בלאט 1 פון 1
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:05 am
דורך משבק
אויף וואס איז גוט איינצופאסטן?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 12:45 pm
דורך קאך_לעפל
משבק האט געשריבן:אויף וואס איז גוט איינצופאסטן?
אויף א הייסע סאלאמי סענוויטש, מיט א שאכטל פרענשריי, מיט שיסל זויער איגערקעס..... און מאכט זיכער עס צו פארשלינגען מיט א פלעשעל איי-קאלטע קארשען זאפט.....
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 1:03 pm
דורך משבק
די בויך וויטאג האט זיך שוין אנגעהויבן?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:15 pm
דורך גאלד
משבק האט געשריבן:אויף וואס איז גוט איינצופאסטן?
יוראוויטשעס טראפן
וויאזוי פאסט איר איין??? [ביטע נאר בדוק ומנוסה]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:47 pm
דורך [NAMELESS]
די אשכול איז פאר ווער עס קען מיטטיילן פארן ציבור פון אייגענע עקספיריענס וויאזוי איר פאסט איין און איר זעהט הצלחה,
פליס הייב נישט אן צו שיסען קלי צום ווייט א פעק יעדער ווייסט וואס ס'דא אין געשעפט, נאר ווער עס האט אייגענע עקספיריענס,
אזוי אויך וואס עס העלפט נישט איז אויך ברייט באקאנט פארן ציבור סוי ס'איבעריג מיטצוטיילן. תודה!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:05 pm
דורך משבק
אדמור מרימניץ פלעג איינפאסטן ערב ת"ב אויף געזאלצענע הערינג
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:08 pm
דורך פליקער
ווי אזוי איז שייך צי זאגן בדוק ומנוסה, למשל אויב איינער איז מקיים די מנהג פון שלינגען ניין שלינגעס וואסער מיט איין אטעם, און ער פאסט גיט, קען דאך זיין אז אפילו אן די וואסער וואלט ער אויך גיט געפאסט, אדער אפשר וואלט ער אפילו בעסער געפאסט, אדער פארקערט ווען ער נעמט נישט מעלאנע און ער פאסט שלעכט, מיז דען זיין אז עס איז מחמת זיין נישט עסן מעלאנע, קען זיין ווען ער עס וועין יא, וואלט ער וועין געפאסט סך ערגער, על כן איז די אשכול נישט מאסגעיבענד, נאר מען זאל שלינגען וואסער, עסן מעלאנע, נעמען גריינעמאן'ס טראפן, אריין דריקן טיילענאל מיט קאפין מאחורי, וכילו האי ואולי.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:15 pm
דורך משבק
סאיז א נאטור זאך ,ווער ספאסט גרינג קען הונגערן עטליכע טעג כאילו לא הי ,און ווער נישט, קען זיך אנשטאפן מיט אלדאס גוטס און נאכאלס אויפשטיין ביום התענית מיט קאפוויי
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
ווי אזוי איז שייך צי זאגן בדוק ומנוסה, למשל אויב איינער איז מקיים די מנהג פון שלינגען ניין שלינגעס וואסער מיט איין אטעם, און ער פאסט גיט, קען דאך זיין אז אפילו אן די וואסער וואלט ער אויך גיט געפאסט, אדער אפשר וואלט ער אפילו בעסער געפאסט, אדער פארקערט ווען ער נעמט נישט מעלאנע און ער פאסט שלעכט, מיז דען זיין אז עס איז מחמת זיין נישט עסן מעלאנע, קען זיין ווען ער עס וועין יא, וואלט ער וועין געפאסט סך ערגער,
אז איינער וואס פלעגט זיך מוטשענען מיטן תענית און איינמאל האט ער געהערט אן עצה טובה [ר' הערשל מייזליש מהלך וכדו'] און ער האט גוט געפאסט דאס הייסט בדוק ומנוסה, @פליקער הבנת?
