בלאט 1 פון 1
איך קען מיר נישט בארואיגן (האלאקאוסט)
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:07 pm
דורך ברעט מענינג
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:18 pm
דורך ישראל קאפקע
איך מיין אז סאיז דא עטליכע מאל געשפילט,
מען קען זען די גענצליכע פילמען אויף יוטוב אומזיסט,
די ענדע פון די פילם איז די מערסט טרויעריגע איבערשפיל פון א קאנצענטראציע לאגער וואס איך האב געזען,
די עיקר שטארקקייט דערפון איז אז רעדט זיך פון איין ספעציפישע מענטש, מיט וועם מען באקענט זיך נאנט אין רוב פון די פילם,
ווען מען זעט די ליידן און ענטגילטיגע טויט פון טויזענטער אדער צענדליגער טויזענטער, איז זייער שווער צו רילעיטן דערצו.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:25 pm
דורך ברעט מענינג
עס איז דא אפאר,
עס איז דא א ניי איבערגעמאכט זייער פראופעשענעל איינגעטיילט און צוויי,
אויך איז דא עלטערע מער אבער זייער נישט מסודר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:34 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב עס געקוקט אויף נעטפליקס, ווען איך האב עס נעכטן דערמאנט האב איך געכאפט א בליק אויף יוטוב אויב זיי האבן עס אומזיסט,
סאיז אזא טרויעריגע געשיכטע, (און אויך גאנץ לאנג) אז איך האב עס נישט געקענט ענדיגן אויף איין מאל,
סאיז גאר גאר א טראומאטישע פילם, און מוראדיג פראפעסיאנעל געשפילט, ממש מוראדיג,
די ביכל איז געווארן איבערגעדרוקט אין איבער הונדערט שפראכן, און איז איינע פון די מערסט פארשפרייטסטע ביכער אין די געשיכטע.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 05, 2014 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
נישטא וואס צו בארואיגן, עס איז פאר יעדן איינעם די זעלבע שוידערליך, מיר וועלן זיך נאר בארואיגן כשינקום ה' נקמתינו און מיר וועלן זעהן דעם אומשאצבארן שכר פון די אלע געליטענע, אז ימלא שחוק פינו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:34 pm
דורך כוכב
קאפקע, לינק צו די פילם דו רעדטסט דערפון ביטע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:25 pm
דורך ישראל קאפקע
כוכב האט געשריבן:קאפקע, לינק צו די פילם דו רעדטסט דערפון ביטע.
איך האב נישט קיין אנונג וויאזוי מען לייגט ארויף א לינק,
קענסט פשוט זוכן 'the diary of Anne Frank' אויף יוטוב.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:48 pm
דורך ברעט מענינג
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=G-i3rMT9p2k[/youtube]
פארט 1
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=zi05KDZfORI[/youtube]
פארט 2
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:48 pm
דורך ברעט מענינג
איך הער נישט אויף טראכטען! שעפעלע נעבעך!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:23 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 12:05 pm
דורך שבת אחים
Looters dig up Holocaust victims' graves at Nazi death camp Sobibor in hunt for goldשוידערליך, גרעפיק קאנטענדט!
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... -camp.html
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 1:34 pm
דורך יאסל ראקאווער
איינער קען מיר מסבר זיין וויאזוי די נקמה פון טויטע נאציס גייט צוגיין? מ'גייט מאכען ויקיצו ישיני עפר פון זייער ביין לוז, [מכאן שיש תחיית המתים ביי די גוים] און די לוז ביין פון אונזער זיידעס גייען זיך מלבש זיין מיט זייער לאגער גופות, און מ'גייט זיי נאכאמאל הרגענען, די פארשאלטענע נאציס?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 11:49 am
דורך שמעקעדיג
געלייענט די וואך אין 'די צייטונג' (אידישע נייעס אפטיילונג, וועלכע איז מורא'דיג באלערנד מדי שבע בשבוע) אן אינטערוויאו מיט ר' לייבל שערמאן, א איד פון קווינס וועלכער האט געארבעט נעבן די קרעמאטאריומ'ס אין אוישוויץ!
אונטערן קעפל "ביים טויער פון גיהנם", טראגט ר' לייבל אייך אריבער צו אן אנדער וועלט, צו א וועלט פון פיין און ליידן, צרות יגון ואנחה, אומגלויבליכע שוועריגקייטן וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך, און דאס אלעס ממקור ראשון פון א איד וואס האט דאס אלעס צוגעזען במו עיניו.
א זעלטנהייט פון א אינטערוויאו. עס לוינט צו קויפן דעם צייטונג בלויז פאר דעם אליינס.
.
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 11:01 pm
דורך שבת אחים
זייער אינטרעסאנט... מהאט אנדעקט צוויי בלעטער וואס אנא פראנק הי״ד האט בדווקא געוואלט פארדעקן...
Researchers Uncover Two Hidden Pages in Anne Frank’s Diary
https://www.nytimes.com/2018/05/15/book ... pages.html