בלאט 1 פון 2
א חסידישע יונגערמאן באצייכנט אין די פרעס "גיהנום אויף רעדער"
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:34 pm
דורך איש עברי
אין די היינטיגע נומער פונעם ניו יארק פאסט טעבלויד אונטערן קעפל "העל אן ווילס" גיהינום אויף רעדער, באריכטן זיי איבער א היימישע יונגערמאן פון בארא פארק וואס האט פארלוירן זיינע צוויי פיס אין א עקסידענט וואס - לויט זיי - גייט ארום פון ביזנעס צו ביזנעס און קלאגט זיי אן מיט לאו סוט'ס אויף אנגעבליכע פארלעצונגען אויף עקסעסיביליטי פארשריפטן.
ער האט שוין ביז היינט אריינגעגעבן געשוואלענע לאו-סוט'ס קעגן איבער 80 ביזנעסער, גרויסע און קליינע אויף ריזיגע סכומים, צווישן די געשעפטן ציילן זיך אזעלכע וואס עס איז זיכער אז ער נוצט דאס נישט ווי למשל א פוס פעדיקויר וואס ער קען נישט געברויכן ווייל ער האט נישט קיין פוס, און אזוי אויך א סטריפ קלאב.
די ניו יארק פאוסט מאכט מטעמים פון אים, און מאלן אים אראפ ווי א ביליגע שווינדלער וואס זוכט צו אויסנוצן זיין דיסעביליטי ארויסצורוקן געלט און נאך אנשטעלן א פנים פאר א קעמפער פאר דיסעביליטי רעכטן.
די ארטיקל שמעקט מיט היבשע האס וואס איז נישט קיין חידוש פאר די ניו יארק פאוסט, אבער ליידער אויב די פאקטן זענען אמת באגייט דער יונגערמאן א געפערליכע עוולה מיט'ן געבן שטאף פאר אנטעסימיטן און אנטי-חסידים, הגם מען קען טענה'ן אז עס איז זיין געזעצליכע רעכט און ער דארף זיך נישט אפהאלטן מפני השוטים שקלקלו, אבער לדעתי טראגט א מענטש א אחריות נישט צו פארשעמען זיין געמיינדע און אזא געפירעכץ פראוואקירט מענטשן און ערוועקט אנטאגניזם און אנטיסעמיטיזם, און מיט די פולע מיטלייד צו דעם יונגערמאן איז ער א רודף ער טראגט א אחריות אין אויפוועקן אנטיסעמיטיזם.
http://pagesix.com/2014/08/06/hell-on-w ... 1407353438
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 3:58 pm
דורך שעפטל
דארף מען געוואר ווערן צו ער מאכט למעשה געלט דערפון צו ער איז נאר דא אויפמערקזאם צו מאכן.
אויב מאכט ער געלט דערמיט זאל דער פאוסט זיין פארנומען מיט אים טעגליך, אריינהאקן וויפיל ס'גייט נאר (און איינוועגס שוין אפלאזן די אנדערע חסידים..

)
אויב ער איז נאר דא צו ברענגן אויפמערקזאמקייט און אביסל איבערדרייען אז מ'זאל זיך מער רעכענען מיט די הענדיקעפ (לרפו"ש) מענטשן, זאל ער האבן גרויס הצלחה! און ער וועט נאך זיין א הירא! עפעס א געזעץ וועט זיך נאך פארמירן מיט זיין נאמען...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 4:15 pm
דורך איש עברי
קיין שום הערא נישט, איך האב א בליק געטוהן אין די סאציאלע מעדיע און די קמענטארן זענען נורא ואיום, צווישן הונדערטער קאמענטירער איז נישטא קיינער וואס האט סימפאטיע מיט אים, ס'איז נורא ואיום ס'כאפט א פחד צו ליינען.
למשל דא:
https://www.facebook.com/NYPost
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:22 pm
דורך פליקער
טאקע אינטערעסאנט
איך געדעינק אז נאך עפעס א
ערל פלעיג דאס טיען, אןיך דער
ערל, האט זיי די פאוסט אויך באזינגען, מען ברויך נאך זיכן די ארכיוון
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:25 pm
דורך משולם שטיינפעלד
לויט ווי ער האט זיך פארענטפערט פאריגע מאל פאר די וואס האבן אים אפירגעהאלטן, אז ער האט נישט געוואוסט פונקטליך וואס די לויער גייט טון, די לויער האט אים צוגעזאגט גאלדענע גליקן ער זאל נאר סיינען אפאר פאפירן.
למעשה יעצט זעהט אויס אז ער וויייסט יא וואס ער טוט
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:49 pm
דורך כוכב
ער איז געווען באשריבן אין דער בליץ א צייט צוריק, מיט אן אדרעס אריינצושיקן נדבות.
