בלאט 1 פון 1

פון פארשלאפן פארטאגס ביז פריקת עול

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 5:33 pm
דורך בר-כוכבא
די ישיבות ווארפן זיך מיט בחורים און סאיז נעכטיגע נייעס. פארוואס איז עס אלטע נייעס? ווייל מען רעדט דערפון אזוי פיל ביז די נקודת הכאב ווערט פארלוירן. פארוואס רעדט מען דערפון אזוי פיל? ווייל דער פראבלעם איז אזוי מצוי.

אין מיין ארבעט קומט מיר אויס איינמאל יעדע פאר וואכן צו באזוכן א געוויסן וועירהאוז אין ניו דזשערזי. דארט ארבעט א בחור וואס האט אויף זיך נישט קיין זכר פון אידישקייט און איז א מחלל קלה כבחמורה. איך קען אים נישט און ווען כהאב געהערט פון חבר אז יענער איז זיין בן משפחה און באלאנגט צו א פרומע חסידישע משפחה, איז עס מיר געווען א שאק.
וואס איז מיט אים געשען? ער האט געלערנט אין א געוויסע גרויסע חסידישע ישיבה פאר א יאר. יענע ישיבה באלאנגט צו א גרויסע קהילה וואו מען שלאגט זיך ב"ה, אזוי ווי גענוג און נאך אנדערע קהילות. די ישיבה באלאנגט צו איין צד און די צווייטע צד האט אויך געמאכט א ישיבה, און סאיז זיי געלונגען אפצומאלן זייער ישיבה אז סאיז סך בעסער ווי דעם אלטן (כווייס נישט צי סאיז טאקע בעסער אדער נישט, אבער סאיז זיי געלונגען צו באקומען אזא נאמען). די ערשטע ישיבה המקורית האט באשלאסן זיך צו נעמען ארבעטן אויפן נאמען און האט אנגעהויבן אפזאגן און ארויסווארפן די בחורים וואס מאכן א שלעכטן נאמען פאר די ישיבה. זיי האבן זיך נישט גענומען דוקא צו די שלעכטע, נאר צו די וואס מאכן די ישיבה נישט אויסזען גוט. דער בחור איז געווען איינער פון די קרבנות, און אויפן נעקסטן יאר האט ער באקומען א "לא נתקבל". דער בחור קומט פון א פשוטן שטוב, וואס האט נישט קיין סאך געלט אדער פראטעקציע און דער טאטע האט פאר די ערשטע צוויי וואכן נישט געהאט צו וועם צו רעדן. ווען מען האט ענדליך אים צוריקגערופן האט דער מנהל אים געזאגט אז דער בחור איז נישט געהעריג אויפגעשטאנען פארטאגס, און מען קען אים נישט צוריקנעמען.
נאך צעגערייען און איינלייגן געלט האט דער בחור באקומען רשות צוריקצוקומען אין ישיבה מיט א צאל הגבלות, למשל נישט שלאפן אין דאמיטארי און נאך א פאר אזעלכע זאכן. דער בחור האט אבער נישט געוואלט. ער האט געטענהט אז די הגבלות גייען אים מאכן אויסזען ווי א יוצא דופן און בכלל האט עס אים נישט איבערגעלאזט מיט קיין צייט און מעגליכקייטן צו פארברענגען מיט זיינע חברים. די הנהלה האט זיך אבער נישט געוואלט ברעכן, און דער בחור איז געבליבן אינדערהיים אויף דער ווייל.
דער וואס האט מיר דערציילט די מעשה איז א יונגער יונגערמאן און האט געלערנט אין די זעלבע ישיבה. מיין חבר האט זיך נישט געפוילט אראפגעפארן אין ישיבה אויספרעגן זיינע חברים צו געוואויר ווערן דעם "אמת". ער האט נישט געקענט גלייבן אז פארשלאפן פארטאגס איז טאקע די סיבה פארוואס מען מאכט צרות פאר זיין משפחה מיטגליד. ער איז געווען זיכער אז דא ליגט עפעס טיפער באגראבן, און די הנהלה וויל פשוט נישט מצער זיין דעם טאטן.
דער יונגערמאן איז אראפגעפארן און זיך נאכגעפרעגט און נאכגעפרעגט, אבער ער האט פון יעדן באקומען דעם זעלבן ענטפער: דער בחור איז אן דורכשניטליכער בחור פונקט ווי 70-80 פראצענט פון די ישיבה. ער איז נישט ספעציעל גוט און אויך נישט ספעציעל שלעכט.
בקיצור הדברים: ביז וואס ווען האט די הנהלה באשלאסן אז היות דער בחור האט נישט אנגענומען זייער פארשלאג ביים ערשטן מאל, קען ער שוין בכלל נישט צוריקקומען אין ישיבה, אפילו מיט די הגבלות.

