בלאט 1 פון 1
סלח לנו אבינו
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 11:56 am
דורך בן תמליון
בן תמליון
פארגיב טאטעניו דיין קינד
איך בין פארשמירט מיט זינד
סלח לנו אבינו כי חטאנו
פארגיב מיר קעניג מיין נשמה
זי איז פארזינדיגט און טמא
מחל לנו מלכינו כי פשענו
ביסט דאך א גוטער גאט
פארציי ווי דיין ווארט
כי אל טוב וסלח אתה
זינדיגן וועל איך ליידער
אוי זיי מיר מוחל כסדר
חנון המרבה לסלוח
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:58 pm
דורך לעמיל
וואס איז יעצט? וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט?????
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 12:59 pm
דורך יידל
זייער שיין, אביסעלע צו קורץ.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 2:05 pm
דורך בן תמליון
לעמיל האט געשריבן:וואס איז יעצט? וואס האסטו דיך יעצט דערמאנט?????
אויך א רעזולטאט פונעם כינוס אפשר? ווער ווייסט.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 2:07 pm
דורך בן תמליון
יידל האט געשריבן:זייער שיין, אביסעלע צו קורץ.
א דאנק. אדרבה אפשר קען איינער לינקען צו מקורות איבער כללים פון שרייבן פאעזיע? וואלט געווען נוצבאר.
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 4:39 pm
דורך עסן עסט'זיך
ערעב תמליון שילדער ליבעשט דיינע חטאים אין פאעזיע און לאזז די מחילה פאר זיך
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
עסן עסט'זיך האט געשריבן:ערעב תמליון שילדער ליבעשט דיינע חטאים אין פאעזיע און לאזז די מחילה פאר זיך
צו דעם דארף מען קויפן די באקאנטע "מחזור" פון ארטסקרול, וועלכע האט קאלירטע בילדער פון אלע על חטא'ס....
