בלאט 1 פון 1

צוויי סארטן בחירה

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:27 am
דורך טאמבל סאס
פארוואס פאסירן שלעכטע זאכן אויף די וועלט? אויב טוט דער באשעפער נאר גוטס, פארוואס זעהט מען אז מענטשן וואס ער האט באשאפן טוען אומדערהערטע שלעכטיגקייטן איינער צו דער אנדערער?
איז דער תירוץ אוודאי, "ראה אנכי נותן לפניכם הברכה והקללה, הטוב והרעה, ובחרת בחיים." דער באשעפער האט געגעבן א פרייע בחירה פאר'ן מענטש אויסצוקלויבן צוטוהן גוטס אדער שלעכטס און דער מענטש מיט זיין אייגן ווילן קען אדער טוהן גוטס און פארדינען שכר אדער טוהן שלעכטס און דורכדעם פארדארבען די שיינע גוטע וועלט.
די שאלה שטעלט זיך יעצט פארוואס?

פארוואס האט דער באשעפער געגיבן פאר מענטשן פרייע בחירה אויב דאס געט א מענטשן די מעגליכקייט צו טאן שלעכטס און שעדיגן אדער ווייטאהן אנדערע ברואים?
דער תירוץ גייט אוואדאי ווייטער אז דער באשעפער האט נישט געוואלט מיר זאלן זיין אזוי ווי ראבאטס וואס טוען אלץ לויט ווי זיי זענען פראגארמירט געווארן. דער באשעפער וויל אז מיר זאלן זיין "גוט" פרייוויליג. ער וויל אז פונעם אייגענעם ווילן אונזערע זאלן מיר קענען אויסקלייבן צו טאן גוטס. אנדערש וואלט געווען אויב מיר האבן נישט קיין בחירה וויבאלד דעמאלטס "מוזן" מיר טוהן גוטס ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה.

אבער די שאלה איז יעצט, וויאזוי קען דער באשעפער טאקע געבן פרייע בחירה? וועסטו מיר זאגן, "וואס הייסט? גאט קען אלעס טאן." אבער וועל איך דיר צוריקפרעגן, "גאט קען דאך נישט טאן קיין שלעכטס, ער איז כולו טוב, איז אויב קומט אויס אז דורכן געבן פאר מענטשן פרייע בחירה וועט אין רעזולטאט ארויסקומען אז מענטשן וועלט דערמיט קענען שלעכטס טאן איז דאך פשט אז פון גאט'ס מעשים זענען יא ארויסגעקומען שלעכטס אויף די וועלט וויבאלד ער האט ערמעגליכט אז מענטשן זאלן מיט גאט'ס געגעבענע פרייע בחירה קענען אפטאן אלדאס בייזן?!"

פרייוויליגיע בחירה מיינט אז א מענטש האט די מעגליכקייט צו עקסערסייזן זיין פרייע ווילן כדי אויסצוקלייבן אפציע א' ענדישער ווי אפציע ב'. דאס דארף נישט דוקא זיך האנדלען ווען אפציע א' איז א אויסוואהל וואס ברענגט שלעכטס און אפציע ב' איז א אויסוואהל וואס ברענגט גוטס. בחירה קען די זעלבע גענוצט ווערן צווישן צוויי נייטראלע אפציעס. לאמיר זאגן אז אפציע א' איז עסן א טשאקלעד אייזקרים און אפציע ב' וועט זיין עסן א וואנילע אייזקריעם. איז פארוואס האט גאט געמאכט אז די בחירה זאל אויך קענען געמאכט ווערן צווישן עסן א טשאקלאד אייזקריעם אדער אריינשיקן א מענטש אין א גאז קאמער? פון אלע סארטן וועלטן וואס אן אומבאגרעניצטער גאט קען באשאפן, פארוואס האט ער געמוזט באשאפן צושטאנדן אין וועלכע די עקסערסייז פון פרייע בחירה וועט רעזאלטירן אין שלעכטע קאנסעקווענצן? פארוואס האט די בחירה נישט געקענט זיין בלויז אויף זאכן וואס ברענגען נישט קיין פיין פאר יומען ביאינגס, און פירן נאר צו פאזעטיווע אויסקומען? ווי למשל צווישן אנטוהן א בגד פון צמר אדער פון כלאים? אזא סארט בחירה וואלט גענוג געווען אונז צו מאכן אויס ראבאטן, און בארעכטיגן דערפאר אונז צובאצאלן שכר, צוליב דעם וואס מיר האבן פון אייגענעם ווילן אויסגעקליבן דעם גאט באפוילטן אויסוואהל.

