בלאט 1 פון 13

דארווין

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:25 pm
דורך פליקער
דארווין טעאריע

זיין טיאריע פון אבילוציע, האט געמאכט אזא איבערקעריניש אין די וועלט, אזש אז ער איז געווארן דערקלערט אלס דער גרעסטער חקרן און די וועלט, זיין טיאריע האט זיך צישפרייט ווי ווילד פייער, אבער למעשה וויפיל איך טראכט דערין אריין איז עס דאך גאר לעכערליכער טיאריע, ער האט קשיות אבער זיינע נערישע קאנקלוזשען'ס זענען גאר ערגער ווי זיינע קשיות, ממש עס קומט צי לאכן פאר יעדע גלייך טראכטענדער מאן.

איך וויל נישט איבערקייען דא זיינע חידושים וואס כמעט יעדער דא ווייסט, און דער וואס ווייסט נישט זאל טאקע נישט וויסן, אבער ממש עס איז מיר שווער ווי אזוי חכמים גדולים זענען געפאלן דערפאר, איך האב איין תירוץ פארוואס, ווייל דא קימט א חכם וואס האט איבער געגעיבן זיין שטודיע פון אכצען יאר אין די ווילדערנישן און שרייט אבילוציע, לית דין ולית דיין, אלעס פאסירט דורך די ווילן צי מאכן בעסער די יוניווערס, טיען זיי פארבעסערן די גענעס, היות אז מען ברויך אויגן, האט זיך די גענעס פארבעסערט און באשאפן פון דאן און ווייטער אויגן פאר די קומענדיגע גענעראציעס, ווי נעריש איז אזוי צי זאגן, וויפיל רשעות ליגט און אזא סטעיטמענט קעיגן דער בורא עולם, איך האב געליינט אן א שיעור אפיקוריסישע קליפס וואס זענען מסביר דארווין טיאריע, קיין שום עוועדענץ צים טיאריע איז נישט פארהאן, נאר פאקטן פון מאדנע מינע וועיגן ווי אזוי באשעפענישן אדאפטירן צי געוויסע מצבים וואס זיי האבן זיך געפינען, ווי פיש אין וואסער אדער פייגל אין ימל, אנשטאץ צי זאגן אז זיי זענען באשאפן געווארן גענוי אזוי כדי צי סארווייוון אינעם מצב, מיז מען דאך זיין גאר לייכטזיניג.

למשל צי זאגן אז פיש האבן איוואלווד צי קענען איבערלעיבן אין וואסער, מיז זיין אז זיי האבן זיך ציזאמגענימען, און נאך א דרינגליכע גענע מיטינג, מיישב געוועין אז זיי מיזן האבן פליס פעידערן, אדער זייגן אקסעגען פון וואסער, וויפיל בהמה שטיק ליגט דערין, ווי אזוי האבן זיי געקענט איבער לעיבן די ערשטע פינף הינדערט מיליאן יאר, סארא פערד וועט פארשטיין אז מצב קען טוישן קומענדיגע גענעס, למשל אויב איך גיי אין וואסער און מחליט א החלטה גמירה צי בלייבן דארט וועלכע גענע בלייבט איבער מער ווי פינף מיניט, וויפיל שטותים קענען מיר דערהייבן, וועלכע מאן אויפן כדיר וויל נישט פליען, פארוואס האבן די גענעס נישט קאפירט פארן אדם גענע אז מיר זאלן האבן פליגל, עס איז דאך פשוט אז מיר קענען ניצן פליגל אזוי ווי פייגל, נאר דאס רשעות וואס ליגט אין די כופרים זעיט נישט די דבר פשוט מאוד,

זיי לויפן אין די טיפעניש, טרעפן די קאליר טוישענדע פיש, לעקטערישע פיש, טרעפן פליג עסענדע בלימען, זיכן די גיפט פין ספיידער'ס, זיכן ווי הערליך פינקטלעך און קינטס עס ליגט מביצי כינים עד די מלחמות פון לייבן, בערן וועלף, שלעינג, אלעס וועלן זיי זעין נאר נישט יד השם, נאר עבדא בהפקירא ניחא ליה, דעריבער זעיען זיי נישט דאס אויבערפלעכליכע, דאס פשוטע, און נעמען ענדערש אן דאס לעכירליכסטע, פאר די אמת, דאס וואס עס קען נישט זיין פאר פשוט.

