דער חזון איש און די בריאה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

דער חזון איש און די בריאה

שליחה דורך כוכב »

דער חזון איש האט ווי באקאנט געשריבן זיין וואונדערבארן ספר "אמונה ובטחון" וועלכער איז פובליצירט געווארן לאחר פטירתו, און באגייסטערט דעם ליינער מיט איר פאעטיש רייכן שפראך און טיפע חומר למחשבה.
דער חזו"א טיילט דארט מיט זיין קוק-ווינקל אויף דער וועלט; זיינע אינערליכע געפילן, נעמט שטעלונגען אויף פארשידענע טעמעס, ועל כולם ווארפט ער א ליכט אויף זיינע פארבארגנסטע קעמערלעך און דער ליינער באגעגנט דעם געדאנקענגאנג, די וויזיע, דער "בליק" פון אן אדם גדול בענקים.
דער חזון איש הויבט אן דעם קונטרס מיט עניני יסודיים פון 'אמונה' אין בורא עולם, און באלד אין די ערשטע פאראגראפן איז דער חזון איש מודה אויף דער שווערער מיסיע ער האט זיך אריינגעלאזט.
כמעט וואס ער דערקלערט עס אומאויספירבאר.

ער איז געווען גענוג קלוג צו פארשטיין אז די וועלט איז קאמפליצירטער און פארהוילענער ווי מאנכע וואלטן געוואלט עס אנקוקן, און ווי ער שטעלט פאר דעם בעל נפש'ס קוק אויף דער וועלט במתק לשונו הזהב:

כי העולם נדמה לפניו כחדה סתומה, כמוסה ונפלאה, והחידה הזאת מלפפת את לבבו ומוחו.

דעם חכם עגבערט טענה'ט דער חזו"א, עס מוטשעט אים, און ער פארמאגט מער קשיות ווי תירוצים, אבער קשיות וואס גיבן אים נישט קיין מנוחה. אן זייער פתרון איז זיין לעבן קיין לעבן.
אין די קומענדיגע פאראגראפן ווייטער טרעפט דער חזו"א די ענטפערס אויף די פראגן פון דער וועלט, אין דער וועלט גופא. דער חזו"א, מיט זיין גאלדענעם פעדער, באטראכט די בריאה, די וואונדער פונעם נאטור, און דאס בארואיגט אים. עס זעטיגט אים. ער זעט אין איר א צופרידנשטעלבארער תירוץ פאר דער חידה סתומה וואס שאקירט און באאומרואיגט דעם מוח פון דעם חכם.

דער חזו"א הויבט אן זיין ערקלערונגס-צוג מיט'ן באוואונדערן דעם אינטערעסאנטן פענאמענאן פון דעם מענטשליכן אויג, דער אויג איז דער מאשין וואס באקענט די וועלט וואונדער מיט'ן מענטש. נישט נאר וואס זי איז וואונדערליך זעלבסט, נאר די גאנצע פרעכטיגע יצירה וואלט נישט געווען דאס זעלבע אן דעם אויג. ער איז דער מתווך, דער אויג ברענגט צום אויבערפלאך און אנערקענט פאר'ן מענטש די וואונדערליכע יצירה. א פרעכטיגע וועלט אן דעם אויג, א וועלט וואס דער מענטש קען זיך מיט איר נישט באגעגענען, ער זעט איר נישט אויג אויף אויג, איז אומרייפלעך, און נאך ווייניגער, די וועלט איז אומאויסגענוצט, עס פעלט דער הסתכל וראו מי ברא אלה.
קאלירן זענען ווי נישט עקזיסטירנד אין דער וועלט פון דעם בלינדער, און דער יופי פון דער בריאה איז ווי אומעקזיסטירנדבאר ווען נישט איר דעפיניציע און אנערקענונג דורכ'ן אויג.
אין צוגאב איז דער אויג א וואונדער פאר זיך. דער אויג קען זיך נישט זעטיגן פונעם אויג, איר חכמה, איר יצירה, וכלשונו:

כמה מן החכמה יש בעין, לא תשבע עין לראות ואוזן לשמוע, ודור אחר דור יוסיפו חכמים לדעה, ונבונים להבין, את אוצרי החכמה הצפונה ביצירת העין, ואת תכליתה לא הגיעו.