גאט איז דער מקור הטוב
אויב קען גאט נישט טאן שלעכטס ווייל עס איז איינפאך נישט אין זיין נאטור צו טאן שלעכטס דאן וויאזוי האט דער באשעפער אונז געקענט באשאפן מיט א אייגענשאפט וועלכער ער פארמאגט נישט? איז פשט דעמאלטס אז מיר אלס מענטשן פארמאגן מער פרייע בחירה פון דער וואס האט אונז באשאפן? צו מיינט דאס אז מיר זענען שטארקער פון אונזער קריעטאר? ווי קען דער קאמפיוטער פארשטיין בעסער פון דעם ערצייגער?
נאכמער, נאר ווען קען עמיצער וואס טוט גוטס אנגערופן ווערן א גוטער? נאר אויב ער וואלט אויך געקענט אויסקלויבן צו טאן שלעכטס, און אנשטאט האט ער געמאכט א פרייוויליגע טשויס און אויסגעקליבן גוטס צוטאן. אלזא, מענטשן וואס האבן די מעגליכקייט בוחר צו זיין בין טוב לרע קענען דערפאר אנגערופן ווערן צדיקים ווען זיין טוען גוטס. ווי אזוי קען אבער דער באשעפער בכלל אנגערופן ווערן "גוטער" אויב ער קען במילא נישט אנדערש טאן, ווייל ער קען דאך נישט טוהן קיין שלעכטס? זיין נאטור לאזט אים נישט אויסקלויבן אנדערש?!

ווען מענטשן העלפן ארויס קינדער אין נויט טוען זיין עס וויבאלד זיי קלויבן אויס צו טאן גוטס, דער באשעפער ווען ער העלפט קינדער אין נויט איז עס נישט ווייל ער האט בוחר געווען זיי צוהעלפן, עס איז ווייל ער קען פשוט אנדערש נישט טאן. ממילא ווען מיר זעהען אז קינדער שטארבן פון הונגער און קראנקהייטן מוזן מיר אננעמען אז דאס מוז זיין א גוטע זאך, ווייל גאט וואס קען קיין שלעכטס נישט טאן האט אויסגעקליבן דאס צוצולאזן און גארנישט טאן זיי ארויסצוהעלפן, ממילא מוז דערפאר זיין אז דאס איז א גוטע זאך און מיר טארן זיי נישט העלפן וויבאלד מיט'ן זיי העלפן גייען מיר אנטקעגן דעם רצון השם, און גיין אנטקעגן דעם רצון השם מיינט אויטאמאטיש "טוהן שלעכטס" ווייל אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז גוטס?! וויאזוי מעגן מיר טוישן די וועלט ווי אזוי עס איז אויב איז דאס דעם באשעפער'ס ווילן?

אויב האט גאט זעלבסט נישט די יכולת אויסצוקלייבן צווישן גוטס און שלעכטס און ער האט באשאפן מענטשן בצלם אלוקים און ער פארלאנגט פונעם מענטש זאל זיך מדבק זיין במדותיו של הקב"ה און אים נאכטוהן, און דאס זעלביגע איז דאס די מאדעל אקעגן וועלכע אלע מענטשן וועלן ווערן נידון לאחר מאה ועשרים, דאן פארוואס האט ער נישט געקענט באשאפן דעם מענטש טאקע גענוי די זעלבע ווי ער, א מענטש וואס האט אליינס אויך נישט די יכולת בוחר צו זיין בין טוב לרע?

צודען באטראכט זיך דער באשעפער אליינס ווי א ראבאט צוליב וואס ער אליינס פארמאגט ראבאטישע אייגנשאפטן, מיט'ן אי-יכולת צו מאכן א בחירה בין טוב לרע?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:11 am
דורך איחוד פעלד
פין ווי נעמסטו דאס אז גאט טוט קיינמאל קיין שלעכטס, נאר גוטס?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:05 am
דורך טאמבל סאס
'צדיק וישר ה' אל אמונה ואין עוול'.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:07 am
דורך כוכב
מקען טון שלעכטס און דאך נישט טון קיין עוול.
דער פסוק זאגט, מאתי לא תצא הרעות, פון מיר וועט נישט ארויסגיין קיין שלעכטס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:08 am
דורך טאמבל סאס
והטוב*
ירמיה יעצט אין איכה
דאס מיינט אז גאט מאכט נישט א מענטשן זיין גוט אדער שלעכט. ה"ה בחירה.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 11:00 am
דורך יאיר
אבטולמוס האט געשריבן:דער ערשטער חלק פון דיין ארטיקל איז גראדע אן אינטערעסאנטע פראגע. אבער איך פארשטיי נישט אויף וועלכן יסוד דיין צווייטע שאלה לענט זיך אן. פון וואנעט נעמסטו אז גאט קען נישט טון קיין שלעכטס אויב וויל ער דווקא? אוודאי טוט ער נישט קיין שלעכטס, אבער דאס איז טאקע זיין בחירה.