א יישר כח @ונבנתה העיר, איך מיין מען וועט דיר שוין נישט אוועקלאזן די קומענדיגע חודש!
@ונבנתה העיר המתחיל במצווה אומר לו גמור סוי אפשר ברענגט איר אהער די איינפאסטן תגובות פון די פאסטן אשכול אהער,תודה!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:17 pm
דורך שעפטל
איך עס און איך טרינק און נארמאלערהייט וועל איך האבן כח צו פאסטן, הונגעריג בין איך מארגן רעגארדלעס אין די צייט, טראץ מיינע אוועקאדא מיט די שולאכטץ און מעלאנע ביזן גרינד.
עצה טובה, טרינקט יעצט בעיקר די גאלן וואסער, ווייל שפעטער וועט דאס פאראורזאכן צו לויפן א גאנץ קינות..
שוין עפעס דארף מען דאך אויך א עצה געבן, נא אוועקאדאו, מעלאנע, זיי זאגן אז לאקשן מיט דזשיס..
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:20 pm
דורך איך אויך
שעפטל האט געשריבן: לאקשן מיט דזשיס..
טשיז? דשזוס? Jews?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:26 pm
דורך שעפטל
טשיז.
בכל אופן טרינקן געניג וואסער און עלימענירן ווי מער זאלציגע עסן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:30 pm
דורך Ben-Shishim
One thing is for sure, try to be as calm and relaxed as possible.
You will notice that most people who have complications fasting, is because they are nervous, and sometimes days and weeks before the fast
once they learn how to stay calm, all goes well
N>B> The fast doesn't last for ever, it's only one day, soon you will be able to eat and drink.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:20 pm
דורך [NAMELESS]
נא! ווי אזוי פאסט איר איין??
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:22 pm
דורך לית דין בר נש
אויף די שושנים פארמעסט
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 12:42 am
דורך [NAMELESS]
איך האב איינגעפאסט אמאל אויף א האלבע טשיקן און צוויי טעלערס טשיקן זופ און געזעהן א ישועה בעזהשי''ת, והבטחתי לפרסם.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 2:44 am
דורך [NAMELESS]
דר' וואלעס פין ירושלים מיט אן אינטערוויא ביי ר' זלמן זאגט אז גארנישט ספעציעל נאר עסן אין טרינקען ''עז יוזשעל " זאגענדיג אז מער וואסער איז אן איין רעדעניש ווייל עס האלט זיך מאקסימום א 20 מינוט אין די מאגן אין פין דארט צי די נירען. אין נישט האבנדיג קיין ענערגיע אין זיך געבט עס גארנישט צי צום גוף ,נאר אז מען דארף לויפן אין בית-כיס א יעדע פאר מינוט,
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 9:57 am
דורך נתן מנחם
וויאזוי נישט אריינצופאסטען:
היינט אינדעפרי בין איך אויפגעשטאנען 5:15 זיך אנגעשמירט א באגעט מיט גארליק פיטער, געמאכט א שפיגעל איי, געבראטען העש בראונס (דאס זענען אזעלכע פארברוינטע געציבעלטע פאטעיטאס) די הויז האט געשמעקט א מחיה. איך האב מיך געוואשען צו די סעודה'ניו (סעודת המפסקת בין שינה שינה) און איך האב גע'אכל'ט אויף אלע באקען און צוגעטרינקען דערנאך א הייס לאווא מאקאטשינא. איך האב געבענטשט 6:02 און זיך צוריקגעלייגט שלאפן.
אזוי האב איך געהאפט! רבותי די שולשול איז איז ביטער ווי א זית. העלף!! אפילו געז עקס און טאמס קען מיר נישט אריינלייגען אין מויל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 3:02 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א גוט גלעזעל בראנפען... דאס איז גוט פאר, נאך און אינמיטען (אויב מען פאסט נישט)
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 3:08 pm
דורך שמעקעדיג
און ווען איז גוט ציבעלע קוגל?