בלאט 1 פון 8
"ואפילו בהסתרה" שאקלט הארץ-סטרונעס
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 8:52 am
דורך כוכב
איך ווייס נישט צי ס'איז די סאלידע שטימע פון יואלי קליין, די וואונדער שטימע פונעם ילד הפלא, די נשמה'דיגע ווערטער פון רבי נחמן וואס צעפלאמט יעדע אידישע קושקע, אבער דער ניגון פשוט צעשפילט מיינע אינערליכסטע הארץ סטרונעס.
דער ניגון איז באזירט אויף די ווערטער פון רבי נחמן אז "אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה בוודאי גם שם נמצא השם יתברך”.
אזעלכע פשוט'ע ווערטער און דאך אזוי טיף. געזאגט געווארן צוויי הונדערט יאר צוריק דורך א צדיק אמת, און ס'לעכערט נאך אידישע הערצער ביז צום היינטיגן טאג.
תורתו של רבי נחמן איז דאך געבויעט אויף אזעלכע פשוט'ע מונחים אין אידישקייט. בנים אתם לה' אלוקיכם, און א טאטע פארלאזט נישט זיינע קינדער ווען אימער.
ווי פאסיג איז זיך צו קערן צו רבי נחמנ'ס לימודים טאקע בזמנינו אלה, ווען מיר האבן קריגן די טייערע מתנה פון "הסתרה שבתוך ההסתרה". וועלן מיר זיך מחזק זיין מיט רבי נחמנ'ס ירושה לדורות וואס ער האט אונז געלערנט, אז "בודאי", אן קיין שום צל של ספק, גם שם נמצא השם יתברך. א איד דארף טרעפן השי"ת אין זיינע שווערסטע מצבים, וואו ער זאל נישט זיין און האלטן, אין וועלכע מצרים, ברוחניות צי בגשמיות, דער באשעפער איז מיט אים, אין גן עדן פונקט ווי אין גיהנום.
(סארי פאר דע רענט...)
דא האט איר דעם ניגון
https://www.youtube.com/watch?v=KcGX2xBaMbw
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 8:56 am
דורך קאווע טרינקער
נישטא די זעלבע לשון פון ישעיה הנביא? רשב"ם און בעל התניא?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 9:04 am
דורך אפטעמיסט
די אנהייב איז די שענסטע חלק. די ווערטער ואפילו בהסתרה, איי, שטיינער קענען צעגיין.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:51 pm
דורך פליקער
טאקע א הערליכע ניגון, עס שמעקט מיר ווי א יואלי רויט ניגון, ער האט פיל אזעלכע הערליכע ניגונים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:33 pm
דורך zurich
המלוכה והממשלה האט געשריבן:שיין און רירענד. וואס איז די בעקראונד פון דעם ניגון? ווער האט עס קאמפזד?
אגב ,לעצטענס הער איך אסאך מער ישראל זינגערס זינגען מיט א אמעריקאנע 'ר'. איז דאס בכונה? ווער איז אויפגעקומען מיט דעם?
ווער זאגט אז ער איז א ישראל זינגער?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:59 pm
דורך outspoken
zurich האט געשריבן:המלוכה והממשלה האט געשריבן:שיין און רירענד. וואס איז די בעקראונד פון דעם ניגון? ווער האט עס קאמפזד?
אגב ,לעצטענס הער איך אסאך מער ישראל זינגערס זינגען מיט א אמעריקאנע 'ר'. איז דאס בכונה? ווער איז אויפגעקומען מיט דעם?
ווער זאגט אז ער איז א ישראל זינגער?
The singer is yoly Klein from yerushalyim, his father is from bnie Barak satmar chasidim
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
ס'נישט די ווערטער ס'נישט די מיינונגט, ס'איז די טאן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:53 pm
דורך כוכב
דו רעדסט וויאזוי סאיז ביי דיר.
ביי מיר איז עס ריין די ווערטער.
געפעלט מיר דיין בלעכנקייט אפצופסקען פאר יעדן אין דער וועלט פאר וואס סכאפט אים.
מנשה בתפארתו.
אגב, דיין יונגעלע איז זייער זיס, סאיז מיר געווען רירנד צו זען ווי דו באזוכסט אים אין קעמפ.
