איבעי - עמאזאן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 1:11 am
איך פארקויף שוין א שטיק צייט אויף איבעי, נוצענדיג די איבעי עפפ אויף מיין מאביל פאון,
סאיז א געשמאקער עסק, שאפסט זיך איין פאר ביליג, מאכט א ליסטינג לייגסט א בילד צוויי, א קורצע דיסקריפשאן, א פרייז, די קוואנטיטעט, שיפינג פרייז און צייט אינלאנד אויסלאנד, און היידא מען קען קויפן פון דיר פון די גאנצע וועלט,
מאכט זיך אבער אמאל וואס די איבעי פאליסיס זענען געפערליך נאריש און טייל מאל ממש טאטאל משוגע,
למשל איך האב פרובירט צו העכערן די מאקסימום וויפיל אייטעמס איך קען האבן געליסטעט אויף איבעי פון 250 צו 500,
איך גיב זיי א רוף, זאגן זיי מיר אז מען קען נישט העכערן מיין לימיט ווייל איינער איז נישט געווען צופרידן מיט וויפיל איך האב געטשארדזשד פאר שיפינג פאר א אייטעם, פרעגט איך אים ס'הייסט יענער ווייסט פון פאראויס אז איך בעט אזויפיל און אזויפיל פאר שיפינג ער דארף נישט קויפן אויב ער האלט אז סאיז צו טייער, פארוואס זאל די רעיטינג סיסטעם בכלל אריינרעכענען די שיפינג פרייז? (אנדערש ווי accurate description, communication, and 'shipping time' וואס קומט יא אריין אין רעיטינג) ענטפערט ער מיר אז איך בין גערעכט און איבעי גייט טוישן די רעיטינג סיסטעם און אויף קומענדיגע סוף חודש (אוגוסט) עוואליועישן גייט שוין נישט רעכענען שיפינג טשארדזשעס, פרעג איך אים דו זעסט אז איבעי האלט אויך אז שיפינג טשארדזשעס איז א נארישע פאקטאר אין סעלער רעיטינג, לייגט זיך דען אויפן סכל אז וועגן איין נישט גוטע רעיטינג וואס דארף לכתחילה נישט זיין קיין פאקטאר אין די רעיטינג זאל איך נישט קענען פארברייטערן מיין איבעי סטאר?
ער האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט,
צוריק גערופן א טאג שפעטער, יענער האט אפילו נישט געוואוסט פון וואס דער נעכטיגער האט גערעדט און גערן געהויבן מיין לימיט.
נו שוין א קליינע פארזעעניש קלערט איר? הערט דאס!
היינט פראביר איך צו 'דערהיינטיגן' (update) די קוואנטיטעט פון אן אייטעם (אן איינצעלנע אייטעם איז געווארן געדעמידזשד) איך לייג אריין די קוואנטיטעט דרוק ענטער, קומט ארויף א מעסעדזש אז אזויווי די קאסטומערס גלייכן גרויסע שיינע בילדער פון די אייטעמס וואס זיי ווילן קויפן מחוז מען אפלאודן און אימעדזש מיט מינימום 500 פיקסלס אויף די לענגערע זייט,
כהער, איך זיך אויף א גרויסע שיינע בילד, איך אפלאוד עס, נאכאמאל די זעלבע מעסעדזש, איך פראביר נעמען א בילד מיט מיין 8 מ.פ. פאן קאמערע, עס העלפט נישט, סאו איך קוק אויף די אימעדזש דיטעילס אין געלערי און סשטייט קלאר 'ברייט 1950 פיקסל, הויך 2590 פיקסל,' 1.7 מ.ב. אימעדזש!? איך פראביר נאכאמאל און איך כאפ מיר אז די נארישע איבעי עפפ קאמפרעסט מיין אימעדזש בשעת איך לאוד עס ארויף!!
בקיצור איבעי עפפ איז איבערנאכט געווארן נוצלאז, דו דארפסט מינימום 500 פיקסל פער זייט, אבער דער בהמישע עפפ וועט נעמען מיין שיינע 1900x2500 בילד און בעל כרחי עס צוקוועטשן צו ווייניגער פון 500 פיקסל די לענג!!!
כ'האב שוין פראבירט אפדעיטן דעם עפפ, נישט געהאלפן,
האט איינער אן עצה? סאיז מיר זייער וויכטיג,
איך שטיי און שטוין וויאזוי א מולטי ביליאן דאלער קאמפאני וואס רוב פון איר ביזנעס קומט פון פריוואטע מענטשן וואס פארקויפן פון דערהיים און נוצן דעם איבעי עפפ, זאל קענען זיין אזוי נאריש און אומבאלימפערט!