בלאט 1 פון 1

גרין און אקערמאן רעסטוראנט און בעקעריי

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 3:49 pm
דורך ידען
א קליינע עד אין די צייטונג דערציילט עפעס וועגן אן ענדע צו די צענדליגע יארן וואס משפחת גרין האט סערווירט די טויזענטע קליענטען אין די רעסטוראנט.

איינער ווייסט מער פרטים?

גייט זיך עס צומאכן?

א שותף גייט אוועק?

אויך איז סתם אינטערעסאנט צי וויסן די היסטאריע פון די רעסטוראנט וואס איך געדענט זייט איך קען יענע גאס אז דארט איז דא א רעסטוראנט.

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 3:51 pm
דורך זר זהב
וואסערע עד ?

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 4:19 pm
דורך זר זהב
ס'גייט שוין דארט אן יארן דין תורות

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 4:35 pm
דורך עסן עסט'זיך
עס זענען געווען צוויי שוואגערס אהרן זעליג גרין און יוסף אקערמאן, מען שלאגט זיך שוין יארן, ליידער א גרויס טייל דערפין אויף א מיאוסע אופן מיט קלעפ, קאורט קעיסעס, מסירות און אזוי ווייטער. יעצט ענדליך האט איין שוואגער אקערמאן אויסגעקויפט גרינס חלק שותפות איון ער גייט אוועק און עפענט אליין אן אנדערע בעקערי און רעסטורענט מיט א נייע נאמען
די רעסעפעיס, וועלן בלייבן די זעלבע, אל תגעו במשיחי וברבצינס טשיז קעיק אל תרעו!

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:42 pm
דורך שמיטה
ידען האט געשריבן:א קליינע עד אין די צייטונג דערציילט עפעס וועגן אן ענדע צו די צענדליגע יארן וואס משפחת גרין האט סערווירט די טויזענטע קליענטען אין די רעסטוראנט.

וואס שטייט אינעם עד?
דערווייל זעה איך נאך היינט עדווערטייזד מערערע "טשיז" פראדוקטן לכבוד שבועות - אונטער די נאמען "גרינס און אקערמאנס בעקערי"

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 6:50 pm
דורך smart
נעבעך איז דאס א פייט וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן ביי אונז

מיין ברידער פון וויליאמסבורג האט מיר אמאל דערציילט די פרשה, עס איז א פחד נורא ווי מען אנקומועוועגן קלייניקייטען

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 2:34 am
דורך זר זהב
יעצט באמערקט א פערטעל פעידזש עד אין איד.

[center]א הארציגן דאנק![/center]
[center]נאך יארן וואס משפחת גרין איז געווען א שותף פון די גרין און אקערמאן רעסטאראנט און בעקעריי,

ווילן מיר באדאנקען די אלע טויזענטער קאסטומערס, און מיר דרוקן אויס אונזער צופרידענהייט

אז מען האט מחיה געווען אזויפיל אידן די אלע יארן. ווילן מיר איצט מעלדן אז פון היינט און ווייטער

האבן מיר מער נישט קיין שייכות מיט די אויבנדערמאנטע פירמעס, און מיר וואונטשן הצלחה אלע

קליענטן אויף ווייטער.

מיט דאנק, אהרן זעליג גרין ומשפחתו[/center]

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 10:20 am
דורך gehlungen
עסן עסט'זיך האט געשריבן:עס זענען געווען צוויי שוואגערס אהרן זעליג גרין און יוסף אקערמאן, מען שלאגט זיך שוין יארן, ליידער א גרויס טייל דערפין אויף א מיאוסע אופן מיט קלעפ, קאורט קעיסעס, מסירות און אזוי ווייטער. יעצט ענדליך האט איין שוואגער אקערמאן אויסגעקויפט גרינס חלק שותפות איון ער גייט אוועק און עפענט אליין אן אנדערע בעקערי און רעסטורענט מיט א נייע נאמען
די רעסעפעיס, וועלן בלייבן די זעלבע, אל תגעו במשיחי וברבצינס טשיז קעיק אל תרעו!

:קראץ:

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 2:32 pm
דורך ניו יארק

לויט ווי איך האב געהערט טאר גרין נישט אריינגיין אין די ליין פאר אפאר יאר.

נשלח: מאנטאג מאי 28, 2012 10:19 pm
דורך דעינעש
נוי יארק האט געשריבן:
עסן עסט'זיך האט געשריבן:...חלק שותפות איון ער גייט אוועק און עפענט אליין אן אנדערע בעקערי און רעסטורענט מיט א נייע נאמען
די רעסעפעיס, וועלן בלייבן די זעלבע, אל תגעו במשיחי וברבצינס טשיז קעיק אל תרעו!

לויט ווי איך האב 'געהערט' 'טאר' גרין נישט אריינגיין אין די ליין פאר אפאר יאר.

מדין תורה ??!?