די מעשה איז געשען פארן ווינטער זמן. יענעם פסח האט דער בחור שוין געגעסן חמץ. דורכאויס דעם זומער האט ער אראפגעווארפן דעם לבוש אינאיינעם מיט זיין אידישקייט.

איך שרייב נישט דעם נאמען פון יענע ישיבה נישט ווייל עס קומט זיך זיי נישט, נאר ווייל ביי יענעם קרייז איז יעדע זאך פאליטיק. יעדעס ווארט פליט גראד אריין אין פאליטיק. איך וויל נישט פאליטיזירן און איך וויל אויך נישט אז די אנהענגערס פון יענעם קרייז זאלן אנהייבן דרייען א קאפ אז "עס קען נישט זיין", "עס ליגט עפעס טיפער" וכדומה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 5:41 pm
דורך איחוד פעלד
און זיי וועלען זאגען, נאך א מזל מען איז פטור געווארען א מחלל שבת....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 5:53 pm
דורך שמעקעדיג
בר-כוכבא האט געשריבן:א מחלל קלה כבחמורה

:roll: :roll: :twisted: :evil:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:29 pm
דורך פליקער
מען האט שוין אזויפיל ציזאם געוויינט אויף דעים ענין, די מעשה האט אויף דיר א עפעקט, ווייל פונקט האסטו אריין געבאכעט אינעם, וויסן זאלסטע אז כלל ישראל טיט אזוי, נעמליך מיר קלויבן אויס די פיינע סחורה, ס'איבריגע זענען נשמות שאין להם תובעים, זיי זאלן אלע גיין שמד'ן און עס וועט קיינעם נישט בארירן, די ישיבה פארמאגט דאך איחוד'ס מה נפשך, אויב איז ער מצליח און א אנדערע ישיבה, ער ווערו א פיינע בחור, איז די ישיבה גערעכט געוועין מיט זייער וויזיע אז דא איז נישט געוועין זיין פלאץ, און ווידערים ווען דער בחור גליטשט אוועק, איז דאך מעיקרא געדרינגען אז מען האט געהאט ציטיען מיט א פארדארבן קערל, איז דאך די ישיבה זיכער גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:33 pm
דורך קאווע טרינקער
א פחד.
וויאזוי שטעלט מען דאס אפ איינמאל פאר אלעמאל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:39 pm
דורך אפטעמיסט
ס'האט מיר געזאגט א געוועזענער מנהל פון א ישיבה גדולה אז ער קען נישט שלאפן רואיג צוליב שולד-געפילן וואס לויפן אים נאך אז איבער פינעף בחורים היטן נישט קיין שבת רח"ל צוליב אים. ער זאגט אז בשעת'ן דינען אויף דעם פאזיציע איז ער פארבלענד געווארן און נישט געקענט טראכטן ריכטיג, און היינט קלאגט ער, אבער ס'איז אביסל צו שפעט. השם ירחם.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 9:21 pm
דורך שמעקעדיג
זאל ער קומען צו מיר נאך א תיקון...