מיט דעם כוח הראי' נעמט אייך דער חזו"א א טריט ווייטער. "שאו מרום עיניך" שרייט דער נביא, הייב אויף דיינע אויגן, "וראו מי ברא אלה". זע דיין וועלט און זע און באגעגן איר באשאפער.

שוין לאמיך אייך נישט באלמוטשענען מיט מיינע פערזענליכע געפילן, אין קורצן, דער חזון איש נעמט פארשידנארטיגע וואונדערליכע ערשיינונגען ווי דער יוצר עולם האט זיך געהאלטן צום פיצינקע דעטאל צו פארפולקאמען דעם אדם, וכלשונו:

שם הבורא לבו לזה, ויתקן לו שתי ידים מימינו ומשמאלו. ויחלק כל יד לפרקים רבים וכל פרק סובב על צירו לקבוע בו כח שימושי קל ומזורז, ויוסף בסופה מקלות מפוצלות חמשה חמשה בכל יד אשר אנחנו קוראים אותן אצבעות. עוד ניתן בהן כח המישוש להבחין בין קר לחם, בין יבש ללח, בין רך לקשה, הכל כפי הצורך לסדר החיים על פני חלד.
דער מענטש האט הענט. פאר זיין באקוועמליכקייט איז ער א בעל תנועה. אויסגעשטעלט און געפארמט מיט א פונקטליכקייט און אן אויף-דער-האר אויסגערעכנטקייט.

און אזוי ווייטער, דער מענטש האט פוס, וכו'; את הכל יפה עשה, בחכמה ותבונה, השכל ודעת. ער איז א מושלם, א גאנצער גוף, א נפש, רוח און נשמה.
ער דארף דאך אבער קענען עקזיסטירן. וואס פארדין איך פון דעם אדם אויב ער האט נישט קיין עתיד, און קען זיך נישט דערהאלטן דאס חיות: דער יוצר האט דאס אויך פארזארגט:

ולפנינו מחזה מזעזע כל לב חכם במבנה גוף האדם לקבל המזון ולעכלו ולחלקו באופן חימי ליסודות נפרדים ולשלח כל יסוד למקומו הראוי.

דער חכם, נישט נאר ער אטעמט לופט, ער זעט לופט:
מנעימות החכמה לחזות בקשר של החיים עם אויר העולם, האצור בחמצי ופחמי.

די וועלט איז איינקווארטירט גאר באקוועם פאר דעם אדם. ער האט דא אלע זיינע באדערפענישן. ער איז גענצליך אויסגעשטאט. דער יוצר האט אים באזארגט. דער פלאן פון דער בריאה ערלויבט נישט קיין לעכער:

ראה היוצר שעדיין אין החיים מפכים על מתכונתם אם לא יהיה קשר איש עם רעהו.
און דעריבער האט דער מענטש א כוח הדיבור און אויערן אויפצוכאפן דעם קול.

לאמיר מיך ארויסרוקן פון וועג א מינוט, און גענצליך איבערגעבן דאס ווארט פאר'ן הייליגן חזון איש:

עוד לפנינו תכנית מעובדת, מעולפת ספירי התבונה, המעידה על כשרון פועלה, אשר אין כח לאדם לחקרו, ולתת לו תהלה ושבח, התבנית של הזיווג זכר ונקבה, כדי להבטיח נצחיות העולם, פליאות הכלים של המין לכל אחד, ובריאת הרצון המוכרח להבטחת ענינם, ומרוב ההרגל לא ירגישו בני אדם את נוראות הבורא, את כולם הכינם וגם יסדם, קימים לעד לעולמי עולמים.
עוד מן הנעלמות, מרהיבי עין ומפליאי לב, יצירת האדם בבטן אמו, ודירתו שמה תשעה ירחים, בחיים מסודרים, חיים נעימים, הולך וגדל, הולך ומתפתח, ובהגיע זמנו לצאת שובר דלתי אמו ויוצא, וכל זה ערוך בסוד היצירה, כחות משולבות אשה אל אחותה, וכל הגלגלים סובבים על משמרתם, וכל אופן שומר תפקדו ושוקד על עבודתו במהירות נפלאה, ער שמוציאים לפועל ילד חי מחודש ומצוחצח, וסוף המעשה במחשבה תחלה בלב יוצר כל היצורים.