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 12:33 am
דורך ניו יארק
דעינעש האט געשריבן:
נוי יארק האט געשריבן:
עסן עסט'זיך האט געשריבן:...חלק שותפות איון ער גייט אוועק און עפענט אליין אן אנדערע בעקערי און רעסטורענט מיט א נייע נאמען
די רעסעפעיס, וועלן בלייבן די זעלבע, אל תגעו במשיחי וברבצינס טשיז קעיק אל תרעו!

לויט ווי איך האב 'געהערט' 'טאר' גרין נישט אריינגיין אין די ליין פאר אפאר יאר.

מדין תורה ??!?

איך ווייס נישט, אבער איך האב עס געהערט פון איינעם וואס איז אינוואלוועד אין די קעיס.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2012 11:05 am
דורך [NAMELESS]
סאיז א פשוטע סברא. פארוואס זאל איינער אויסקויפען זיין שיתף אויב ער וועט גיין מארגן מאכן די זעלבע זאך??

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 4:35 pm
דורך זלמן זאפיר
זעליג גרין האט שוין אפאר יאר צוריק געטרייטט ארויס צי קומען מיט זיין אייגענע ליין מיט בעקעריין אינטערן נאמען " זעליג'ס "
אבער ער איז גאר מיאוס דרוך געפאלן ער האט דאס פארמאכט

ממילא גלייב איך נישט ער גייט נאך אמאל ארויס קומען מיט א נאך א בעקעריי גלייב איך נישט ער וועט זיך נאך אמאל אזוי בא'נער'שין

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2012 7:15 pm
דורך ניו יארק
זלמן זאפיר האט געשריבן:זעליג גרין האט שוין אפאר יאר צוריק געטרייטט ארויס צי קומען מיט זיין אייגענע ליין מיט בעקעריין אינטערן נאמען " זעליג'ס "
אבער ער איז גאר מיאוס דרוך געפאלן ער האט דאס פארמאכט

ממילא גלייב איך נישט ער גייט נאך אמאל ארויס קומען מיט א נאך א בעקעריי גלייב איך נישט ער וועט זיך נאך אמאל אזוי בא'נער'שין

ער איז דורך געפאלען וויבאלד ער איז נאך געווען אין די ליין במילא האט ער נישט געקענט זיין א קאמפאטישן פאר זיך, משא"כ יעצט.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 8:06 pm
דורך חייםהערש
ווען איינער פארקויפט א געשעפט מאכט מען געווענליך א הסכם נאן קאמפיד אויף א סכום יארען
בזמני איז גרין געווען א געשמאקען היימישע געשעפט אין ווילימסבורג איז דאס נאך היינט אויפן זעלבער סטאנדארט?

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:12 am
דורך ריק סאנטורעם
היינטיגע וואך איז שוין געווען עדווערטייזד די נייע בעקערי מיט'ן נאמען באקערמאן'ס

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 7:55 am
דורך ניו יארק
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט, אבער די באבקע אויפן פיקטשער קוקט אויס פונקט ווי די (אמאליגע) גרינס, גוטע צייטען געווען אמאל....

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:20 pm
דורך ריק סאנטורעם
יאסל אקערמאן איז געבליבען מיט די נאמען גרינס האט אהרן זעליג גרין א נאמען געגעבען ב"אקערמאן"'ס bACKERMANs

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 1:22 pm
דורך יונגערמאנטשיק
די נייע בעקעריי האט אפעציעל געעפנט ר' מאיר שמואל אקערמאן, א ברודער פאר ר' יאסל וואס האט זיך צוגעשטעלט צו ר' זעליג גרין.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:28 pm
דורך ניו יארק
ריק סאנטורעם האט געשריבן:יאסל אקערמאן איז געבליבען מיט די נאמען גרינס האט אהרן זעליג גרין א נאמען געגעבען ב"אקערמאן"'ס bACKERMANs

א פארקערטע וועלט.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 3:30 pm
דורך ניו יארק
נוי יארק האט געשריבן:
ריק סאנטורעם האט געשריבן:יאסל אקערמאן איז געבליבען מיט די נאמען גרינס האט אהרן זעליג גרין א נאמען געגעבען ב"אקערמאן"'ס bACKERMANs

א פארקערטע וועלט.

נשלח: זונטאג יוני 24, 2012 4:04 pm
דורך ניו יארק
אז מען רעדט שוין יא, איך גיי נישט אריינקריכען און גרינ'ס ביזנעס, אבער און מיינע אויגען איז אקערמאנ'ס שוין נישט קיין ברענד נעים.
אז מען קוקט צוריק קען מען טאקע זעהן אז יארן צוריק פלעגען זיי זיך טאקע רופען מיט די נאמען גרין און "אקערמאן", אבער די לעצטע יארן הייסט עס שוין נאר גרינ'ס,
אבער ווער ווייסט....? אפשר וועט עס ווערן א ברענד נעים,