דאס קענען טון שלעכטס איז אויך א מאס פון שלעכטיגקייט. אויב אין סוף ב"ה איז כולו טוב, איז פשט אז אין זיין גאנצע מהות איז בכלל נישט דא דער מושג פון רע. דאס האבן די יכולת צו טון רע דארף דאך קומען פון ערגעץ.
מהאי טעמא האבן אסאך פילאזאפן געהאלטן אז דער כח הרע איז נאר אן אילוזיע, עס עקזיסטירט אינגאנצן נישט. יעצט גיי זיי עס מסביר פאר דעם האלאקאוסט איבערלעבער.
אגב, די אלע קושיות זענען נאר שווער אויף דעם מאדערנעם פילאזאפישן/קבליסטישן/חסידישן גאט, אלע פסוקים פון תנ"ך וועלכע זענען געשריבן פאר פשוט'ע מענטשן וואס פארשטייען נישט קיין טיפע מושגים קומען נישט דא אריין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 11:34 am
דורך אחד העם
נישט קענען טוהן שלעכטס איז א צמצום כלפי גאט, סאיז פונקט אז די וועסט זאגען אז ער קען נאר פירען א וועלט און נישט באשאפען

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:19 pm
דורך יאיר
דאס איז סתם א פורים תורה, בערך ווי די באקאנטע קלאץ קשיא אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, אדער אויב גאט קען זיך הרג'ענען.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:42 pm
דורך ארטיסט
האסטו שוין דורך געלערנט תניא און ליקוטי תורה און דו קענסט שוין די גאנצע יצור הבריאה אז דו זאלסט רעדן אזוי קורצזיכטיג כלפי גאט? ווער מיינסטו גאט איז, איז ער דיין חבר? ער איז עפעס מיט וואס דו קענסט זיך מדמה זיין און נוצן די זעלבע אומנת הדיבור וואס מענטשן נוצן צווישן זיך? וויאזוי ביסטו מדמה גאט צו א מענטש מיט א פייסבוק רייד אויסברוך? דער האט דיר גוט גע׳ענטפערט, דער אייבירשטער קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן?... איך מיין אז איך גיי ווערן א כופר ווייל דער אייבירשטער האט אונז נישט געזאגט די טעם פון אפר הפרה, און וויאזוי קען מען זיך מדמה זיין במדותיו ווען מיר ווייסן נישט וואס ער ווייסט...

איך האב הנאה אז די בעלי השכל דא איגנארן אזא אשכול וואס ציט פעדעמער און פינגער אפדריקן פון מענדלסאן ואביזרייהו. איך בין נישט אזא בר שכל דערפאר האב איך יא גענטפערט, אבער איך האף אז די עולם האט יא שכל און פארשטייט אז דער בעל האשכול איז נישט געבינדען מיט זיינע רייד און פארשטייט נישט קיין ווארט וואס ער האט נאר געשריבן. עס זעט אויס ווי עס האט א משמעות׳דיגע חומר ווייל ער רעדט פון בחירה מקור הטוב לאקשן מיט טשייניס פאוד. אבער ער קלאפט א דופק.

רעד נישט מיט לשון גדולות אויפן מלך אל חי, ווייל דו דערמאנסט מיך פון די דור המגדל וואס האט געוואלט מלחמה האלטן מיטן באשעפער דורך א טורעם. בימים ההם וואלטן זיי גענוצט ק״ש פאר טכסיסי מלחמה און די מערכת השמים וואלט זיך איבערגעדרייט פאר א שנעל טייפענדע הענט וואס פראבירט צו לייגן א האנט אויף עפעס וואס ער פארשטייט נישט און קען נישט פארשטיין.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:54 pm
דורך ונבנתה העיר
אוי, דער טאמבל הערט נישט אויף טראכטן... אפשר א שבת נחמו וואקאציע?
טאמבל סאס האט געשריבן:פארוואס פאסירן שלעכטע זאכן אויף די וועלט? אויב טוט דער באשעפער נאר גוטס, פארוואס זעהט מען אז מענטשן וואס ער האט באשאפן טוען אומדערהערטע שלעכטיגקייטן איינער צו דער אנדערער?
איז דער תירוץ אוודאי, "ראה אנכי נותן לפניכם הברכה והקללה, הטוב והרעה, ובחרת בחיים." דער באשעפער האט געגעבן א פרייע בחירה פאר'ן מענטש אויסצוקלויבן צוטוהן גוטס אדער שלעכטס און דער מענטש מיט זיין אייגן ווילן קען אדער טוהן גוטס און פארדינען שכר אדער טוהן שלעכטס און דורכדעם פארדארבען די שיינע גוטע וועלט.
די שאלה שטעלט זיך יעצט פארוואס?