און דאן קומט דער חזון איש צו אונזער הויכפונקט:

ובצאתו נבראו בשבילו שדי אמו להניקו חלב למזונו, ויצו הבורא כח שאיפה נפלאה בלב האם לטפל עם היונק שלה בלי לאות, ואנו קוראין אותו ״אהבה״ של האם לצאצאיה הצפיעים והצפיעות.

די נאטירליכע אהבה וואס א מאמע האט פאר א קינד איז דאך אזוי וואונדערליך, עס איז דאך אן אבן יסוד פאר דעם עקזיסטענץ פון דער בריאה ווען א נאטירליכע דראנג צווינגט די מאמע אויפצוהאדעווען און פלעגן אירע קינדער צו פארזיכערן די קומענדיגע דורות און ווייטערדיגער עתיד פון דער יצירה.

פון דא ביז צום חזון איש'ס אויספיר איז שוין א קליינער טריט:

כאשר זכה שכל האדם לראות אמתת מציאותו ית' מיד נכנס בו שמחת גיל אין קץ, ונשמתו נעימה עליו, וכו', ובהעלות האדם בערכי קדש אלו, נגלה לפניו עולם חדש.
דער חזו"א זעט שוין א נייע וועלט, עס איז נישט די זעלבע וועלט פון פריער, עס איז אן עולם חדש. זיינע פראגן זענען שוין פארענטפערט. עס איז דא יצירה וואס צייגט אויף איר יוצר.
און ווי דער רמב"ם שרייבט:
בשעה שיתבונן האדם במעשיו וברואיו הנפלאים הגדולים, ויראה מהם חכמתו שאין לה ערך ולא קץ.
די בריאה צייגט אויף ענדלאזע חכמה.

*
און דאן האב איך באגעגנט די תגובה:

יאיר האט געשריבן:
יוסף מ האט געשריבן:סברענגט ארויס ווי ווייניג א קונד האט געפיל צי זיין עלטערן און פארקערט ווי שטארק עלטערן זארגן פאר קונדער.

דער אסטראווצער שרייבט א שיינער געדאנק דערוועגן. אזוי ווי מיר אלע זענען אייניקלעך פון אדם הראשון (עכ"פ לויט די ביאלאגיע וויסנשאפט פון דעם אסטראווצער), און אדם הראשון האט נישט געהאט קיין טאטע וועמען צו ליב האבן, משא"כ קינדער האט ער פארשטייט זיך יא געהאט, איז אויסגעקומען אז די תכונה פון ליב האבן א קינד איז כסדר אריבערגעגאנגען פון טאטן צו קינד, און איז דעריבער שטארק נקבע אין די בריאה. משא"כ די אהבה פון דעם קינד צו דעם טאטן איז אן אייגן אנטוויקלט זאך, וואס מען באקומט נישט בירושה.
דאס איז א שיינע אסטראווצער תורה, אבער לויט די היינטיגע שטודיעס אין עוואלוציע וואלט מען מסתם געזאגט אן ענליכע געדאנק, אז כדי א מענטש זאל בלייבן לעבן פעלט נישט אויס אז ער זאל ליב האבן זיין טאטן, אבער עס פעלט יא אויס אז זיין טאטע זאל אים ליב האבן, ווייל אזוי קען ער זארגן פאר אים ווען דאס קינד איז אומבאהאלפן. ממילא די וואס דער טאטע האט זיי ליב געהאט האבן געהאט גרעסערע שאנסן איבערצולעבן, האבן זיי איבערגעגעבן די גענעס פאר זייערע קינדער ווייטער, משא"כ די וואס האבן ליב דעם טאטן האבן נישט אזוי ווייט באוויזן צו פארשפרייטן זייערע גענעס, ווייל זיי האבן נישט קיין באזונדערע עדווענטעזש צו בלייבן לעבן (אויסער די ברכה פון די תורה אויף אריכות ימים, וואס דעמאלט דארף מען אויך נוצן די ביאלאגיע פון בראשית, קען מען דאך שוין נוצן דעם אסטראווצער'ס תירוץ, וא"ש כל אחד לשיטתו).