דער תיקון איז אייגענטליך פשוט, מאך דיר א מוסר השכל און זיי מפיץ די מעשיות על פני תבל און שטורעם אויף עולם ומלואה, זאלן די מנהלים און רשעי-ישיבות וויסן אין וואספארא פלאנטער זיי ברענגען אריין כלל ישראל, מיט די זינלאזע קינדערישע טענות און רשעות'דיגע געווארפעכץ פאר מינדערוויכטיגע פראבלעמען וואס יעדער טינעידזשער גייט אדורך.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:46 am
דורך פליקער
שיטה, מען קען נישט דן זיין בשעת צערו, ווי די גמרא זאגט אין אדם נתפס על צערו, ווען איינער נעמט איין דעים ביטערען פיל פון לא נתקבל, טראכט ער נישט גלייך, ער איז אין א שרעקליכע מצב, ממילא ביזטו נישט גערעכט, סתם בחורים זענען נישט קיין כופרים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:02 am
דורך יואב
שיטה ווי איך פארשטיי, האט נישט ממש געמיינט צו זיך אויסדריקן, אז דער דורכשניטליכער בחור, הגם ער גייט אין שפאן מיט דעם חסידישן הכנות רוטין, קאפירט נייע סידיס ווי נאר זיי ערשיינען, און באפאסט זיך מיט קדושה דורכפעלער פון דורכאויס דער וואך, איז דאס בלויז א העכסט-פראפעסינאלע שוי-שפיל פון אינדרויסן. פארט אבער, בתוך תוכו ווייסט ער דעם פרעכן סוד, אז ער מיט ריטשארד דאקינס קענען ווען נישט זיין מער איינשטימיג.

שיטה האט פראבירט צו מאניפעסטירן דעם ווייטאגליכען מציאות, אז אמונה בה' יתברך וויאזוי ס'ווערט (נישט) איבערגעגעבן צו די קינדער אין אונזערע חינוך אנשטאלטן, ליגט בכלל נישט אויף די ריכטיגע יסודות. אויף דעם ריכטיגן יסוד? ס'ליגט בכלל נישט אויף סיי וועלכן פונדאמענט. א טורעם וואס א קליין קינד האט באשלאסן צו פארמירן. דער טורעם באשטייט פון פילע פלאסטישע קאפס, פלאצירט איינס אויף דעם אנדערן, אין זיינע אויגן איז דאס א מייסטערהאפטיגער פראיעקט. דער בנין שטייט מיט פראכט, ביז דער טאטע שפאצירט דורך, און גיבט בטעות א שנעקל דאס אונטערשטע גלעזל.

דער בחור איז קיין כופר, קיין מאמין; ער איז נישט אינטעלעקטועל, ער איז נישט א איד און נישט א גוי. ער איז פשוט "נישט". א שטיקל בשר ודם וואס טרעפט זיך איינמאל אין זיבן טעג שטיין אויפ'ן פארענטשע, אן עבד ברשות רבו. א ראבאט בדמות יהודי. אז דער רבי איז א שומר תורה ומצוות, איז ער אויך; אז דער רבי באפעלט צו רצח'נען וועט ער רצח'נען. יא, ער ווייסט אז ער איז א איד, מ'האט זעט אויס נישט געווארט ער זאל ווערן אכצן אים צו אנטפלעקן דעם סוד.

ער איז א שומר תורה ומצוות ווייל מ'האט אים יעצט אזוי פראגראמירט. די סעקונדע דו מעקסט אויס דעם פראגראם, איז ער שוין צוריק אויף דיפאלט. וואס דאס איז: "ער איז נישט".

