בלאט 1 פון 1
א בר מצוה צוזאמען מיט א תנאים
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:36 am
דורך הרב_שלום
מייןחבר האט א שודיך געטוהן מיט זיין טאכטער און צוויי וואכען ארום מאכט ער בר מצוה, ער וויל וויסען צו ער קען מאכען ביידע אינאיינעם
ער וויל נישט זיין די ערשטע אויב ווייסט פון איינעם וואס האט דאס שוין געטוהן ביטע לאזט מיר וויסען
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 10:42 am
דורך קאווע טרינקער
1) אין מערבין שמחה בשמחה
2) בר מצווה בחור וועט פילען באליידוגט, ס'קען שאטן זיין עתיד
פארוואס נישט מאכן די תנאים צוזאמען מיט די ווארט?
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:06 am
דורך [NAMELESS]
בערך 15 יאהר צוריק בין איך געוועהן ביי א תנאים וואס איז געוועהן מיט א בר מצוה פאר א צווילינג. א טריפעלטע שמחה
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:11 am
דורך איך אויך
אויב ער וואלט געווען צד החתן זעה איך נישט פארוואס נישט ,היות ער איז צד הכלה איז עס א טראפקעלע טריקי.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:24 am
דורך רויטע וואנצעס
וואלט ער געוואלט זיין אייגן בר מצוה זאל זיין מיט א צווייטע שמחה? ניין! די בחור דארף די פולע איטענשין און אהבה פון די באטייליגטע! וכמו שכתוב קאווע טרינקער.
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:33 pm
דורך שטילע אינגערמאן
בר מצוה צוזאם מיט א שבע ברכות מאכט זיך זייער אפט, איו איז צופעליג גאנץ שיין.
אבער צוזאם מיט א תנאים איז שוין אביסעל מער טריקי, א תנאים איז א קאם ענד גאו, נישט גערעכט פאר די בר מצוה בחור
נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 12:56 pm
דורך דריידל
אויב וויל ער זיך שפארן געלט, לא אים וויסן אז מ'מוז נישט מאכן נישט קיין בר מצווה און נישט קיין תנאים
קענסט אים עס זאגן אין מיין נאמען
נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 2:17 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 3:17 pm
דורך דריידל
אפשר זאל מען איינפירען אז יעדער זאל גיין פאר פערטיליטי טריטמענטס כדי מ'זאל געבוירן ששה בכרס אחד און קענען מאכן איין קידוש / זכר /וואכנאכט / בר מצווה פאר אלע
נשלח: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:21 pm
דורך מילכיג
אמאליגע צייטן איז די בר מצוה מיט די תנאים\חתונה געווען צוזאמען - ביים זעלבן בחור..
נשלח: זונטאג אקטאבער 26, 2014 7:27 pm
דורך קאסטנער
יעצט מיטגעהאלטן א צווילינג בר מצווה אינאיינעם מיט א שבע ברכות א מחזה עפעס אנבליוועבעל
פארשטייט זיך אין א גרויסע חתונה זאל
די צווילינג האבן געלערנט אין אנדערע חדרים איז געווען צויי כיתה ט׳ פלאס חתןס ידידים
עס האט מיר אבער דאך נישט אויס געזען אז איינער פין די בעלי שמחה באקימען ווייניגער עטענציאן ווי נארמאל