה אין סאטמר וואס האקען קעגען הרב שטיינמאן {אין בשעתו קעגען הרב עובדיה אין הרב אלישיב זצ״ל} זענען פושעי ושונאי ישראל וואס וועלען נישט ארויס גיין פון גיהנום

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 8:27 am
דורך מרדכי הצדיק
shem-tov האט געשריבן:תען כסיל אדער אן תען וועל איך נאכאמאל ארויפלייגן מיין פאוסטערל און המן הרשע וועט פארשווינדן ווערן אזוי ווי דער פראפעסאר פון פאריגע וואך


שם טוב, קודם זעהט אויס אז די האלסט שוין נאך עד דלא ידע, די רעדסט דיר איין אז מיט ריפען יענעם מיט נעמען גייסטע ווערען גערעכט, צווייטענס לגבי דיין פאוסטער וואס די טאנצט יעדעס מאל הקפות דערמיט איז לאמיר דיר קלאר מאכען ווייל ס'זעהט אויס אז די האסט נישט געהעריג געליינט אדער פארשטאנען וואס איך האב געשריבען,

זיכער זענען אנדערע גדולי ישראל אויך געווען קעגען דעם אז די פרייע זאלען מאכען אליינס א מדינה, די פראבלעם פין סאטמאר איז געווען די "אופן" פין די התנגדות, די ציגאנג דערצי, וואס מיט דעם האט קיינער נישט מיטגעהאלטען, ממילא איז דיין פאוסטער נישט רעלעוואנט דא,

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:22 am
דורך elter-zeide
מרדכי הצדיק האט געשריבן:
shem-tov האט געשריבן:תען כסיל אדער אן תען וועל איך נאכאמאל ארויפלייגן מיין פאוסטערל און המן הרשע וועט פארשווינדן ווערן אזוי ווי דער פראפעסאר פון פאריגע וואך


, די רעדסט דיר איין אז מיט ריפען יענעם מיט נעמען גייסטע ווערען גערעכט,

די באשיליקס יענעם מיט "ריפען נעמען" קיק וואס די האסט געשריבען,

ווער ס'איז א איד מיט א אידיש הארץ און ווער ס'איז נישט,

... זעהט זיך כמעט נישט אן קיין חילוק צווישען זייערע תגובות און די תגובות פין כאמאס'ניקעס

... נאר זיי האבען פיינט רוב כלל ישראל מיט א "או-סי-די" טיפקייט

... נאר ווייל זיי זענען ערצויגען צי שנאה, ערצויגען צי פיינט האבען אנדערע, זיי לעבען פין פיינט האבען אנדערע

... ס'איז מסתם א קנאפע נפקא מינה צווישען די סאטמארער חינוך אין די כאמאס חינוך אויפען עזה פאס

... א חוץ א פאר סאטמארע טעראריזירטע רבנים'לעך

... ס'מיז ארויס געברענגט ווערען אז סאטמארע רב איז "נישט" געווען קיין פוסק

... נאר וואס דען סאטמארע רב איז געווען א ווילדער פערסאנאליטי

... אין די שנאת ישראל וואס שטינקט פין אסאך סאטמארע תגובות

...למעשה ביסודו איז די השקפה פין סאטמאר א סתירה מיט תורת משה

למעשה זעט מען מיט וואס פאר א שנאה די ביסט אויפגעוואקסען א קעגען א גאנצע קהילה קדושה, אז די זעסט נישט ווי פיינט די האסט יודען,

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:29 am
דורך אויליגער
מרדכי הצדיק האט געשריבן:
זיכער זענען אנדערע גדולי ישראל אויך געווען קעגען דעם אז די פרייע זאלען מאכען אליינס א מדינה, די פראבלעם פין סאטמאר איז געווען די "אופן" פין די התנגדות, די ציגאנג דערצי, וואס מיט דעם האט קיינער נישט מיטגעהאלטען, ממילא איז דיין פאוסטער נישט רעלעוואנט דא,


מרדכי זאג קלארער וואס די ווילסט ארויסברענגען וואס איז געווען סאטמארע רב'ס "אופן" פון התנגדות אנדערש ווי אלע אנדערע גדולי ישראל?

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:39 am
דורך קאך_לעפל
איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס מרדכי דער צדיק וויל דא מוסיף זיין, איך האב שוין דאס אלעס געליינט אונעם ספר הקדוש "דער רבי מיטן שטן", וואס איז פארפאסט געווארן דירך הצדיק החסיד האמיתי, ודובר אמת בלבבו, דער אוהב ישראל, חיים ליבערמאן, נא? וואס קימט דא אונזער רשע... ניין צדיק ... אזוי דארף מען זאגן (לייידענדיג די הייליגע רייד, בין איך געווארן אביסל מבוסם, אלזא עס איז עד דלא ידע בין אריר המן וברוך מרדכי...) מוסיף זיין? אתמה.....