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:43 am
דורך פליקער
יואב איך חידוש מיך אויף דיר, וועלכע חלק פארשטייסטו נישט, פון ווען א קינד ווערט געבוירן פרעידיגן מיר אינעם דעים שמע ישראל, אוודאי פארשטייען מיר אז ער איז צי קליין עכט צו האבן די ריכטיגע אמונה, ער איז דאך נאך נישט רייף, מיר באכען אריין אין אינזערע קליינע, וויפיל מיר קענען אלעס כדי אז ווען ער וועט רייף ווערן זאל ער זיך אנהעינגען אין די ריכטיגע אמונה, אלעס כדי ווען ער וועט ארויס שפראצען זאל ער זיין גלייך, אזוי ברויך עס זיין,
ליידער וואס עס פאסירט איז אז עס נעמט די לעצטע יארן עפעס לעינגער ביז דער בחור איז מכיר את בראו, און ליידער פיל מאל ווען ער איז שוין מכיר, איז ער שוין ליידער מתכוון למרוד בו.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 11:07 am
דורך יאיר
ווער באכעט אריין? דער טאטע וואס ווייסט אין אמונה פונקט ווי זיין קליין קינד?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:08 pm
דורך איחוד פעלד
פליקער האט געשריבן:ליידער וואס עס פאסירט איז אז עס נעמט די לעצטע יארן עפעס לעינגער ביז דער בחור איז מכיר את בראו, און ליידער פיל מאל ווען ער איז שוין מכיר, איז ער שוין ליידער מתכוון למרוד בו.



הא גופא רעדט מען, פין די לעצטע יארען, בכלל ביי אונז ציט מען היינט אויף מער און מער אויף צו זיין א חלק פין די כלל, פארגעס פין אמונה אין בורא עולם.

נעם א דורכשניטליכע מענטש וואס עס ווייטאגט אים אז דער קינד איז נעבעך אראפ פין "וועג", אים באדערט אפילו נישט אז זיין קינד גלייבט נישט, אים באדערט אז זיין קינד איז פשוט אנדרעש פין יעדעם.

ממילא ווען א קינד צו אפילו אן אינגערמאן וואס פארלירט זיין חלק אין כלל, האט נישט קיין פראבלעם אנצופארען, ווייל ער גלייבט ממילא נישט.

ביי קטלא קניא'ס אמאליגער שרייבעכץ האט ער דאס גערופען "כרת" ווען מען ווערט אנגעשניטען פין דער היימישער כלל.........

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:02 am
דורך קפנדריא
געהערט א עובדא פון א רב וואס קען די באטרעפנדע פון די מורא'דיגע מעשה:

א עלטערער חשוב'ער ת"ח א געוועזענער ראש ישיבה איז גערופן געווארן צו פארהערן א ישיבה סוף זמן נאך א שווערע חזרה, און איין בחור האט געקענט עפעס הפלא'דיג מיט א פליסיגקיייט און קלארקייט צום באוואונדערן, האט דער פארהערער - א געוועזענער ראש ישיבה - געפרעגט דעם מגיד שיעור ווער עס איז דער בחור דער חריף, האט דער מגיד שיעור געענטפערט זיין נאמען און זיין טאטנ'ס נאמען, וויבאלד דער פארהערער האט דאס געהערט איז ער געפאלן אין חלשות...

נאכ'ן אפמונטערן און ארויסגיין פון ביהמ"ד האט דער מגיד שיעור אנגעפרעגט דעם פארהערער אויף א הסבר וואס דא איז פארגעקומען היינט, האט דער פארהערער פארציילט, מיט בערך דרייסיג יאר צוריק האט פאסירט אז אלץ ראש הישיבה האט ער אמאל מחליט געווען אויף א בחור אז ער איז א געפאר פאר די ישיבה און פאר די סביבה, און ער גייט אים פארשיקן פון ישיבה און דער בחור זאל זיך הולך'ן צו די ארבע רוחות, דער ראש ישיבה האט אבער געוואלט באקומען די פולע הסכמה פון זיין רבי'ן דער נשיא הישיבה, איז ער אריין אל הקודש און אראפגעלייגט מיט וועלכען צרה לייט ער האט דא צו טוהן, און דער ראש ישיבה האט ווידערהאלט אז דער בחור האלט ממש נישט ביי גארנישט, און ער וועט נאך קאליע מאכן אנדערע. האט דער רבי געפרעגט, "און דו נעמסט אויף דיין אחריות אים און זיינע דורות?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז דער בחור איז א פארדארבענער און פון אים וועט שוין גארנישט אויסוואקסן, און זיינע דורות וועלן נישט זיין בעסער ווי אים.. האט דער רבי נאכאמאל איבערגעפרעגט, "איך וויל הערן פון דיין מויל אויב דו נעמסט אינגאנצן אויף דיין אחריות אים און זיינע דורות", דער ראש ישיבה האט זיך אביסל דערשראקן פון דעם שארפן שפראך, און ער האט געענטפערט, אז "ניין, ער קען עס נישט אינגאנצן נעמען אויף זיך, אבער.." האט דער רבי געענטפערט, נו אויב אזוי זאל ער דא בלייבן!..