פארוואס האט דער באשעפער געגיבן פאר מענטשן פרייע בחירה אויב דאס געט א מענטשן די מעגליכקייט צו טאן שלעכטס און שעדיגן אדער ווייטאהן אנדערע ברואים?
דער תירוץ גייט אוואדאי ווייטער אז דער באשעפער האט נישט געוואלט מיר זאלן זיין אזוי ווי ראבאטס וואס טוען אלץ לויט ווי זיי זענען פראגארמירט געווארן. דער באשעפער וויל אז מיר זאלן זיין "גוט" פרייוויליג. ער וויל אז פונעם אייגענעם ווילן אונזערע זאלן מיר קענען אויסקלייבן צו טאן גוטס. אנדערש וואלט געווען אויב מיר האבן נישט קיין בחירה וויבאלד דעמאלטס "מוזן" מיר טוהן גוטס ווייל מיר האבן נישט קיין אנדערע ברירה.

דא, און אויך ווייטער, ליגט צווישן דיינע ווערטער די טענה אין הכי נמי גאט האט געוואלט געבן פאר ראובן בחירה חפשית, אבער וואס עפעס אויף שמעונ'ס חשבון? ווי קען גאט צולאזן אז ראובנ'ס בחירה ברע זאל נתקבל ווערן אין שמעון [דהיינו ער זאל גע'הרג'עט ווערן, למשל]?

איז דאס בעצם אן אלטע נידון אויב א בעל בחירה קען מזיק זיין רענדאמלי, אבער ע"פ השגחה פרטית [ובפרט במין האנושי] איז אודאי דא א חשבון פארוואס שמעון דארף עס באקומען להטיבו באחריתו, נאר עס האט נישט געמוזט געשעהן דורך ראובן, פארדעם איז ראובן ווייטער א בוחר בבחירתו החפשית צו טוהן רע, אזוי ווי דער רמב"ן איז מסביר פארוואס די מצריים זענען נענש געווארן הגם עס איז געווען א גזירת גלות אויף די אידן.

טאמבל סאס האט געשריבן:אבער די שאלה איז יעצט, וויאזוי קען דער באשעפער טאקע געבן פרייע בחירה? וועסטו מיר זאגן, "וואס הייסט? גאט קען אלעס טאן." אבער וועל איך דיר צוריקפרעגן, "גאט קען דאך נישט טאן קיין שלעכטס, ער איז כולו טוב, איז אויב קומט אויס אז דורכן געבן פאר מענטשן פרייע בחירה וועט אין רעזולטאט ארויסקומען אז מענטשן וועלט דערמיט קענען שלעכטס טאן איז דאך פשט אז פון גאט'ס מעשים זענען יא ארויסגעקומען שלעכטס אויף די וועלט וויבאלד ער האט ערמעגליכט אז מענטשן זאלן מיט גאט'ס געגעבענע פרייע בחירה קענען אפטאן אלדאס בייזן?!"

עס איז חדא מתורצת בחברתה.

גאט האט א חשבון לבלתי ידח ממנו נדח אז יעדע געשעהניש וואס באטרעפט א מענטש איז להטיבו באחריתו, און אין די ביג פיקטעשער איז די גאנצע פראסעס ריין 'טובה', למשל, אז איך וויל עסן אן אייזקריעם, דאס איז אין מיינע אויגן די גרעסטע גליק, עס וועט מיר אבער זיין אומבאקוועם מיט די 2000 צוגעקומענע קאלאריעס, זאגט מיר דער דאקטאר גיי קויף עס צוויי גאסן אוועק, וועסטו מיט'ן גיין אפברענען די זעלבע מאס קאלאריעס, בין איך אודאי מסכים בחפץ לב צו דעם פלאן ובלי ספק לוינט זיך מיר די השקעה פאר'ן גוטן אייזקריעם, יעצט, הייסט דאס אז דער דאקטאר האט מיר שלעכטס געטוהן נאר צום סוף האט ער מיר פארגוטיגט? אודאי נישט, ווייל מען מוז מאכן דעם סך הכל פון די ביג פיקטשער, און אויף דעם איז דער מענטש אליין מסכים בשמחה רבה.

ממילא איז פון גאט'ס מעשים נישט ארויסגעקומען 'אמת'ע' שלעכטס.