איך געדענק אים נאך מיט די פוס, געארבעט פאר ובלכתך בדרך, א זעלטענע לב טוב געווען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:03 pm
דורך איך אויך
ווי דער קעפל זאגט ''ממשיך זיין סואינג ספרי'' ,ער איז שוין געווען אמאל צושמירט אינעם פאוסט און אויך דא אינעם שטיבל האט מען גערעדט פון עם.
ער דאווענט יעדן טאג שחרית אין מונקאטש בערך 2 אזייגער. איך האב עם אמאל איידעלערהייט קאנפראנטירט ער האט עפעס געמורמלט און געלייקנט אז ער מאכט א חילול ה' ,עס וואלט כדאי געווען אז נאך חברה זאלן עם קאנפראנטירן.
גיי פארשטיי פארוואס איינע פון די היימישע אויסגאבעס (בליץ? שטערן? זמן?) האט געמאכט פון עם א גאנצע היראו און ער האט דארט אויך געבעטן מען זאל עם אריינשיקן געלט. אגב, ער איז א זוהן פונעם באדאישלער רבי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:08 pm
דורך ישמעאל הכהן
אין אזא פאל קען מען נוצן דעם אל תדין את חבירך, אפגעזען צו ער איז גערעכט אדער נישט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 6:26 pm
דורך איש עברי
אין די פאוסט שטייט אז ער האט זיך אנטזאגט פון קאמענטירן אויף די באריכט, וואס דאס מאכט עס אויסקוקן נאך ערגער, ער וואלט כאטש געקענט זאגן אז ער מיינט צו הייבן עווערנעס פאר די דיסעיבלד, און אז ער גייט געבן די געלט פאר טשאריטי, ער האט אנשטאט געגעבן א גרין לייט פאר די העסליכע פאוסט אים אראפצומאלן מיט טונקעלע פארבן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 7:29 pm
דורך היימישער
מען האט געמאכט א "ריזיגע" טיי אונט פאר אים חתנה צו האבען בשעת די שידוך איז שוין געווארען אויס נאר האט געבעטן די מענטשן וואס ווייסען צו זיין שטיל
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:48 pm
דורך קאווע טרינקער
אדער איז ער א געפערליך אינג, מילדותו, אדער פון זיין שווער לעבן נעבעך. און נוצט זיין רחמנות מצב צו פארדעקן שמוץ.
אדער האט זיך א לויער צוגעטשעפעט צו אים, און יענער פלאנט צו מאכן שווערע געלטער און מאכן א יחץ. - און ס'איז מעגליך אז זיי האבן ביידע שוין געמאכט אפאר שטיקלעך, און דער לויער האט אים געסטראשט מיט מסירה. אשר על כן האט דער איגנערמאן נישט קיין ברירה נאר צו זיין שטיל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 9:20 pm
דורך petergrifin
איך האב געלײנט די קאממענטס אויף די נ.י. פאוסט, דער אינגערמאן איז טאקע נישט גערעכט און ס׳איז
געהעריגע עכט התגרות באומת

. אבער דאס בארעכטיגט נישט די אלע לשונות װי למשל ריטש זשו,
אדער אײ קענט סטענד דיס האסידעק פיאפעל. די עצם פאקט אז די פאוסט איז נישט מבער די אלע סלורס,
װײזט נאר װי טיף אין פעקל אונז זעמיר, װאס פארא פנים אונז חסידים האבן הײנט צוטאג אין נ׳י אז כמעט
קײן אײן קאמענט זאגט כאטש אז לאזט ארויס די זשו פון דײן תגובה. איך האלט אז דא אויף קאװע שטיבל
האמיר אסאך מער טאלערענץ פאר אנדערע װי די מענטשען װאס אויב דרוקט זיך אײנער אמאל ארויס דא
מיט א צונאמען האמיר שוין װער זאל קומען דא מוחה זײן. זשאסט סעיאינג.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 9:58 pm
דורך ישראל קאפקע
נ.י. פאוסט קאמענטירער דארפן נישט זיין פון נ.י., געדענק סאיז אויפן געוועב,
אז די צייטונג שטעלט צו די סחורה קומען די אנטיסעמיטן צו קריכן,
אז די פאוסט וואלט געמעקט העסליכע קאמענטארן וואלטן זיי נישט געקומען ליינען, און זיכער נישט קאמענטירט,
איך ליין נישט די נ.י. פאוסט, אבער איך זע עס ביי יאהו ניוס, דארט איז טעגליך דא הונדערטער אנטיסעמיטישע, ראסיסטישע, פאשיסטישע,
קאמענטארן, יעדע נייעס וועגן אידן אדער מ.י. האבן קלאסישע אנטיסעמיטישע העצערישע קאמענטארן, לאנגע אנטיסעמיטישע קאנספיראציעס, ואין פוצה פה ומצפצף.