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:41 pm
דורך לך לך
הערליכע ניגון!!!!!!!!!!!!
give us more
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:49 pm
דורך קליגער אינגערמאן
א געוואלדיגע ניגון. (מילים)
ס'איז נאר א סינגל ? אדער ס'דא נאך ?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:01 pm
דורך קאווע טרינקער
אפטעמיסט האט געשריבן:די אנהייב איז די שענסטע חלק. די ווערטער ואפילו בהסתרה, איי, שטיינער קענען צעגיין.
מיך כאפט דוקא די טאון פון די צמד-מילים "גם מאחורי הדברים הקשים העוברים עליך אני עומד..".
כ'פארשטיי אבער נישט, ממה נפשך, אויב ה' שטייט דארט, פארוואס איז עס שווער?
[tag]ברסלבער[/tag] גענוג גע'קאנטרי'ט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:42 pm
דורך נולד מאוחר
אויב השם זאגט אנכי הסתר מיינט דאך דאס אז ער איז דא נאר איז באהאלטן. איז וואס לייגט ר נחמן צו "בודאי גם שם נמצא השם יתברך"?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:56 pm
דורך נולד מאוחר
אויב גאט זאגט ער איז דא אפי בהסרה איז נישט געניג חיזוק ווי ווען ר' נחמן זאגט ?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:04 am
דורך berlbalaguleh
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב גאט זאגט ער איז דא אפי בהסרה איז נישט געניג חיזוק ווי ווען ר' נחמן זאגט ?
אמאל, אין געוויסע מצבים הערט מען מער ווען א לעבעדיגער מענטש זאגט א זאך. ווי מען ווייסט עס אין סוב-קאנסשיענס...
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:07 am
דורך zurich
נולד מאוחר האט געשריבן:אויב השם זאגט אנכי הסתר מיינט דאך דאס אז ער איז דא נאר איז באהאלטן. איז וואס לייגט ר נחמן צו "בודאי גם שם נמצא השם יתברך"?
וואס פארשטייסטו נישט? אנכי הסתר קיקט אויס ווי דער אייבערשטער איז נישט דא, קימט ר' נחמן און זאגט אז און דעם הסתר איז דער אייבערשטער מיט אונז
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:42 am
דורך נולד מאוחר
הסתר טייטש באהאלטען נישט ושב מאחריך אוועקגיין. ווען כזאג מיין קונד איך גיי מיר באהאלטן אין די הויז ווייסט ער אז איך בין דא אין די הויז.
ווען גאט זאג ווען כוועל אוועק גיין הער איך וואס ר' נחמן לייגט צי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:57 am
דורך קליגער אינגערמאן
ר' נחמן העט נישט זאגן חלילה אנדערש פונעם אייבירשטען.. ער איז מסביר וואס דאס מיינט הסתרת פנים..
פארשטענדליך ??
העסטו אוודאי ענטפערן ווי א אויבער-חכם צו וואס דארף איך ר' נחמן זאל מיר דאס מסביר'ן כ'ווייס עס אליינס... העל איך דיר ענפערן צוויי תירצים איינס: good luck for you אבער א צווייטער ווייסט דאס נאך נישט אליינס ער מיז לערנען ספרי חסידית אז ער זאל צוקימען צו דעם. צווייטענס כ'מיין אז די אליינס וואלסט אויך נישט אזוי שטארק אריינגעקלערט אינעם פסוק ואנוכי אסתר ווען נישט דעם שטיקל פון ר' נחמן (אדער דעם ניגון).
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:02 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=98VELf4LO2g[/youtube]
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:40 pm
דורך מנשה לוסטיג
פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:41 pm
דורך zurich
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?
וואס האסטו געמיינט נאר דו ווייסט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:43 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך ווייס עס פון די תורה שבכתב, און פון נאך הונדערטע מאמרים, וואס יסודתן בהררי קודש, אבער כ'פרעג אויב זאל עס ער מחדש זיין, וואס דערויף זאגט מען אז 'ער' האט געזאגט, פון ווי נעמט 'ער' עס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 8:13 pm
דורך שעפטל
ס'איז נישט אז רבי נחמן זאגט עס מדעת עצמו, וואס גראדע וואלט ער ווען געקענט און זיינע ווערטער וואלטן אויך געווען אין דיינע יסדתן בהררי קודש. נאר די ניגון איז געשטעלט אויף ווערטער וואס ר' נחמן האט געשריבן. קאן טאקע זיין אז דער צדיק ברענגט עס אראפ פון א ראשון, וועלן מיר ווארטן אויף [tag]ברסלבער[/tag] זאל אריינפילן די בלענקס...