טאמבל סאס האט געשריבן:פרייוויליגיע בחירה מיינט אז א מענטש האט די מעגליכקייט צו עקסערסייזן זיין פרייע ווילן כדי אויסצוקלייבן אפציע א' ענדישער ווי אפציע ב'. דאס דארף נישט דוקא זיך האנדלען ווען אפציע א' איז א אויסוואהל וואס ברענגט שלעכטס און אפציע ב' איז א אויסוואהל וואס ברענגט גוטס. בחירה קען די זעלבע גענוצט ווערן צווישן צוויי נייטראלע אפציעס. לאמיר זאגן אז אפציע א' איז עסן א טשאקלעד אייזקרים און אפציע ב' וועט זיין עסן א וואנילע אייזקריעם. איז פארוואס האט גאט געמאכט אז די בחירה זאל אויך קענען געמאכט ווערן צווישן עסן א טשאקלאד אייזקריעם אדער אריינשיקן א מענטש אין א גאז קאמער? פון אלע סארטן וועלטן וואס אן אומבאגרעניצטער גאט קען באשאפן, פארוואס האט ער געמוזט באשאפן צושטאנדן אין וועלכע די עקסערסייז פון פרייע בחירה וועט רעזאלטירן אין שלעכטע קאנסעקווענצן? פארוואס האט די בחירה נישט געקענט זיין בלויז אויף זאכן וואס ברענגען נישט קיין פיין פאר יומען ביאינגס, און פירן נאר צו פאזעטיווע אויסקומען? ווי למשל צווישן אנטוהן א בגד פון צמר אדער פון כלאים? אזא סארט בחירה וואלט גענוג געווען אונז צו מאכן אויס ראבאטן, און בארעכטיגן דערפאר אונז צובאצאלן שכר, צוליב דעם וואס מיר האבן פון אייגענעם ווילן אויסגעקליבן דעם גאט באפוילטן אויסוואהל.

גאט האט געוואלט אז די 'געים' פון עוה"ז זאל זיין א היי סטעיקס געים, עס זאל זיין אסאך צו פארדינען און פארלירן, ממילא שאפט דאס א מציאות פון אזעלכע וואס עס קומט זיך\לוינט זיך זיי משקיע צו זיין א באזוך אין גאז קאמער פאר די גוטס וואס זיי וועלן דערנאך ארויסנעמען דערפון.

טאמבל סאס האט געשריבן:גאט איז דער מקור הטוב
אויב קען גאט נישט טאן שלעכטס ווייל עס איז איינפאך נישט אין זיין נאטור צו טאן שלעכטס דאן וויאזוי האט דער באשעפער אונז געקענט באשאפן מיט א אייגענשאפט וועלכער ער פארמאגט נישט? איז פשט דעמאלטס אז מיר אלס מענטשן פארמאגן מער פרייע בחירה פון דער וואס האט אונז באשאפן? צו מיינט דאס אז מיר זענען שטארקער פון אונזער קריעטאר? ווי קען דער קאמפיוטער פארשטיין בעסער פון דעם ערצייגער?

כמבואר לעיל איז נישט דא קיין אמת'ע רע, דער מושג פון בחירה ברע איז נאר רעלאטיוו אין אונזער אכציג יאהריגער לעבן אין א גשמיות'דיגער וועלט, און די טענה איז פארוואס האסטו געדארפט הרג'ענען שמעון הגם עס איז לטובתו, [למעשה כהיום איז עס באמת רע מצד דעם וואס עס איז נגד רצונו ית'].

אפגערעדט אז ביי בין אדם למקום איז אודאי נישט שווער די קשיא, ווייל בועל זיין א נדה איז נישט רע מצד עצמו אז דו זאלסט פרעגן: גאט קען אין דעם נישט בוחר זיין איז ווי אזוי קענען זיינע נבראים יא? עס איז נאר רע ווייל גאט האט אזוי מחליט געווען, ממילא איז עס אונטער גאט נישט העכער גאט.

און די עצם חסרון פון נישט קענען בוחר זיין ברע איז קיין חסרון, ווי יאיר איז מרמז מיט'ן שווערן שטיין, נישט האבן א חסרון איז נישט קיין חסרון.

טאמבל סאס האט געשריבן:נאכמער, נאר ווען קען עמיצער וואס טוט גוטס אנגערופן ווערן א גוטער? נאר אויב ער וואלט אויך געקענט אויסקלויבן צו טאן שלעכטס, און אנשטאט האט ער געמאכט א פרייוויליגע טשויס און אויסגעקליבן גוטס צוטאן. אלזא, מענטשן וואס האבן די מעגליכקייט בוחר צו זיין בין טוב לרע קענען דערפאר אנגערופן ווערן צדיקים ווען זיין טוען גוטס. ווי אזוי קען אבער דער באשעפער בכלל אנגערופן ווערן "גוטער" אויב ער קען במילא נישט אנדערש טאן, ווייל ער קען דאך נישט טוהן קיין שלעכטס? זיין נאטור לאזט אים נישט אויסקלויבן אנדערש?!