א מענטש קען נעמען דעם פראכט פון דער בריאה, דער אות ומופת וואס ליגט טמון אין דער וועלט צו צייגן באשיינפערליך די פינגער אפדרוקן פון דעם מצייר, און דאס מהפך זיין קערה על פי'. ער נוצט איר כקרדום לחפור בו.
די ליבשאפט פון מאמע צום קינד דינט דעם צוועק צו גאראנטירן דעם קיום העולם. איינער זעט דא דעם יוצר און א צווייטער זעט דא בלויז די יצירה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הערליך, הערליך, איך דערקוויק זיך מיט יעדן ווארט,
כוכב דו דארפסט ווערן א מגיד שיעור, כ'האב שוין אסאך געבלעטערט און געקוקט אין דעם ספר אמונה ובטחון פונעם חזו"א, קיינמאל האב איך עס נישט אפגעטייטשט אזוי שיין און גרונטליך ווי דו לייגסט עס אראפ, בכלל איז עס צו א היי-לעוול לשה"ק פאר מיר, מער פאעזיע ווי איידער א פליסיג לשון, און דו לייגסט עס דא אראפ מיט זאפט און צושפייז.... Wי ניעד מאר!!!

וואו געסטו דעם שיעור? כ'וויל זיך משתתף זיין מהיום והלאה.

(ארויס פון העמק דבר! וואס זוכט עס דא? דאס דארף מען אויפהענגען לענגאויס די ערי יהודה ובחוצות ירושלים.....)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אבטולמוס האט געשריבן:הערליך שיין כוכב.

וויאזוי קענען מיר ערקלערן די לכאורה פאראדאקסאלישע פערזענליכקייט פון דעם חזון איש? פון איין זייט אזא פאעטישע נשמה, וואס באזיצט א פעדער פון געזאנג וואס מאלט אויס טעקסט פון ליבשאפט און העכערקייט, און פון דער אנדערער זייט זיין סאלידע און אומבויגזאמע הלכה'דיגע פערזענליכקייט.

אגב, זע אויך דא.

קודם ערקלער די פאראדאקס,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איך האב געלערנט די שטיקל חזו"א האב איך פארשטאנען אז ער מיינט צו פארענטפערן די אבולציה שי' אז כאטשיג אין שכל פארשטייסטו אזוי אבער ווען די ביזט זיך מתבונן אין פרטי מעשה בראשית באקומטסטו עפעס א געהויבענע געפיל אז עס איז דא העכערס,

אגב די קונטרס אמונה ובטחון קען מען זיצען אויף דעם שעות און נישט זאט ווערן טרעפענדיג נייע מושגים יעדע מאהל, איך האב שוין לעצטענס פרובירט מפענח זיין א שפעטערע שטיקל אמו"ב אין איינע פון מיינע אשכולות
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

עס פעילט פון דעם חיבור'ל אפאר פרקים, כידוע.

-
(הסתקל) [הסתכל]
Under influence
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א הערליכע ארבעט, כוכב.

למעשה לאזטו זיך אריין אין א שטיקל פלאנטער, דאס איז א נעץ אין וועלכע אסאך פאלן אריין, און בדורותינו אלו וואס מען האט - שלא כדין - פארבינדן עוואלוציע מיט כפירה, איז עס גאנץ פראבלעמאטיש.

מיום עמדי על כללות תורת האבולוציה ווערט מיר גאנץ אומבאקוועם ווען איינער איז כאילו מוכיח מציאות הקל אדער השגחתו דורך נתפעל ווערן פון דיזיין.

זיי קאכן זיך ווי פונקליך אלעס איז אויסגערעכענט אויפן האר, ווען עפעס זאל זיין א משהו אנדערש וואלט די וועלט צוגרינד געגאנגען וכו' וכו', זיי כאפן זיך אבער נישט אז לאחר תורת העוועלושען איז דאס אלס נישט אינטערעסאנט, עוועלוציע שרייעט דאך אין הכי נמי, היא הנותנת, טאקע ווייל דאס איז די בעסטע אופן\פארעם\סיסטעם, טאקע פארדעם, און נאר פארדעם, האט די סיסטעם איבערגעלעבט, און אלע אנדערע אומבאלומפערטע זענען געגאנגען א גאנג ונעלמו מעל פני האדמה.

