מיין קליינע בית מדרש'ל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 6:31 am
איך האב קיינמאל נישט ליב געהאט דאס כאפן א מנין אין איינע פון די גרויסע צענטראלע ווירבלנדיגע בתי מדרשים, נישט ווייל איך בין דער גרויסער דאווענער, פשוט איך האלט אז מען פארפאסט דעם עקספיריענס פון זיך איינקויפן אזעלכע שחרית חברים, גוטע פריינט מיט וועלכע מען ליידיגט אויס א פלעשל אלט-ווילאמסבורג נאך שחרית, און וואס מיט די צייט ווערט מען אדקיטעד צו זייערע ברומערייען און קרעכצן, די גערוך פון די קאווע אויסגעמישט מיט די נאטורליכע ריח פון די זקנים האט אין זיך א צויבער קראפט וואס לאזט מיך נישט גיין זוכן א אנדער פלאץ צו דאווענען.
איך זאג נישט אז עס איז לייכט פאר א יונגערמאן זיך צו אריינדרייען אין די געזעלשאפט פון די זקנים, נאך אלעם האב איך נישט קיין שטארקע מיינונג איבער די וועטער, איך שטיי נישט צו קלויבען ביי דעם שיך באקס מיט ליין-ברילען, און איך האב נישט קיין פעקל טענות אויף די היינטיגע דור, אבער חוץ מזה טוען די זקנים וואס מעגליך מיך צו מאכן פילן באקוועם, אין זענען מיר אפילו מוחל דאס נישט זיך צוזעצן צום חק-שיעור ווילאנג איך בלייב א געטרייע צענטער.
חוץ מזה וואס אין אט די קליינע בית-מדרש מניינים שפילט יעדער א וויכטיגע ראלע, עס איז נישט בלויז הושיעה'ס און ורעם'ס וואס פארעמט דעם מנין, יעדער האט א נאמען, יעדער האט א ראלע, און יעדער האט איינעם מיט וועם ער איז צוקריגט, ווען איינער קומט נישט איין טאג ווערט עס איבערגעשמועס ביים לחיים נאכ'ן דאווענען, און אויב ער פעלט אפאר טעג קען ער שוין באקומען א צינישע ביקור חולים טעלעפאן קאל פונ'עם רב'עלע פון די שול.
שוין אפגערעדט אז די דאווענען איז נישט עפעס א מאנאטאנע ריטועלע און געכאפטע פראצעדור, עס איז א צערמאניאלע פייערליכע געשעעניש יעדן טאג פונדאסניי, אין וועלכע אלע נעמען א טייל, די בעל תפלה פירט טאקע אפיציעל דעם מנין אבער אין די אונטערשטע רייעס זיצן די ריכטיגע טאן געבער, קיינמאל האט די בעל תפלה זיך נישט געוואגט צו אויסלאזן ביי תחנון פאר געצל האט מיט זיין באסאווע שטימע אויסגעשריגן ושם נאמר, ווידער איז דא ר' נחום וואס האט גענומען ערנסט דעם צעטל העכערן עמוד אז על פי פקודת הרב זאל מען זאגן 5 קאפיטלך תהלים און מיט א קונצליכע שנעלקייט גייט נישט אדורך קיין מילי-רגע פון ווען די בעל תפלה זאגט ושמו אחד און ער שרייט אויס קאפיטל צ"ה!
אה, און ווען עס קומט צו תחנון, דאן זענען דא די אפיציעלע מומחים לענייני תחנון וואס נעמען די האקעלע באשלוסן וועלכע צדיקים זענען ווערט צו פארשפארן א תחנון, און אזוי די וואס בייזערן זיך ווען די בעל תפלה זאגט יתגדל, אבער ווארטן מיט געדולד זיכער צו מאכן אז מ'קען שוין נישט צוריקדרייען דאס רעדל, זיי מאכן אזעלכע גרימאסן ווי צו זאגן אזאנע קלים ווי נעמט מען די חוצפה צו אויסלאזן תחנון, אבער זייערע אויגן דרוקן אויס טיפע דאנקבארקייט, און ביים לחיים פארציילט מען נאכאמאל צום טויזענסטע מאל אנעקדאטן פון שינאווע רב איבער דאס תחנון-צדיקים-יארצייט סאמאטוכע.