דאס איז די עיקר נקודה צו וועלכע איך האב געוואלט צוקומען, זי איז גאנץ א פשוט'ע, אבער אסאך פארזעהען איהר און בכתב איז עס אביסל שווער ארויסצוברענגען.

ווען מען וואלט געהאנגען היטלער ימ"ש בפני עם רב וואלט זיך מעגליך געמאכט עפעס א ליבעראלער לינקער וואס זאל גיבן א קרעכטס 'ער איז דאך פארט א יומען ביאיג, נו, ער האט זיך טאקע באנארישט, אסאך שלעכטס אפגעטוהן, אבער דאך, אפשר קען מען טרעפן עפעס א בעסערע עצה זיך אפצוגעבן מיט דעם היטלער'.

אז א דאקטאר וועט מאכן אן אפעראציע ארויסצונעמען א שטיקל קענסער, נישט אן אבר וואס האט אין זיך קענסער, נאר א ריין שטיקל - כולו נהפך - קענסער, וועט קיינער נישט האבן אזעלכע מחשבות 'אה, א שאד אויפן קענסער'.

ביי אונז אין די קהלה איז גאלד א זייער ארויפגעקוקטע ארטיקל, אלע פני הקהלה באגילדן זיך כסדר מיט גאלד ברעקלעך, כל המוסיף זיך צו באגילדן בחיי יום יום איז מער ארויפגעקוקט און רעספעקטירט ביי אונז, מען טיילט איהם צו א תעודה 'איש הזהב', ולא דבר קטן הוא, ער האט געהאט א ברירה בוחר צו זיין צו באשפריצן דעם טארט מיט ברעקלעך זילבער, איז ער געגאנגענן בבחירתו החפשית און בוחר געווען איהר צו באשיינען מיט ברעקלעך פון גאלד, איז דאך אין שיעור למעלתו, ווייל מיר ווייסן דאך ווי גוט און פיין גאלד איז, און אז עס קומט לידינו א ריין ככר גאלד בכבודו ובעצמו? פרעגט'ס בעסער נישט, מען שטעלט איהם נעבן רב'ס פלאץ און מען ווייזט איהם ארויס כל מיני אותות חיבה ואהבה, העכער פון איהם איז דאך נישט שייך.

איין שיינעם טאג קומט אונזער שמש מיט א טענה: בשלמא די בני הקהלה, זיי פארשטיי איך אז מען איז מכבד, ער וואלט דאך געקענט בוחר זיין אין זילבער און למעשה האט ער בוחר געווען בגאלד, אבער דער ככר גאלד? וואס איז די שמחה מיט איהם? ער האט דאך בכלל נישט געהאט קיין ברירה צו זיין זילבער?

וואס איז דער משל? (קרעדיט פישעלע העררינג) עס זענען דא עצם מציאות'ן, און דאן זענען דא מציאות'ן וואס זענען קונה\באנוצן זיך מיט אנדערע מושגים אבער עס איז נישט עצם מהותם.

עס איז דא אן עצם מציאות פון רע, היטלער איז דאס נישט געווען, זיין מציאות איז געווען א 'היומען ביאינג' וואס האט זיך 'משתמש' געווען מיט רע, עס איז אפי' געווארן פאר איהם אן אומאפטיילבארע לבוש, אבער נאכאלס א לבוש.

קענסער איז רע, עס איז די עצם מהות פון רע.

מיר קוקען אזוי שטארק ארויף גאלד אין אונזער קהילה אז ווער עס איז בוחר אין איהר און נישט אין זילבער באקומט דעם טיטול 'דער גאלדערנער מאן', זיין מהות איז נישט 'גאלד', זיין מהות איז א א מענטש, א מענטש וואס טוהט דעם ריכטיגן שריט און 'באנוצט זיך' מיט גאלד קומט איהם דעם טיטול 'דער גאלדענער מאן'.

און דעם ככר גאלד אליין? ער האט דאך נישט געהאט א בחירה? יא, שוטה שכמותך, ער איז דאך אבער דער חתן אליין, ער איז דאך דער גאלד בכבודו ובמהותו וואס אפי' די וואס באנוצען זיך נאר מיט איהם זענען שוין גאלדענע מענטשן.