דער בחור איז א זון פון יענעם בחור וואס איך האב געוואלט פארשיקן פון ישיבה!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 2:57 pm
דורך אויליגער
די ראש ישיבה איז געווען הרה"צ ר' נתן יוסף מייזעלס ז"ל אבד"ק אבני שלמה און די רבי איז געווען סאטמארע רב.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:37 pm
דורך שרייבער
פליקער האט געשריבן:שיטה, מען קען נישט דן זיין בשעת צערו, ווי די גמרא זאגט אין אדם נתפס על צערו, ווען איינער נעמט איין דעים ביטערען פיל פון לא נתקבל, טראכט ער נישט גלייך, ער איז אין א שרעקליכע מצב, ממילא ביזטו נישט גערעכט, סתם בחורים זענען נישט קיין כופרים

גערעכט, סתם בחורים זענען נישט קיין כופרים
איך האב אבער פאר דיר בעד נייעס
סתם בחורים זענען אויך נישט קיין מאמינים!
איי איי שיטה, דו האסט אנגערופן דעם קינד ביים נאמען

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:53 pm
דורך Milk shake
וואס טוט מען טאקע ווען ס'איז דא א פארדארבענער בחור וואס מאכט קאליע אנדערע, איז מען מחוייב צו מקריב זיין א גאנצע ישיבה / כיתה?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:02 pm
דורך ווייט פיש
Milk shake האט געשריבן:וואס טוט מען טאקע ווען ס'איז דא א פארדארבענער בחור וואס מאכט קאליע אנדערע, איז מען מחוייב צו מקריב זיין א גאנצע ישיבה / כיתה?

מען איז נישט מחוייב גארנישט
נאר אויב איינער האט גענימען אויף זיך די פאזיציע פון פירן א ישיבה דארף ער אויך דאגה'ן אז די בחור וואס זיין נאז שמעקט אים נישט זאל אויך בלייבען א ערליכע איד
דאס פארהאקען היינט א טיר פאר א בחור מיינט אים געווארפען צו אלע כאלאזען און שווארץ יאר וואס איז היינט דא בשכינות פון אינזער שטיבל, עס איז א פארזיכערטער טויט-שיין אויפען קרבן שדמו נזרקת בארבע פינות הרחוב

מילקשעיק אז די פרעגסט וואס מען טוט מיט א בחור אין אזא מצב דאן עפן נישט קיין ישיבה אדער נעם נישט אן אזעלכע פאזיציעס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:18 pm
דורך שמעקעדיג
דער אמת איז אז מען דארף פרובירן ארבעטן מיטן בחור עד כמה שידם מגעת, א ישיבה איז היינט מער ווי א שפיטאל וואס מען דארף זיך אפגעבן מיט א פאציענט, אויב איז דער בחור א מצויין קען ער גיין אין ביהמ"ד און לערנען פון זיך אליינס אין א מתיבתא גמרא. מען דארף האבן אין די ישיבות מגידי שיעור און משגיחים וועלכע פארשטייען תורת הנפש פון א בחור אין היינטיגן דור, און זיי ווייסן שוין וואס צו טון.

איך בין מודה אז סוף כל סוף קען זיך מאכן א בחור וואס איז ממש נישט מעגליך צו האלטן, אבער אויב ווערט אזא פאל בטל באלף קען מען נאך הערן, אבער זיך ארומשפילן מיט נשמות צוליב נארישע שטותים פון פארטאגס וכדומה איז א עוון בל יכופר, און דער אשכול איז געעפנט געווארן מחמת אזעלכע מעשיות.