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 9:48 am
דורך איך אויך
ר' אתא ,קענסט מיר מסביר זיין איין חילוק צויישן וואס חאמאס פרעדיגט און וואס זייער פארשטייער קאפקא שרייבט?

שם-טוב (קאר סערוויס?) איך מוז דיר זאגן אז זעהענדיג דיין פענדל בין איך געווארן משוכנע ממש מן הקצה אל הקצה און יעצט גרייט איך מיך צו ווערן א דשיהאד שיהאדיסט ,קיפ איט אופ.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:15 am
דורך elter-zeide
קאך_לעפל האט געשריבן:איך הייב נישט אן צו פארשטיין וואס מרדכי דער צדיק וויל דא מוסיף זיין, איך האב שוין דאס אלעס געליינט אונעם ספר הקדוש "דער רבי מיטן שטן", וואס איז פארפאסט געווארן דירך הצדיק החסיד האמיתי, ודובר אמת בלבבו, דער אוהב ישראל, חיים ליבערמאן ימ''ש, נא? וואס קימט דא אונזער רשע... ניין צדיק ... אזוי דארף מען זאגן (לייידענדיג די הייליגע רייד, בין איך געווארן אביסל מבוסם, אלזא עס איז עד דלא ידע בין אריר המן וברוך מרדכי...) מוסיף זיין? אתמה.....

חיים ליבערמאן איז נישט קיין פארגלייך צי דעם אינזער מרדכי החסיד, ווייל ליבערמאן האט פיינט געהאט דעם סאטמאר'ן רבי'ן זצ"ל ווייל ער האט פארשטאנען אנדערש, אבער אינזער צדיק האט פיינט דע היינטיגע סאטמאר חסידים, ווייל היינט זעט מען אז סאטמארער רבי האט דעמאלץ ריכטיג פארשטאנען דעם מצב, אז קייין גיטץ וועט פון דע מדינה נישט ארויס קימען, אין דאס קרענקט זייער פאר "דע חסידים"

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:28 am
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:ר' אתא ,קענסט מיר מסביר זיין איין חילוק צויישן וואס חאמאס פרעדיגט און וואס זייער פארשטייער קאפקא שרייבט?

שם-טוב (קאר סערוויס?) איך מוז דיר זאגן אז זעהענדיג דיין פענדל בין איך געווארן משוכנע ממש מן הקצה אל הקצה און יעצט גרייט איך מיך צו ווערן א דשיהאד שיהאדיסט ,קיפ איט אופ.

http://bshch.blogspot.com/2014/07/blog- ... 7.html?m=0
די זעהט מען די ביטערע תוצאות פון די משוגעים וואס האבען אנגנומען אויף זיך די נייע רעליגיע אין די שיטה לא נודע למי

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:10 am
דורך [NAMELESS]
ליגענט!! איך קען נישט קיין איין סאטמארער וואס פרייט זיך ווען אידען שטארבען. (אפשר קען איך אידען וואס פרייען זיך ווען סאטמארע שטארבען!)

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:28 am
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:ליגענט!! איך קען נישט קיין איין סאטמארער וואס פרייט זיך ווען אידען שטארבען. (אפשר קען איך אידען וואס פרייען זיך ווען סאטמארע שטארבען!)

איך האב נישט געמיינט צו זאגען אז סאטמר פרייען זיך ווען אידען שטארבען,{אפשר ר׳ אהרן שמייכלט זיך אינטער אז ער גייט האבען וואס צו רעדען אין צייגען אז ער איז דער מנהיג ישראל אין נישט קיין שונא ישראל} אבער אז אזא מין שייגעץ וי משה אריה פרידמאן קומט פון די סאטמרע חינוך פליגעל אין דאס זענען די תוצאות איז די מצב זייער ביטער
אודאי אז ער איז נישט קיין סאטמערער אבער דאס זענען די תוצאות פון די פאקרימטע שיטה

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:01 pm
דורך שמעקעדיג
קלילא, דער ראשעקאל רעדט צום צדיק מרדכי, נישט צו דיר...

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:35 pm
דורך עפל סיידער
ראשעקאל האט געשריבן:ליגענט!! איך קען נישט קיין איין סאטמארער וואס פרייט זיך ווען אידען שטארבען. (אפשר קען איך אידען וואס פרייען זיך ווען סאטמארע שטארבען!)

צום פינטעל.
די וואס וויינען אזוי אויף יענעמ'ס שנאה קען מען זיך נישט משער זיין וויפיל שנאה זיי האבען צו די וואס האבען די נישט ריכטיגע שנאה אויף די שונאים