דא האב איך אזוי געשריבן לגבי די התפעלות אז פון די גאנצע בריאה מיט איהרע אומצאהליגע פלאנעטן איז נאר אונזער וועלט אויסגעשטעלט אויפן האר מיט פרטי פרטים אז מען זאל קענען דארט לעבן, זאגט עוועלוציע: חכם איינער, טאקע פארדעם האט זיך דא געשאפן לעבן און נישט אויף מארס.

לדעתי זאלן די אלע וואס ארבעטן אויף ארויסצוברענגען התפעלות פון די אויסגערעכענטקייט אין די בריאה קודם זיכער מאכן עוקר צו זיין דעם פאלשן קשר וואס מען האט געמאכט ביי אונז צווישן עוועלוציע און כפירה, ווייל אז נישט וועט נישט טויגן.

שמעקעדיג, צוריק אין העמק דבר...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

ונבנתה, האסט זייער גוט ארויסגעברענגט מיין דילעמע, ווי נאך יאירס תגובה טרעף איך דעם חזו'א און די וואונדערליכע בריאה אירעלעווענט, און עס קומט ווייטער צוריק צו דער שאלה, צי דו ווילסט זעען דערין דעם בורא, אדער בלויז א בריאה. עס איז תלוי בידך ובאמונתך.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אדער קען מען צוריק קומען צום בעש"ט, אז בורא\בריאה היינו הך.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

בעצם איז יעדער זאך אזוי, עס איז דא סייענס און עס איז דא פילעזאפיע, סייענס קען נישט ענדיגען א סוגיא, זי פאדערט זיך און די פילעזאפיע זאל איר פארענדיגען, בנוגע בריאה איז די זזעלביגע, ווען עס ווערט גענדיגט דער סייענטיסטישער ארבייט אויף בריאה, דארף מען נאך אז פילעזאפיע זאל דאס משלים זיין, פילעזאפיע פורמעלירט די טרוקענע פאקטען וואס די סייענס ווייזט אויף, און דאס איז אולי דער מאטיוו פון התפעלות פון בריאה, נישט אז דאס שטעלט זיך בכלל בשורה אחת מיט די סייענטיסטישער ווערק, נאר עס כאילו גייד דיך וויאזוי זאלסט קוקען אויף די זאך, די סוגיא פון די קשר פון פילעזאפיע לשאר החכמות איז בעצם א גרויסער, כהאב ביי מיר און דרעפט א שטיקל אויף דעם וואס איך ארבייט יעצט דערויף.
און צו דיר [tag]כוכב[/tag], דיין ארבייט אויף דברי מרן החוזה, סארי אז בין אזוי אפען מיט דיר, קען מען דן זיין, אבער אויף וואס איך גראנטערליך דיך יא, איז דאס וואס די האסט בוחר געווען הוגה זיין בדברי מורינו החוזה האלוקי, שכל דבריו מאירים ככוכבים בשמים, וכמוהם הם אור דק שלאו כל אחד עומד עליהם.
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

אבטולמוס האט געשריבן:הערליך שיין כוכב.

וויאזוי קענען מיר ערקלערן די לכאורה פאראדאקסאלישע פערזענליכקייט פון דעם חזון איש? פון איין זייט אזא פאעטישע נשמה, וואס באזיצט א פעדער פון געזאנג וואס מאלט אויס טעקסט פון ליבשאפט און העכערקייט, און פון דער אנדערער זייט זיין סאלידע און אומבויגזאמע הלכה'דיגע פערזענליכקייט.

אגב, זע אויך דא.