איהר פארשטייט? מיר נבראים האבם באזונדערע כוחות מן החוץ וואס מיר זענען קונה אדער זיך משתמש מיט זיי, א מענטש א חכם איז נישט די עצם מושג פון חכמה, זאגט דאך דער רמב"ם אז הוא המדע והוא היודע, גאט 'איז' די עצם מושג הנקרא חכמה.

ולענינינו, גאט איז א גוטער נישט ווייל ער 'באנוצט זיך' מיט טוב [געצווינגענערהייט], ער איז א גוטער ווייל ער 'איז' די עצם מושג פון טוב - ער איז דער חתן בכבודו ובעצמו.

טאמבל סאס האט געשריבן:ווען מענטשן העלפן ארויס קינדער אין נויט טוען זיין עס וויבאלד זיי קלויבן אויס צו טאן גוטס, דער באשעפער ווען ער העלפט קינדער אין נויט איז עס נישט ווייל ער האט בוחר געווען זיי צוהעלפן, עס איז ווייל ער קען פשוט אנדערש נישט טאן. ממילא ווען מיר זעהען אז קינדער שטארבן פון הונגער און קראנקהייטן מוזן מיר אננעמען אז דאס מוז זיין א גוטע זאך, ווייל גאט וואס קען קיין שלעכטס נישט טאן האט אויסגעקליבן דאס צוצולאזן און גארנישט טאן זיי ארויסצוהעלפן, ממילא מוז דערפאר זיין אז דאס איז א גוטע זאך און מיר טארן זיי נישט העלפן וויבאלד מיט'ן זיי העלפן גייען מיר אנטקעגן דעם רצון השם, און גיין אנטקעגן דעם רצון השם מיינט אויטאמאטיש "טוהן שלעכטס" ווייל אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז גוטס?! וויאזוי מעגן מיר טוישן די וועלט ווי אזוי עס איז אויב איז דאס דעם באשעפער'ס ווילן?

לכל הנ"ל מובן, העכסטענס גייט עס אריין אין ידיעה-בחירה.

טאמבל סאס האט געשריבן:אויב האט גאט זעלבסט נישט די יכולת אויסצוקלייבן צווישן גוטס און שלעכטס און ער האט באשאפן מענטשן בצלם אלוקים און ער פארלאנגט פונעם מענטש זאל זיך מדבק זיין במדותיו של הקב"ה און אים נאכטוהן, און דאס זעלביגע איז דאס די מאדעל אקעגן וועלכע אלע מענטשן וועלן ווערן נידון לאחר מאה ועשרים, דאן פארוואס האט ער נישט געקענט באשאפן דעם מענטש טאקע גענוי די זעלבע ווי ער, א מענטש וואס האט אליינס אויך נישט די יכולת בוחר צו זיין בין טוב לרע?

להמבואר לעיל איז ע"פ השגחה פרטית קען א בעל בחירה נישט אויספיהרן זאכן וואס זענען רע מצד עצמם, נאר זאכן וואס זענען רע ווייל גאט האט געזאגט טוה עס נישט און אויף דעם האבן זיי בחירה.

אהן די בחירה וואלט גאט נישט געהאט קיין סיבה צו באשאפן א וועלט בכלל.

טאמבל סאס האט געשריבן:צודען באטראכט זיך דער באשעפער אליינס ווי א ראבאט צוליב וואס ער אליינס פארמאגט ראבאטישע אייגנשאפטן, מיט'ן אי-יכולת צו מאכן א בחירה בין טוב לרע?

מבואר לעיל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:49 pm
דורך טאמבל סאס
אבטולמוס האט געשריבן:דער ערשטער חלק פון דיין ארטיקל איז גראדע אן אינטערעסאנטע פראגע. אבער איך פארשטיי נישט אויף וועלכן יסוד דיין צווייטע שאלה לענט זיך אן. פון וואנעט נעמסטו אז גאט קען נישט טון קיין שלעכטס אויב וויל ער דווקא? אוודאי טוט ער נישט קיין שלעכטס, אבער דאס איז טאקע זיין בחירה.

אויב קען גאט טון שלעכטס קען דאך עס נישט זיין פאר א סיבה ווייל דעמאלטס איז דאך עס גוטס. סאוי למשל א צונאמי אדער ערד-ציטערניש וכדומה קען נישט זיין א שטראף פאר דעם מענטש ווייל א עונש איז פשט אז מ'דארף אפקומען. א עונש אבי איז א מענטשליכע נאטור פון נקמה אדער ניצחון. אויב ער טוט שלעכטס סתם אזוי ווערט ווידער פארלוירן די באדייט פון שכר ועונש, ווייל ווער זאגט אז די עונש וואס איך באקום יעצט אדער גיי באקומען וועט טאקע זיין צוליב מיינע זינד. און די שלעכטע בחירה פונעם מענטשן קען דאך יעצט מילא אויך זיין באמת דעם באשעפער'ס בחירה, נאר אויסגעפירט דורכ'ן מענטש אינדערמיט, ווייל גאט קען דאך יא טאן שלעכטס און ס'מוז/קען קיין סיבה נישט האבן?!

