בלאט 1 פון 1

אדמור'יכם יצאו לחופש ואתם נשארים במלחמה

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:02 pm
דורך נושא ונותן
שוין 28 טאג וואס עס פלאקערט א מלחמה אין ארץ ישראל, כלל ישראל האט שוין לדאבוננו פארלוירען קרוב צי 70 פין אירע קינדער, אין נאך הונדערטער זענען פארוואונדערט אין פארשידענע מצבים ה"י, צענדליגער טויזענטער בחורים אין יונגערלייט זענען אין עזה אין זייער לעבען איז אין א סכנה, הונדערטער טויזענטער משפחות לעבן אין א שרעק און אין א קלעם וועט מיין מאן/טאטע/ברודער/קינד צוריק קומען אדער חלילה...., מיליאנען מענטשען לעבן אין א טאג טעגלעכען שרעק שלאפן נישט דורך קיין איין נאכט אין בעט יעדער פאר שעה מוזען זיי לויפן זיכען שיץ, קליינע קינדער פילען זיך נישט פארזיכערט אין ווער ווייסט ווי לאנג עס וועט געדוירען זיי צי היילן פין די פחד וואס זיי לעבן דורך טאג טעגליך, פרויען וועקען זיך אויף אינמיטען נאכט מיט א בהלה אין כאפן זייערע קינדערלעך אין שלעפען זיי ארויס צום חדר מדרגות זיי זאלן נישט חלילה געשעידיגט ווערן פין א מיסעל.
אין א צייט פין א פחד שרעק אין קלעם זענען אידען געוואוינט ארויף ציקוקען צי זייערע מנהיגים די עיני העדה פאר אביסעלע טרייסט אין חיזוק, אבער די מנהיגים זייערע זענען נישט דא, אויב ווילען זיי חיזוק מוזען זיי ארויס פארן קיין שווייץ, אויסטריע, ענגלאנד ביי די שיינע בערג אדער ביי די הערליכע בארטענעס פין ים ווי זייערע רעבעס פארברענגען אין פין ווי זיי שיקען ארויס לאנגע חיזוק בריעוועלעך צי די רחמנותדיגע חסידים וואס זענען נעבעך נתונים בצרה וצוקה.

אדמור'יכם יצאו לחופש אותם נשארים במלחמה?

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:22 pm
דורך נושא ונותן
הגדילו לעשות די הייליגער ברודערס פין מועצת גדולי התורה צוזאמען מעט אפאר פין זייערע חברים דארט אין ארויס געגעבען א קול קורא אז עת צרה הוא ליעקב אין כלל ישראל דארף די כח התורה פין די ישיבות אין פין די כוללים אין מען האט מבטל געווען די בין הזמנים, די רחמנותדיגע יוגערמאן פין אשדוד וואס ווארט שוין נעבעך אפאר וואכען פאר דעם בין הזמנים ווען ער וועט שוין קענען אוועק פארן מיט זיין משפחה קיין צפון ווי זיי וועלען קענען שלאפען רוהיג ביינאכט אן קיין פחד פין געהארגעט ווערן פין א מיסעל מיז בלייבען אין אשדוד, וואס הייסט מען דארף דיין תורה א חוצפה ווי אזוי האסטו א הוה אמינא צי אוועק פארן פין פראנט וואס יעדער ווייסט דאך אז די עכטע פראנט איש אין בית המדרש, דיינע קינדער ציטערען די קענסט נישט שלאפן? פארפאלען סאיז דרך א מלחמה סאיז נישט דא קיין ברירה. אבער די מנהיגים זיי מיינט מען נישט זיי זיצען זיך פארזיכערט על הסיר הבשר אויף די הרים הרמים אין שיקען אראפ הוראות צים ציבור, טאקע זיי לערנען דאך קיינמאל ממילא נישט אבער דאך אביסעלע מיטגעפיל וואלטען זיי געמעגט ארויס ווייזען. מה יאמרו הבריות אין חילול השם איז דאך אויך א שטיקעל חשבון. אין איז עס דען א חכמה צי מגלה פארן עולם די סוד וואס די מקרובים ווייסען שוין לאנג אז לא קראו ולא שונו מימיהם?
וואס ענטפער איך פאר מיינע קינדער?

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
ווער זאגט אז די ריכטיגע פראנט איז נאר אין ביהמ״ד וי די נעבעכדיגע כולל יינגעלייט אין ישיבה בחורים פלאגען זיך על התורה ועל העבודה????
דאס איז נאר וואס אינז זעהן בעיני בשר
די ריכטיגע פראנט איז ביי די צדיקים וואס פארען ארויס על ההרים ועל הגבעות פראווען א געשמאקע דאטשע דארט איז די ריכטיגע פראנט!!!
אין דעם לייגט מען אריין אלע כוחות סיי די צדיקים פון ארצה״ק אין סיי די צדיקים וואס פארען קיין מיאמי צו פאלאם ספרינגס אדער פרעשבורג
אויך די צדיקים פון די צווייטע קלאס וואס פארען וי די פשוטי עמך אין קאנטרי זיך אויסצורועהן פון די שווערע עבודה פון זיך אויסצורועהן א גאנץ קלעכדיגען יאר נעמען אויך אנטייל אין די פראנט
די זעלבע זאך איז מיט די מועצגה״ת דאמריקה וואס פארען אויף דאטשע אין זייער קעמפס אין נעמען ארויס קול קוירע׳ס צו מבטל זיין די בין הזמנים אין ארץ ישראל

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:15 pm
דורך נושא ונותן
איו אפשר גאר איז דאס א שיטה שקיבלו מאבותם ביים צווייטען וועלט מלחמה וד"ל

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:21 pm
דורך קאווע טרינקער
נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:39 pm
דורך petergrifin
קאווע טרינקער האט געשריבן:נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...


ס׳איז א חלק פון די בילבול המוחות בעקבתא דמשיחא..

נשלח: זונטאג אוגוסט 03, 2014 10:41 pm
דורך דענקער
דערפאר זענען זיי גארנישט ווערט. ווייל ווען מען דארף זיי, זענען זיי נישט צום האבן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:43 am
דורך נושא ונותן
קאווע טרינקער האט געשריבן:נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...

זיי גלייבן דאך אז מען דארף זיי האבן.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
נושא ונותן האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:נעכטן שרייט מען די רבי'ס זענען גארנישט ווערט, היינט שרייט מען מ'דארף זיי האבן דא...

זיי גלייבן דאך אז מען דארף זיי האבן.

פארקערט. דאס ווייזט אויף זייער גדלות. די רבי קען זיין אין שווייץ אדער עסטרייך אויף די בערג. און ער קען שיסן א פייל וואס זאל טרעפן ביז'ן בונקער פון די ראשי ה'טרוריסטים אין עזה. בבחינת ר' יהודי בן בתירא. "את בנציבין ומצודתך פרוסה בירושלים"... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :roll: :x :oops: :cry: ;) :o