בלאט 1 פון 1

אנטיסעמיטיזם איבער די וועלט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:08 pm
דורך חד גדיא
ס'איז א פחד וואס גייט פאהר איבער די וועלט. די אנטיסעמיטיזם איבעראל איז ממש א שרעק. מ'זאגט נאך פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע אז א גוי וואס איז אנטי ציוני איז אן אנטיסעמיט. היינט זעהט מען עס בחוש, ווי די אנטיסעמיטישע אטאקעס איבער די וועלט האט זיך שרעקליך געהויבן. און אלעס איז אונטער א שלייער פון אנטי ציוניזם.

אין אונגארן וואס איז נאך דורכגעווייקט מיט אידיש בלוט ר"ל, איז געווען א פראטעסט קעגן מדינת ישראל. דער מעיאר פון די שטעטעל האט געלייגט תליות פון נתניהו און פערעס! דאס איז בלויז איין ביישפיל פון וואס עס גייט פאר ר"ל.

בילד

א וודיאו פון די פראטעסט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Gp8S-AYTk0A[/youtube]