עס איז דא דער עלטערער איד וואס צינדט אן די ליכט ביים עמוד, און איך ווייס נישט פארוואס נאך אזויפיל יארן געפונט ער נאך פאר וויכטיג צו זיך פארענטפערן יעדעס מאל עקסטער אז ער צינדט נאר ווייל קיינער צינדט נישט כאילו עס זענען דא אנדערע וואס זענען מער צוגעפאסט פאר די מלאכה ווי אים, גראדע מאכט זיך אמאל א שארפע ויכוח צווישן אים און ר' נחום צו מ'מעג אויסלעשן די לעכט פאר מ'האט געענדיגט די קאפיטלעך תהלים, ס'איז א חלק פון דאווענען טענה'ט נחום, און דער איד טענה'ט אז ער יאגט זיך.
יאר'ן וויל איך וויסן וואס די צווי אידן ביי מזרחית דרומית שושקען זיך בעת'ן צוזאמלייגן די טלית ותפילין, און איך וויל אויך וויסן אויב זיי האבן אויסגעוועהלט דעם פלאץ ווייל דארט איז אויסגעברענט די באלב'ס, און מאכט זייערע שמועסן אויסקוקן מער אינטים און מיסטיריעז, איין זאך ווייסט מען אז פון צייט צו צייט גייט שמערל ארויף א טאן און זאגט "אזוי גייט עס היינט" און בערל שאקלט צו מיט א טרויעריג פנים, איין זאך איז קלאר אז רוב מאל ענדיגט זיך די שמועס מיט דעם זעלבען פראז "דער עיקר מ'זאל זעהן נחת".
אה איך האב כמעט פארגעסן פון רבי חיים, דער מיט'ן בארדיטשובע סידור, א דמות וואס מען טרעפט שוין נישט היינטיגע צייטן, זיין בארדיטשובע סידור איז מיט די יארן געווארן דאפלט די דיקקייט און ווערט צוזאמגעהאלטן א דאנק א טוץ פון ראבער בענדס, ווען איך האב אים אמאל אנגעטראגן צו קויפן א נייע האט ער מיך אנגעקוקט מיט אזא שמייכל, אז איך האב מיך געפילט דערנידערט, ווי צו זאגן וואס פארשטייסטו צו א אויסגעהארעוועט סידור וואס האט איינגעזאפט אין זיך טויזענטער שחריתים, אין האט אין זיך פול מיט צעטלעך אין וועלכע עס איז דאקומענטירט אלע צרות ישראל, איך האב אליין איינמאל געזעהן אן אלטן בחור אריינשטיפן א צעטל אין זיין סידור,
זיין איידלקייט זעהט זיך אן אויף טריט און שריט, ווען ער זעצט זיך צו תום תיקון טיש פרעגט ער אלעמאל פאר וועלכע נשמה ס'איז און וויל וויסן די פאטערס נאמען, און ווען די נאמען שטייט אויפ'ן פלאש דרייט ער עס אויס צו זיך און קוקט אויף דעם בשעתן עסן די מזונות, עס מאכט דעם איינדרוק ווי ער טוט דאס נישט פאר זיין גוף נאר פאר די יעניגע נשמה, ווען עס איז נישטא קיין יארצייט און איינער ברענגט סתם מזוזנות להנות בהם בני אדם שלעפט ער אייביג ארויס א יארצייט פון בוזעם קעשענע.
אז מרעדט פון יאהרצייטן האבן מיר אין אונזער מנין רבי נפתלי, ער האט אייביג יארצייטן, און איז אייביג באוואפנט מיט שיינע מעשיות, און שטילערהייט ווארפטער אריין אזלעכע פיקאנטע פאקטן איבער וועלכע רבי'ס האבן זיך נישט גוט געלעבט און פארשידענע היסטארישע לשון הרע'ס אבער דאס זאגט ער נאר שטיל, און אין זיינע אויגן זעהט מען א מיסטעריע ווי צו זאגן אז ער איז מגלה טפח ומכסה טפחיים וחצי, ווי נישט ענידגט זיך אייביג די שמועס, וואס פאשטיימיר אונז צו די צדיקים זכותם יגן עלינו