וחידה סתימה הוא, אבל סתימת החידה יש לפרשה ועוד חזון על החוזה.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שיין באשריבן, כוכב. איך פריי זיך צו הערן אז אין דיין שווערע דילעמא בין איך דער בר פלוגתא פון דעם חזון איש :)
לעצם הענין, איז די גאנצע דילעמא באמת אן אויגן פארבלענדעניש פאר א איד וואס גלייבט אז דער באשעפער האט באשאפן די אוניווערס. ווייל לויט דעם איז נישט קיין חילוק וואס האט פאסירט פון נאך דעם ביג בענג, אלס איז א דאנק דעם וואס דער בורא ב"ה האט עס אוועקגעשטעלט אויפ'ן ריכטיגן ארט אין די ריכטיגע מינוט אין די ערשטע סעקונדע פון בריאת העולם. אדרבה, ס'איז אסאך א גרעסרע קונץ צו ערצייגן א פיצעלע שטויבל וואס פון דעם זאל זיך אויסשפרייטן און עוואלוון ביליאנען גאלאקסיעס מיט ביליאנען שטערנס און ביליאנען ברואים. פונקט ווי לויט בראשית ברא האט דער באשעפער באשאפן איין קאפל און זיי האט ער באפוילן פרו ורבו וכבשו את הארץ ומלאוה, און קיינעם פאלט נישט איין צו זאגן אז דאס נעמט אוועק פון גדלות הבורא אז ער האט נישט באשאפן תיכף זיבן ביליאן מענטשן פון סקרעטש.
טשארלס דארווין האט געשריבן:“Thus, from the war of nature, from famine and death, the most exalted object which we are capable of conceiving, namely, the production of the higher animals, directly follows. There is grandeur in this view of life, with its several powers, having been originally breathed into a few forms or into one; and that, whilst this planet has gone cycling on according to the fixed law of gravity, from so simple a beginning endless forms most beautiful and most wonderful have been, and are being, evolved.”

יעצט וועל איך דאס איבערזעצן אויפ'ן שפראך פון חזון איש:
אמונה ובטחון מהדורת יאיר עינים האט געשריבן:עוד לפנינו תכנית מעובדת, מעולפת ספירי התבונה, המעידה על כשרון פועלה, אשר אין כח לאדם לחקרו, ולתת לו תהלה ושבח, התבנית של יצירת התא הראשונה, כדי להבטיח נצחיות ברואי העולם, פליאות הכלים של פריה ורביה לכל בריה ובריה, צומח חי ומדבר, החל מחיידקים ועד לבני אדם, המוכרח להבטחת ענינם, ומרוב ההרגל לא ירגישו בני אדם את נוראות הבורא, אח כולם הכינם וגם יסדם, קימים לעד לעולמי עולמים.
וכל זה ערוך בסוד היצירה, בברירה טבעית ובשכפול עצמי, ובכחות משולבות אשה אל אתותה, וכל הגלגלים סובבים על משמרתם, וכל אופן שומר תפקדו ושוקד על עבודתו במהירות נפלאה, עד שמוציאים לפועל ברואים חדשים ונפלאים, מינים ממינים שונים, מצויידים בכלי נשק להתגבר על כל קישויים, וסוף המעשה במחשבה תחלה בלב יוצר כל היצורים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יאיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אבטולמוס האט געשריבן:הערליך שיין כוכב.

וויאזוי קענען מיר ערקלערן די לכאורה פאראדאקסאלישע פערזענליכקייט פון דעם חזון איש? פון איין זייט אזא פאעטישע נשמה, וואס באזיצט א פעדער פון געזאנג וואס מאלט אויס טעקסט פון ליבשאפט און העכערקייט, און פון דער אנדערער זייט זיין סאלידע און אומבויגזאמע הלכה'דיגע פערזענליכקייט.

אגב, זע אויך דא.

דער חזון איש איז נישט געווען סתם א פארפרומטער חסיד אדער פאר'עקשנ'טער ליטוואק. ביים חזון איש איז די תורה געווען דער מאטעמאטישער גרונד פאר מאראל און עבודת הבורא. אויף יעדע שאלה ווי אזוי זיך צו פירן האט ער געהאט א מאטעמאטישער חשבון וואס ער האט געבויט אויף תורה שבכתב און תורה שבעל פה, ווי עס איז ניכר אין אלע ספרי חזון איש. דאס איז נישט קיין שום סתירה מיט זיין פאעטישע נשמה. איינשטיין למשל האט אויך געהאט א מאטעמאטישע בליק אויף די אוניווערס און פונדעסטוועגן האט ער פארמאגט א טיפע מוזיקאלישע און פאעטישע נפש.
אגב, זיין מאטעמאטישע, הארט לאגישע צוגאנג צו מאראל זעט זיך אן אין זיין אמונה ובטחון גאר שטארק, ווי דער משל פון די צוויי מלמדים, און אין זיין הנחה אז א תלמיד חכם האט קיינמאל נישט קיין נגיעות.
האדם לא נברא אלא להתענג
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

אחד העם האט געשריבן:בעצם איז יעדער זאך אזוי, עס איז דא סייענס און עס איז דא פילעזאפיע, סייענס קען נישט ענדיגען א סוגיא, זי פאדערט זיך און די פילעזאפיע זאל איר פארענדיגען, בנוגע בריאה איז די זזעלביגע, ווען עס ווערט גענדיגט דער סייענטיסטישער ארבייט אויף בריאה, דארף מען נאך אז פילעזאפיע זאל דאס משלים זיין, פילעזאפיע פורמעלירט די טרוקענע פאקטען וואס די סייענס ווייזט אויף, און דאס איז אולי דער מאטיוו פון התפעלות פון בריאה,.