און אז מ'זעט דעם באשעפער טון שלעכטס סתם אזוי ווי אזוי פארלאנגט מען פון מענטשן זאלן זיין אפגעהיטן דערין?

מ'קען נישט זאגן אז ער קען טון געוויסע שלעכטס אן א סיבה אבער ער טוט נישט נאר ווען ס'האט א סיבה (און אז עסענטשעלי גוט דעמאלטס) ווייל דאס מיינט ווייטער אז ער קען קיין שלעכטס נישט טאן. האסטו נאר מחלק געווען אין שלעכטס.

דאס אז דער באשעפער קען נישט שלעכטס טאן, אז ער האט נישט קיין חסרון איז טאקע נישט קיין חסרון, אבער אויב איז ער דער וואס האט באשאפן און אפגעמאכט אז דאס זאל זיין א חסרון און דאס א יתרון איז וואס איז דאס דא? א געים? דו פרעגסט מיך וויאזוי דען? איך ווייס נישט. אבער ווער קען דען זאגן אז ער ווייסט יא? ביידע וועגן פון שפיהלן די געים האבן פלאוס.

דאס אז ס'איז דא א סיבה פארוואס ס'זאל זיך לוינען פאר א מענטש אריינצוגיין אין א גאז קאמער פון צו דארפן אויסגעשטעלט זיין צו אביסל שלעק ווייל אזוי איז די געים היי סטעיקס איז אלץ ווייטער שוין נאך וואס די רולס פון די געים זענען אריין אין קראפט. חוץ מזה אז ס'איז אנדערש ווי ווען די דאקטער הייסט מיך גיין אביסל, אזוי אפצופאלן קאלעריעס, און נאכדעם וועל איך טרעפן דעם געשעפט צו קויפן דעם אייזקרעים. ווייל קיינער זעט נישט דעם געשעפט, און די אינוועסטמענטס זענען שווערער ווי דער ריווארד, איבערהויפט ווען צו טראסטן דעם דאקטער איז נישט תלוי ברצון אדער בהרגשה נאר במחשבה.

נשלח: פרייטאג יאנואר 23, 2015 3:12 pm
דורך טאמבל סאס

קוד: וועל אויס אלע

73% of people don't have the free will to say that they don't have free will. 
13% don't have the free will to say that 73% could have had the free will to say that they didn't have free will.

free will.jpg

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2016 9:24 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:און די עצם חסרון פון נישט קענען בוחר זיין ברע איז קיין חסרון, ווי יאיר איז מרמז מיט'ן שווערן שטיין, נישט האבן א חסרון איז נישט קיין חסרון.

דאס איז די תירוץ הידוע אצלי מזה כמה שנים אויף די טויזנט יעריגע קשיא צו קען גאט באשאפן א שטיין וועלכע ער קען נישט אויפהייבן.

אבער אין ויקי זעה איך די זעלבע תירוץ אין פיהל בעסערע אותיות: די שאלה, אין אנדערע ווערטער, איז: איז גאט קעיפעבעל צו זיין אומקעיפעבעל?

די תירוץ איז אודאי ניין, ממילא איז 'גאט אומקעיפעבעל צו זיין אומקעיפעבעל', ממילא קענסלען זיך די צוויי 'אומקעיפעבעלס' אויס איינע די אנדערע און גאט בלייבט קעיפעבל.

צוויי סארטן בחירה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:38 am
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
בבחינות ׳אין מיעט אחר מיעוט אלא לרבות׳... נו גוט.

אגב האבן מיר געזעין די אויבן דערמאנטע קשיא אין א אנדערע נוסח.:
״קען גאט מאכן א באקסיגע סערקל.....״
(a square circle..?)

ס׳בלייבט נאר איבער צי זאגן: ׳מיט אזעליכע כפירה, ווער דארף נאך אמונה׳...

Re: צוויי סארטן בחירה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 12:59 am
דורך נולד מאוחר
אויב גאט קען נישט טאן שלעכטס, דעמלאט האט ער נישט קיין בחירה חופשית.
יעדע החלטה איז איין צג בעסער ווי די צווייטע , קומוט אויס בוחר זיין די שוואכרע איז רע לגבי די בעסערע.