בלאט 1 פון 1

קארופטירט ביים אויסרייסן קארופציע *קאומא'ס מארלאנד סקאנדאל*

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:20 pm
דורך שעפטל
אקוראט ווי זיין פארגייער דער שארפער גאווערנער שפיטצער, וואס איז אויך פארנומען געווען מיט לאו ענד ארדער... (און אזוי אויך אלע פאליטישאן'ס ווען זיי לויפן..) האט אונזער איצטיגער גאווערנער ענדראו קאומא זיך אהערגעשטעלט אלס גאר קארעקטירטער מענטש ביים לויפן פאר גאווערנער...

גאווערנער קאומא, א זון פונעם געוועזענעם גאווערנער מאריא קאומא, ווען ער איז געלאפן האט ער געהאלטן אין איין שרייען אז ער גייט אויסראטן קארופציע אין אלבעני, ווען ער האט געווינען האט דאס טאקע אויסגעקוקט ווי ער האלט ערענסט דערביי, ער האט דעמאלטס געגרינדערט א שטארקן קאמיטע וואס זאל נאכקוקן און אויספארשן די קארופציע, מיטן נאמען "מארלאנד" קאמיסיע. (לע"נ עפעס א געזעץ פון 1907...) דער קאמיסיע איז צאמגעשטעלט געווארן פון 24 שטארקע געזעץ היטער פון איבער ניו יארק.

די קאמיטע האט טאקע שווער געארבייט, זיך גענומען צו יעדעם איינעם רעכטס און לינקס, אבער נישט אויסגעלאזט קיינעם... אפילו נישט דעם הויעכגעשעצטן גרינדער... אנגעהויבן האט זיך עס מיט אן אויספארשונג פון א פירמע ואס קויפט צייט אויף די "עיר" וואס האט געהאט עפעס שיכות מיטן גאווערנער'ס ערוועהלונג קאמפיין, און ס'איז געגאנגן אז דער גאווערנער'ס הויפט געהילף לערי שווארטץ האט אנגערופן איינע פון די די עי'ס וואס זענען קאו'-טשערס אויפן קאמיטע "אז ס'מאכט פשוט קיין סענס אז א קאמיסיע וואס איז געשטעלט געווארן און ווערט אויסגעהאלטן דורך אן עקזעקיוטיוו זאל אינוועסטיגעיטאן דעם עקזעקיוטיוו...

פארשטייט זיך אז דער גאווערנער'ס אפיס האט דאס נישט געשמעקט.. האבן זיי מיט דריק זיכער געמאכט אז די קאמיטע צוהט צוריק פונעם סופינע. און דערנאך אנגעהויבן ענג צו מאכן פארן קאמיטע און באגרעניצן זייער פאוער.‏ און צום סוף גענצליך אויסגעלעזט...

קומט זיך אבער א מחוצף'ל, פריט בארארא, א עדעראלער פראסיקיוטער אין מענהעטען און שרייט "ניין! דו קענסט נישט אזוי פארמאכן א קאמיטע ווייל ס'איז דיר נישט גוט געגאנגן "... און האט זיך אריינגעלייגט אויסצופארשן וואס פונקטליך ס'איז פארגעגאנגן.

כ'גלייב שווער אז איינער איז דא שאקט צו וואונדערט זיך בכלל.. די שאלה איז נאר, וועט עס דא דער גאווערנער אדורכשוויצן? צו וועט ענדיגן ווי דער שארפער שפיצער...? סיי ווי אזוי, האט ער א שאנס פאר נאך א טערמין?

קאומא אליינס -ווי שפיצער- איז גאר א שארפער מענטש, דעריבער האט ער גאר ווייניג גוטע פריינד, ווי א טאג שפעטער קומען ארויס מער און מער מענטשן קעגן דעם סקאנדאל, ס'וועט זיכער נאך נעמען אביסעלע ווען אנדערע פאליטישאן'ס וועלן פילן אז ער איז ממש א פערטיגער און דעמאלטס וועט ער באמת כאפן פון אלע זייטן.

אויף דערווייל איז ער יעדן טאג אין די נייעס.. און האט נאכנישט געגעבן קיין נארמאלן ענטפער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:44 pm
דורך גאנצל
מקח בלייבט מקח פאליטישאן בלייבט פאליטישאן און אונז נערנים בלייב מיר נערנים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:40 pm
דורך שמעקעדיג
למעשה האט מען אים געכאפט ביי אן עוולה?
געווענליך נעמט מען אן, הפה שאסר הוא הפה שהתיר, ער האט נישט געבראכן א געזעץ, ער האט נישט געטון קיין "קארופציע" אדער א שמוציגן סקאנדאל, ס"ה פארלאנגט מען זאל אים נישט קריכן אין די קישקעס. פארוואס? הו קעירס.

אבער עס איז מיר א פלא וואס דו שרייבסט אז ער איז א שארפער און קויפט זיך איין שונאים. איך האב פארשטאנען אז ער איז אסאך מער צוגעלאזן ווי זיין פארגייער שפיצער (כ'מיין, פעטערסאן'ס פארגייער).

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:59 pm
דורך שעפטל
וואס די קריים וועט זיין וועט נאכקומען... בפשטות די חלק פון הייסן צוריקציען פונעם סופינע און נאך.

דאס איז זעכער אז ער האט געהאלטן אין איין שרייען אז ס'איז נישט "זיין" קאמיטע, ס'איז די טעקס-פעיאר'ס... אלל אוו עי סאדען ווען ס'היט האום ווערט דאס פארקלאפט.

פעטערסאן איז למעשה טאקע געווען גאווערנער.....??? עניוועיס, קאומא איז א שארפער, סטראשעט כסדר און איז ארומגענומען מיט נאך שארפערע מאפיאנערן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 4:29 pm
דורך petergrifin
איך בין בכלל נישט שאקירט אויב דער גאװערנער האט פוטער אויפן קאפ. קײן אײן פאליטישען איז נישט
אן געקומען אין אפיס דורך זײן א צדיק׳ל, נאך דערצו א גאװערנער אדער פרעזידענט. אװדאי װען ער לויפט
ארום קלאפען אויף טירן איז ער די נײסעסט גײ װאס נעמט זיך אן פאר די באקריװדטע און קושט אלע בעיביס,
אבער אײנמאל ער׳ס אויפן בענקל איז ער די זעלבע טאף גײ װאס ער איז אלעמאל געװען.