The problem is, there is no scientific proof for the validity of philosophical postuations.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

קאווע טרינקער האט געשריבן:עס פעילט פון דעם חיבור'ל אפאר פרקים, כידוע.

דוכט זיך מיר אז די פעלנדע חלקים איז שוין היינט יצא לאור אין איינע פון די ספרים פון הרב יעקב הדס שליט"א
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[tag]יאיר[/tag] סאיז טאקע געווען דער גרויסער תלמיד פינעם חוזה רבי גדליה נדל וואס האט טאקע געהאלטען אז פון נאך בינה בענג איז עוועלאשען גערעכט, ויתכן אז בינג בענג איז מער א דיעה'דיגער שיטה ווי א סייענטיפישער פאקט, און אלס יידן זאגט אונזער פילעזאפיע אז אז עס דא א בורא, און אנדערע ווערטער, בינג בענג וויל פארענטפערען די בורא פראגע, וואס איז לכאורה נישט שייך סייענטיפיש אויפווייזען, עוועלאשען איז מסביר די בריאה און יידן קענען אויך מודה זיין צו דעם
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער ביג בענג טעאריע פארענטפערט נישט די בורא פראגע. עס דיעלט נאר פון (כמעט) ווען דער ביג בענג האט זיך אנגעהויבן.
האדם לא נברא אלא להתענג
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יאיר, למעשה פארהוילסטו דעם פאקט אז עוואלוציע זאגט נישט נאר אז די בריאה איז דורך פיל מער השתלשלות ווי דער אנטוויקלונג פון דער פאפולאציע פון צוויי צו זיבן ביליאן, עוואלוציע פארציילט איבער טריליאנען גרייזן ביז איין געלונגענע ווערסיע וואס מאכט עס אויסזען ווי א פערצופאל און נעמט אוועק דעם גלאנץ פון דעם שטיקל יאיר עינים בעניני גדלות הבורא.
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

איך פארשטיי נישט קיין ווארט, כוכב, אבער א לייק און א שטופ פראנויס פאר'ן שרייבן עפעס לייטיש קומט זיך דיך ערליך...
(- - -)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:איך פארשטיי נישט קיין ווארט, כוכב, אבער א לייק און א שטופ פראנויס פאר'ן שרייבן עפעס לייטיש קומט זיך דיך ערליך...

:lol:
דער חזון איש זעט אין דעם באשאף פון דער מאמע'ס ליבשאפט צו א קינד, די געוואלדיגע חכמה מיט וועלכן דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, אז זי זאל האבן א קיום.
לויט די תורת העוואלוציע וואס ווערט דא פארטרעטן דורך יאיר, איז געווען טריליאנען וועלטן אדער טריליאנען באשעפענישן און נאר די וואס האבן רענדאמלי דעוועלאפט די טבע פון אהבה פון מאמע צום קינד האבן געקענט האבן א ווייטערדיגן עקזיסטענץ.
קלאר?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

כוכב האט געשריבן:יאיר, למעשה פארהוילסטו דעם פאקט אז עוואלוציע זאגט נישט נאר אז די בריאה איז דורך פיל מער השתלשלות ווי דער אנטוויקלונג פון דער פאפולאציע פון צוויי צו זיבן ביליאן, עוואלוציע פארציילט איבער טריליאנען גרייזן ביז איין געלונגענע ווערסיע וואס מאכט עס אויסזען ווי א פערצופאל און נעמט אוועק דעם גלאנץ פון דעם שטיקל יאיר עינים בעניני גדלות הבורא.