לאמיר האפן אז סאיז גוט געמאניטערט דורך די אנטי האסן פארברעכן ארגאניזאציעס און אגענטורן, אז די העצע זאל נישט זיך אריבער גיסן צו פאקטישע האסן פארברעכן אטאקעס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:15 pm
דורך יאיר
לדעתי לדעתי העט מען ווען געדארפט מאכן אן ארגאנזאציע אויסצושרייען פאר די וועלט אז די מאלעסטירער און גנבים און סלאם לארדס פארטרעטן נישט דעם אמת'ן אריגינעלן חסידישן ציבור.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:25 pm
דורך ישראל קאפקע
יאיר האט געשריבן:לדעתי לדעתי העט מען ווען געדארפט מאכן אן ארגאנזאציע אויסצושרייען פאר די וועלט אז די מאלעסטירער און גנבים און סלאם לארדס פארטרעטן נישט דעם אמת'ן אריגינעלן חסידישן ציבור.
נו נו,
קיינער האלט דיך נישט צוריק, דארפסט נישט וועגן דעם אוועקמאכן די אנדערע אריגינאלע 'אויסשרייען ארגאניזאציע'
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:28 pm
דורך יאיר
די אנדערע פאלשע אריגינעלע ארגאנאזאציע נעמען אוועק אלע מיינע נדבנים פון מיין אמת'ע אריגינעלע ארגאניזאציע.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:28 pm
דורך petergrifin
יאיר האט געשריבן:לדעתי לדעתי העט מען ווען געדארפט מאכן אן ארגאנזאציע אויסצושרייען פאר די וועלט אז די מאלעסטירער און גנבים און סלאם לארדס פארטרעטן נישט דעם אמת'ן אריגינעלן חסידישן ציבור.
איך גײ דאס מאכן פאר מײן אונטערשריפט.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:33 pm
דורך יאיר
א שיינע שריט, ר' פעטער, וממנו ילמדו וכן יעשו.
יעצט יאווען זיך געוויסע פראקציעס אין מיין אמת'ע אריגינעלע ארגאניזאציע וואס ווילן דאס נעמען צו אן עקסטרעם און גיין זיך ארומנעמען מיט די מאלעסטירטע אפגעפארענע קינדער און שטיין צוזאמען מיט זיי אויף פראטעסטן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:36 pm
דורך petergrifin
ס׳איז א גוטע עצה, און איך האלט אז מען זאל זײ שטופען דערצו. װײל אזוי װעלן זײ װערן די עקסטרעמיסטן
און אונז תורה טרײע אידן װעלן זײן די נארם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 1:54 am
דורך יואב
מ׳ברויך ווען אראפברענגען דעם סואינג רעיון בכלליות. א זינלאזער שיגעון מיט כוחות צו בליען דוקא, און טיפיקעל אין די פאראייניגטע שטאטן אף אבסורדעטי.
ס׳איז יא א גוטער געדאנק בעצם, אבער מ׳ברויך זיך אומגיין מיט שכל. אז א דאקטאר טוט פארנאכלעסיגן דאס באהאנדלען א פאציענט, און לייגט אים אריין אין א סכנה׳דיגן מצב, ברויך מען אין דעמאקראטישע לענדער קענען שטעלן דעם דאקטאר אויפ׳ן צימבל. פארט, דאס ברויך נישט זיין א פרנסה ווינקל וואו אהין וואנזיניגע באנדיטן קענען זיך קערן צו שארן אוצרות פון גאלד, אויפ׳ן חשבון פון דער מענטשהייט. אבער גענוי ווי ס׳גייט צו כלפי פילע אנדערע ענינים אין דעם דאזיגן צעדרייטן לאנד, ברויך אלצדינג גיין פון איין עקסטרעם צו דעם צווייטן. דרך הממוצע, ווי ס׳שטעלט זיך ארויס מער און מער, איז עפעס פון וואס געזעצגעבער איבער אמעריקע, פראבירן אוועק צו שטיין.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 8:45 am
דורך קאווע טרינקער
וויבאלד ס'איז דאך א מצוה צו זיין ווי מער ליבערל מעגליך, כדי מ'זאל חלילה וחס נישט אויסקוקען ווי אן עושר, הארט, שלעכט, אומגעפיליש, שטרענג וכו', מוז מען געבן יעדעם אלץ וואס ער וויל, ס'דאך דא פרייהייט פון רעדן! און אויב פלוני'ס וועג פון רעדן איז דורך גניבה, רציחה, איז נישטא קיין רעכט אים שטיל צו מאכן!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 12:04 pm
דורך דולה ומשקה
Many of the cases have been quickly and confidentially settled.
While Hirsch and his attorney B. Bradley Weitz didn’t get back to us Tuesday night, they had previously insisted they were not trying to shake down businesses but were championing the rights of the disabled.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:37 pm
דורך berlbalaguleh