בלאט 1 פון 2
לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 8:45 pm
דורך שמואל שלום שלמה
א איד (עכ"פ א חסידישער איד) עסט מיט אן איידעלקייט, איינגעצוימט, מיט א הוט אויפן קאפ. א גוי אבער.... א גוי עסט - ווי א גוי! וואס הייסט דאס אז א גוי עסט ווי א גוי? איך קען אייך פרובירן מסביר זיין... איך גלייב אבער אז איר וועט נישט פארשטיין. פון וואנעט זאל א חסידיש איד וויסן וויאזוי א גוי עסט? סיידנס, אויב דער איד האט שוין מיטגעהאלטן אזא מראה... רוב פון אייך האבן מסתמא דאס קיינמאל נישט געזען.
עס איז באקאנט די מעשה מיט א געוויסע ראש ישיבה און ארץ ישראל וואס א טאג נאך די וואלען אין אמעריקא האט ער געפרעגט זיינע תלמידים ווער עס איז דער נייער פרעזידענט אין אמעריקא. די תלמידים האבן זיך זייער געוואונדערט. פארוואס וויל דער ראש ישיבה דאס וויסן? זייט ווען ליגט דער ראש ישבה אין פאליטיק? האט דער ראש ישיבה ערקלערט: ווען איך זאג שלא עשני גוי, טראכט איך נישט פונעם שמוציגען גוי, דער אפגעריסענער אפגעשליסענער. איך טראכט פונעם דערהויבענסטען גוי, פון דער וואס זיצט ברום המעלה! פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן! און אויף
אים זאג איך
בא"י אמ"ה שלא עשנו גוי!!!
איז כדי איר זאלט פארשטיין וויאזוי די מכלומרשטע "הויכגעשעצטע" גוים זענען עוסק אין אכילה, הרי אינו דומה שמועה לראיה... נאט אייך אפאר בילדער. אמר רב יוסף כל ליצונותא אסורא בר מליצונותא דעבודה זרה...
דער ערשטער אויף די ליסט איז מר. פרעזידענט אליין, באראק חוסעין אבאמא:

יא, יא אזוי מיט די באקציינער צום פאלק, גראד אריין אינעם פרעצל.
נעקס אויף די ליין איז געוועזענער פרעזידענט, בוש.

המממ. איר הייבט שוין אן צו כאפן וואס איך מיין "עסן ווי א גוי". ניין? נאכנישט? אקעי, דאן, דא האט איר בוש, דזשוליאני מיט פאטאקי

אה, יעצט זע איך איר פארשטייט וואס איך מיין. ניין, ס'איז נישט קיין לעצטיגער זאך, ס'אלץ געווען. געט א קוק אויף פרעזידענט קלינטאן:

יא, ער איז טאקע באוואוסט אלץ אן אומאיידעלער.
נו, ראנעלד רעיגען תוכיח:

אויב וועט איר ווילן טענה'ן אז דאס געשענט ווען דער פרעזידענטילכער אפיס קארופטירט... לאמיר זען צו איר זענט גערעכט:
מיט ראמני:

הערמאן קעין:

ריק סענטארום

דזשאן קערי:

דזשאן מעקעין:

מייק האקעבי:

און צום לעצט, דער פרעזידענט האט אויך ליב אייזקרעם:

Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 9:09 pm
דורך יידל

: הרב שש"ש, איר זענט אייזן!! ממך ילמדו וכן יעשו!! איך האב טאקע געהאט אין פלאן צו מאכן אן ענליכן אשכול. געזאגט און [כמעט] געטון! like
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 9:15 pm
דורך ידען
א זיס שטיקל ארבעט.
איך באמערק אז בוש דער צווייטער האקט רויע קארן. וואס פאר א טעם האט דאס?
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 10:09 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:א זיס שטיקל ארבעט.
איך באמערק אז בוש דער צווייטער האקט רויע קארן. וואס פאר א טעם האט דאס?
דאס הייסט קארן אן די קאב. corn on the cob. פארדעס נישט אז בוש קומט פון טעקסאס, ער איז נישט קיין סיטי בוי, ממילא פארשטייט מען פארוואס די פליישעלעך רעדן נישט צו אים...
אגב, די בילד האב איך אמאל געזען פאטאשאפפד דורך א חיות-ליבהאבער

Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 10:37 pm
דורך ידען
אבער קוק ווי די שאלאכטץ ליגן נאך ביים ווינקל פונעם קארן, איז משמע אז ס׳רוי.
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 10:48 pm
דורך שרגא
איך וואלט געראטן די מנהלים זאלן מאכן אביסל בלורי די פנימ'ער פון די אלע גוים. עס קען ענק נאך קאסטן א קול קורא!
שמואל שלמה, צוקער זיס!
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 11:40 pm
דורך פאדעם
זיידעטשקע האט געשריבן:הרב שש"ש!!
אוי איז דאס גוט.
למעשה קוקט רעיגען אויף זיין טשיסבערגער מיט א ענוות חן....
אויף רעגען זעט מען גראדע אינגאנצען נישט דאס פארפרעסנקייט, עכ'פ נישט אויף דעם בילד
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
א הערליכע ארבייט הרב שמואל שלו׳ שלמה!!!
פלעין ענד סימפעל קיאט.....

Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: מאנטאג מערץ 05, 2012 11:07 am
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:הערליך!
(באמת גלייב איך אז מ׳קען טרעפן אזעלכע בילדער אויף היימישע פאליטיקאנטן אויך...)

Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:22 am
דורך דבילה
און די בארד פון נחבי בן ופסי? אדער אפשר פון א נחשון בן עמינדב?
פאר דער וואס ווייסט נישט, אזוי זעט אויס ווען א "מענטש" עסט! אויב קלערט איר אז נאר דער וואס זיצט דיר אקעגן איבער ביי נאכטמאל עסט אזוי, פרעגט נאר אייער ווייב...
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 1:41 am
דורך רואיק
זייער שיין אבער ווי שוואך שטייסטו אז כדי זיך צו הייבן מיזטו יענעם קלאפן? אונזערע אידן עסן עפעס אזוי שיין? האסט קיינמאל נישט בייגעוואוינט א זויער פיקל שטינקעדיג גרעפץ ביי א איד וואס איז מזדעזעה ארבע מאות פרסה על ארבע מאות פרסה? אפשר איז עסן פיש מיט די הענט ביי דיר אפעטיטלעך? אדער גאר דאס מישן די קאווע מיט דאס הענטל פון די גלעזער וואס האט נאר וואס געדינט אלץ א קיוטיפ?
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:07 am
דורך משה בער
רואיק האט געשריבן:זייער שיין אבער ווי שוואך שטייסטו אז כדי זיך צו הייבן מיזטו יענעם קלאפן? אונזערע אידן עסן עפעס אזוי שיין? האסט קיינמאל נישט בייגעוואוינט א זויער פיקל שטינקעדיג גרעפץ ביי א איד וואס איז מזדעזעה ארבע מאות פרסה על ארבע מאות פרסה? אפשר איז עסן פיש מיט די הענט ביי דיר אפעטיטלעך? אדער גאר דאס מישן די קאווע מיט דאס הענטל פון די גלעזער וואס האט נאר וואס געדינט אלץ א קיוטיפ?
ביזט סתם אן אנטיסעמיט. איך בין נישט מקנא דיין גיהנום!
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:31 pm
דורך שמואל שלום שלמה
א ווידעא וויאזוי
א גוי ברעכט א רעקארד און עסט אין 60 סעקונדעס נישט מער און נישט ווייניגער נאר 13 גרילד טשיז סענדוויטשעס. ברוך הוא אלוקינו, שבראנו לכבודו
http://vimeo.com/38861622
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:03 am
דורך קול דודי
יא, שטייטס ווייט פון גוים, און ווארנטס אן די קינדער! ס'איז א בפירוש'ן
וויקיפידיע!
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:13 am
דורך קול גדול
כ'האב שוין געזען אסאך אידן (אריינגערעכנט חסידישע) עסן אזוי. און איך זע נישט וואס איז שלעכט דערמיט.
Re: לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי
נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 10:57 am
דורך לאדיך אפ
קול גדול האט געשריבן:כ'האב שוין געזען אסאך אידן (אריינגערעכנט חסידישע) עסן אזוי. און איך זע נישט וואס איז שלעכט דערמיט.
אה קאם אן. דער מענטש אינעם ווידעא ברעכט א רעקארד. איך זאג דיר צו אז אפילו א גוי האסטו נאך נישט געזען אזוי עסען.
נשלח: דינסטאג מאי 08, 2012 10:26 pm
דורך שמואל הלוי
מיט ראמני
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2012 12:56 pm
דורך לאדיך אפ

- אזוי עסט א גוי
- fress.jpg (30.16 KiB) געזען געווארן 3250 מאל
נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 8:49 pm
דורך יידל
דזשאן עף קענעדי.

- john-f-kennedy-7.jpg (43.11 KiB) געזען געווארן 3217 מאל
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2012 8:22 pm
דורך קרעקער
היינט געוועזען דע האטדאג קאנטעסט אין קאוני איילענד
דער פאריעריגער געווינער האט אריינגעפליקט 68 שטיק אין צעהן מיניט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:17 pm
דורך berlbalaguleh
שרגא האט געשריבן:איך וואלט געראטן די מנהלים זאלן מאכן אביסל בלורי די פנימ'ער פון די אלע גוים. עס קען ענק נאך קאסטן א קול קורא!
שמואל שלמה, צוקער זיס!
א מזל די ב... ווייסן נישט די אדרעס פון קאווע שטיבל. דרך אגב. אינטערנעט איז דאך אסור. פון וואו ווייסן זיי וואס שטייט אויפ'ן אינטער.. ר"ל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 11:38 pm
דורך חאצקל
א פיקטשער פון אזוי נאנט מאכט יעדער תנועה אויסזען מאדנע
נשלח: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך פארשטיי דיבלאזיא. ער האט נישט געוואלט זיין אין די אשכול......
http://www.vosizneias.com/151937/2014/0 ... at-piazza/