דו קענסט עס אנקוקן ווי טריליאנען גרייזן, ביז עס איז "פערצופאל" געלונגען, און דו קענסט עס אנקוקן ווי ברואים וואס האלטן זיך אין איין פארבעסערן צוביסלעך. די סיבה פארוואס דו באטראכסט עס אזוי איז וויבאלד די סייענטיסטן וואס שרייבן דערוועגן מישן אריין זייערע אייגענע פילאזאפישע מיינונגען ביז די פאקטן און די פילאזאפיע נעשה כולה כחטיבה אחת.
יעדע זאך אויף די וועלט קען מען אנקוקן מיט א גלייכגילטיגקייט ווי א מקרה אדער זען דערין א וואונדערליכע געשעעניש. עס הויבט זיך נישט אן ביי עוואלוציע און עס ענדיגט זיך נישט דארט.
לדוגמא, יעדע מאל וואס א בעיבי ווערט באשאפן זענען פארהאן צענדליגער מיליאנען ספערם וואס שווימען ארום בלינדערהייט. פון זיי זענען פארהאן א ריזיגער פראצענט וואס האבן נישט די יכולת אפילו צו דורכברעכן די ביצה אדער צו באשאפן א געזונט קינד. וואס פאסירט, אודאי די וואס קענען די בעסטע שווימען און האבן א געזונטע צורה זיי געווינען און כאפן זיך אריין אין די ביצה. דערנאך, טאמער האט זיך געמאכט אז די די ען עי טויג נישט, דעמאלט וועט דאס נישט קענען מוציא עיבורו זיין. פארשטייט זיך אז די וואס לעבן איבער זענען די געזונטע קינדער, ומהאי טעמא זענען רוב בעיביס וואס ווערן געבוירן געזונט.
איך האב נאך פון קיינעם נישט געהערט אז דאס באשאפן פון א בעיבי איז ווייניגער וואונדערליך וויבאלד עס קען נאר געלונגען נאכדעם וואס צענדליגער מיליאנען ספערם האבן פרובירט און ס'איז זיי נישט געלונגען, און "פערצופאל" איז געלונגען פאר די גוטע ספערם זיך אריינצוכאפן אין די ביצה און באשאפן א קינד (פארגעסט נישט אז דער ספערם איז דאס וואס מאכט אפ גענוי וואספארא קינד זאל געבוירן ווערן, החכם יהיה או טיפש). מען קוקט אן די גאנצע זאך ווי א וואונדערליכע פראצעדור וואס ארבעט אויף דעם סיסטעם.
אזוי קען מען ברענגען נאך ביישפילן פון די בריאה, וואס יעדער פארשטייט אז דאס וואס עס איז דא א לאנגע פראצעדור און עס נעמט אסאך טרייעל און עראר ביז עפעס געלונגט נעמט גארנישט אוועק פון די וואונדערליכקייט פון די זאך. די איינציגע סיבה פארוואס עוואלוציע קוקן נישט מענטשן אן אזוי איז צוליב די פראפאגאנדע פון אטעאיסטישע סייענטיסטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

[tag]יאיר[/tag] דאס וואס די סייענטיסטען מישען אריין זייער פילעזאפישע דיעות און זייערע שטודיעס איז נישט קיין קליינער פראבלעם, עס נעמט אוועק פון דעם גאנצען אבייעקטיווער קוק, ןלמותר להדגיש אז די פראפעגאנדע איז אויך נכלל, און אפילו סאך מער ווי דאס מישען זייערע דיעות
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אויב די אלע טרייעל און עראר ספערמס זאלן עפעס געבורען זעמער אויף גרויסע צרות.
איך רעד שוין נישט פין דאס וואס עס וואלט אוועק געהארגעט די מעגליכע געזינטע ספערם. (ok לייג צי נאך טרילינע יארען)

בכלל דאס אז די אייער מיט די ספערם זענען געזינט אין זיי קלעבן איינע צים צווייטען, וואס זאל דאס האבן צי טון מיט א געזינטער קינד - אה, איך דערמאן זיך ווייל נאר געזינטע קינדער סארווייווען.

דער מין אנשי וואלט געקענט זיין מיט אזויפיל אנדערע שניום ווען סאיז עט רענדעם. למשל וואס וואלט ווען געווען ווען העלפט מענטשן האבן די אוירן דארט וואו איך האב מיין נאז?
נפלאות הבורא אז מענטשן קענען דאס גלייבן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ראה פה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט