בלאט 1 פון 1

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:52 pm
דורך קינד_אן_קייט
Multilock איז פון די בעסטע שלעסער (אין א״י הייסט עס ״רב בריח״), מ׳קען עס נישט פיקן אדער קאפירן, ס׳איז אבער אביסל טייער.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 5:54 pm
דורך קאווע טרינקער
אייוועלט סטייל אשכול...

נעם נישט די נייע טעלעפאן שלעסער, וואס טוסטו ווען דיין בעטערי איז געשטארבן.
נעם א געהעריגע נוממער שלאס, אותיות שבת כידוע.

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:17 pm
דורך petergrifin
Some say Smith and Wesson are the best. :twisted:

נשלח: מאנטאג יולי 28, 2014 11:56 pm
דורך יוסף מ
אייוועלט סטייל. לייג א מהודר'דיגע מזוזה.

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 9:22 am
דורך פאלשע פיש
אויב זוכסטע שיין און שטארק פראביר omnia ס׳איז נישט ביליג. אויב איז עס צו טייער פראביר emtek.

און עני קעיס וואס דו נעמסט באשטעל עס אס מיט א medico cylinder. מעדיקא מאכט היינט די מערסטע סעקיורד סילינדערס

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 11:45 am
דורך פאלשע פיש
Kaba simplex

Simplex 7100 or simplex 900, these are the very topical once you will see almost everywhere. If you are looking for one with a lever handle, try the simplex lp1000 or similar

קענסט מיר פרעגען אויב דו זוכסט מער אינפאו

פיקן שלעסער

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 11:53 am
דורך פליקער
לייג א מעדיקא שלאס

אלע אנדערע קען מען פיקן, איך זעלבס האב שוין געפיקט אן א שיעור שלעסער, מיין פאך גייט נאך ציריק פון די ישיבה יארן ווען מען האט מיר די פאך אויסגעלערנט אלס א חלק פון מיינע סערווייוועל סקילס, חוץ מעדיקא קען מען נישט פיקן, ווייל עס האט א פין אינדע זייט חוץ די פינס פון אויבן.

אויך דארף מען וויסן אז די נאמבער שלעסער וואס מען ריפט שבת שלאס אויב איז עס פינעם גרודען סארט וואס האט די גוף אינדערויסן, האט א געוואלדיגע פעילער אז מען קען בייפעסן די נומער מיט א פשעטע העק, נעמליך מען נעמט א שטיק מעגענעט וואס איז א גנבים אדער ישיבה בחור מאסט העוו, און מען גענעינט דעים מאגענאט שטיק צים שלאס, און עס עפענט זיך ווינדערלעך, פשוט מען דרייט דעים עפענער און עס עפענט זיך, נייערע ווערסיעס פון די שבת שלעסער האבן שוין א פיקס, אבער רוב שלעסער עלטער פון צוויי יאר האבן דעים העק, א לאקסמיט קען אויך פיקסן דעים פראבלעים, אבער געוועינטלעך קען זיין ביליגער צי טוישן דעים שלאס ווי ריפן א פראפעסיונאל.

פיקן שלעסער איז גאר א גרינגע זאך זיך אויסצילערנען עיין ביו טוב, ספעציעל אויב האנדעלט מען זיך איין א באמפ קי, דאס איז א שליסל אן קיין שום ציין מען לייגט אריין דעים צאןלאזן שליסל און מיט גאר לייכטע האקן מיט א האמער טיט מען די ציינדלעך פארפרייליכן זיי גייען ארויס און א טאנץ, און ווען אלע ציינדלעך זענען הויך גיבט מען א דריי דעים שליסל, און ווואלא דער שלאס איז אפען, אזעלכע באמפ קי'ז זענען אוועילעבל אויפן געוועב, אפילו אויפ עמעזאן, א געהעינגעל באמפ שליסלען וואס זענען גיט פאר פילע ערליי שלעסער פאר בערך א צוואנציגער, פאר מער לייג אויף יו טוב באמפ קי

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 12:51 pm
דורך פליקער
די אלע שלעסער זענען שונאים פאר דעים מעגענעט, ווייל עס עפענט זיי אויף אן אריין לייגן נומערען

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 12:54 pm
דורך פליקער
די ערשטע איז ביליג

די צווייטע איז שיין

די דריטע איז שטארק מיט מער קאמבענאציעס

די ערשטע צוויי האבען ווייניג קאמבענאציע'ס, ווייל למשל אויב איז די נומער 1 2 3 קענסטע אויך לייגן 3 2 1 אדער 1 3 2 אלע וועלן עפענען דעים שלאס משא"כ די דריטע אדער די רינדיגע באוויסטע שלאס מאכט אויס וועלכע סדר די נומערן ווערן ג'קנעפט

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 1:02 pm
דורך פאלשע פיש
די ערשטע צוויי זענען dead bolts די דריטע איז א latch. דו דארפסט דיסיידען וואס דו ווילסט. אגב ווענט זיך אויך אסאך די קאנדישען פון די טיר, אויב די קויפט נאר א נייע שלאס פאר א אלטע טיר

נשלח: דינסטאג יולי 29, 2014 1:25 pm
דורך פאלשע פיש
די פערטע האט אויך ביידע אפשענס, די חילוק איז זייער פשוט. א דעד באלט איז די שטיקל סטיל וואס ווען די עפענסט עס וועט עס בלייבן אפען (אין אנדערע ווערטער, ס׳בלייבט אריינגעשלעפט אין די שלאס. זעלבע בחינה צו די שלאק איז אפען אדער פארמאכט... שוין לאמיר נישט פארקריכען) און דו ברויכסטעס מעניולי צוריק פארמאכען (ארויסשלעפען) פארשטייצעך מיט די turn piece.

א לעטש ארבעט ווי איעדע אנדערע שלאס, מיט א ספרינג. די לעטש וועט אייביג צוריק ארויסשפריגען. ס׳איז מער סעקיורד אין א געוויסע וועג ווי א דעד באלט, נאר אויב דיין טיר איז סעלף קלויזינג למשל מיט א קלאזער אדער ספרינג הינדזשעס, ווייל אזוי קענסטו נישט בטעות אפען לאזען די טיר.

עניוועי, דאס איז נישט קיין כלל. ס׳קען זיך אויך ווענדען אויב די טיר סווינגט אויף אריין אדער ארויס