בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב ארויפגעלייגט UBER אויף מיין טעלעפאן אפאר וואכן צוריק אין איך האב באקימען 50$ קרעדיט פאר די ערשטע רייד. אבער איך האב געטשעק'ט וויפיל א רייד וואלט געוועהן פון וויליאמסבורג צו בארא פארק און עס איז געוועהן איבער 40$!!

#זייערטייער

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:27 pm
דורך שעפטל
איז ליפט א לעגאלע זאך אין ניו יארק???

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:02 pm
דורך קינד_אן_קייט
UBER איז פון די סארט געדאנקן וואס זענען בכח צו טוישן גאנצע אינדוסטריעס און דערפאר איז זייער שאצונג אזוי הויעך.

ומענין לענין, האט עמיציר אהערגעשטעלט גאר אן אינטערעסאנטער ווירטואלע מאפע וואס לאזט אייך מיטלעבן א טאג אין דאס לעבן פון א טעקסי דרייווער, ס׳זענען אפשר דא וואס האלטן אז ס׳איז א פרנסה קלה ונקי׳ אבער נאכ׳ן אויספרובירן דעם עקספיריענס שווינדלט מיר אזוי די קאפ אז כ׳מוז זיך צולייגן איידער איך זעץ מיר נאכאמאל צו צום רעדל.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:11 pm
דורך signout
ראשעקאל האט געשריבן: איך האב באקימען 50$ קרעדיט פאר די ערשטע רייד.


וויאזוי?

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:13 pm
דורך אפטעמיסט
איך האב באקומען $30 דורך retailmenot

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 6:21 pm
דורך מאטי
אז מ'רעדט שוין פון דעם, וואלט איך געוואלט פרעגן; פארוואס האבן נישט די לאקאלע קאר סערוויס אן אפציע צו באקומען א דשיי פי עס סיגנאל ביים באשטעלן א רייד. די צווייט-גרעסטע ליגנט אין אמעריקע - נאך "עי טשעק איז אין דעה מעיל" איז "יאאר קאר איז ארואנד דעה קארנער".

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:41 am
דורך שמעקעדיג
אובער לאזט נישט צו דעם קאמפעטישאן....

http://money.cnn.com/2014/08/04/technol ... index.html

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:27 am
דורך שמעקעדיג