אבער מיר וואס ווייסן יא פון יד השם, זענען מיר זיך מחיה פון זייערע שווערע הארעוואניע צי לייקענען אין מציאות הבורא ברוך הוא וברוך שמו, מיר וועלן אויסריפן מה רבו מעשיך השם, און דאנקען דעים בורא ווי אזוי ער האט פאר יעדען ציגעפאט זיינע מעטאדן צי לעיבן אין די טיפסטע פלעצער פינעם אפגרינד, וואס אפילו זיי קענען נישט פארשטיין הלמאי דאס ווערעמעל ווערט נישט צידריקט פינעם אימגעהוירן דריק פון וואסער, אבער חלילה איבערטראכטן זייער נערישקייט, עס וועט דאך דאן נאגן די שאלה מה חובתי בעולמי, איז ענדערש צי בלייבן ביי תיקי.

און מיינע אויגן איז נאר חכמה וואס טוישט דעים אויפירינג פון א אדם, חכמה טוישט נישט קיין גענע'ס, חכמה טוישט נישט די בריאה, חכמה איז נאר פאר מענטשן, נישט פאר קיין בל חי, לדוגמה א מאן וואס געפינט אויס א חכמה ווי לעקטער, אדער די חכמה פון עראדינעמיקס, אדער פארמעקאלעדשי, איז פון דאן און ווייטער א נייע בריאה פאר דער מאן ספישי, ווייל ער בויט א עראפארט און בויט פליגער'ס און גייט מסוף עולם ועד סופו, לעיבט איבער א סטרעפט, טראץ וואס מיליאנען זענען געשטארבן, אבער חכמה האט געזיגט בס"ד, זיינע קימענדיגע גענעראציע'ס פליען שוין נאטראל אפילו אן וויסן גענוי ווי אזוי עס ארבייט, ער ברויך נאר אנצינדן די סוויטש און עס צינט אן א באלב, ער רעדט אויף א סעלפאן וכדומה, ווייל ער האט איוואלווד, א דאגי אדער א קי עסט ווייטער זיין שטרוי נישט קיין חיליק צי מיר האבן שוין היינט רעסטעראנטען, ער איוואלווד גארנישט, ער איז דער זעבער קי, וואס מיר האבן מקריב געוועין אויפן מזבח צוויי טויזענט יאר ציריק, אינז זענען אבער נישט די זעלבע, אינז זענען אנדער מיני בריאים, אבער אינזערע גענע'ס זענען נאך אלס די זעלבע, למשל אויב טרעפן מיר מענטשן אינעם עמעזאן דזשאנגל וואס איז דארט פארוואגעלט געווארן ביים דור הפלגה, זיי האבן נישט אויסגעפינען גארנישט איבער דברי חכמה, זיי זענען שטיין געבליבן ביי פייל אין בויגן, הגם זיי גיבן זיך פיין א עצה, אבער ווי איז די גענע מיטינג'ס, אלזא צי זאגן אז אלע פיש אינעם ים הגדול האבן מחליט געוועין אז זיי מיזן האבן א געוויסע נאטור, איז נישט מאנסגעיבענד, און דערפאר רשעות'דיג הפקר'דיג, און דעריבער כאפט מען זיך צי דערצי ווי צי געבראטענס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 6:26 pm
דורך יאיר
ווי אזוי ליינט מען קליפס?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:03 pm
דורך געפילטע פיש
דו מאכסט דיך, יא?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
@יאיר, פון וויפיל איך לייען פון אייך זענט איר א שטארקע חסיד פון עוואלוציע עפ"י תורה, אפשר קענט איר מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס מאכט אייך נייטן דערצו מער ווי צו די טראדיציאנאלע פשט אין בראשית ברא?
אויב איר האט דאס שוין אמאל מסביר געווען ביטע שטעלט א לינק, ייש"כ.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:08 am
דורך אחד העם
דא איז עס שוין ברייט אויסגעשמועסט געווארן קלאר, קוק עס דורך גרונטליך.
איך האב שוין דערמאנט ערגעץ אנדערש, אז מורינו רבי גדליה נדל האט אויך געהאלטען אז מיסודי האמונה דארף מען האלטען אז אלעס וואס עס ווערט אנדעקט דורך סייענטיסטען און פארשער, איז אמת בנוגע בריאת העולם, און אז מען גלייבט נישט אזוי גלייבסטו נישט ריכטיג, און דעם אויבען דערמאנטען אשכול האט איינער שיין מבאר געווען די רמב"ם/נדל שיטה.
מדארף קלאר מאכען ווי איך פארשטיי איז פליקערס נקודה געווען בעיקר אויף בורא חלק און נישט אויף דרך התפתחות הבריאה, וואס אויף צווייט דערמאנטע זעה איך נישט קיין בעיה צו אמונה, און עס איז נישט פארהאנען.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:33 am
דורך [NAMELESS]
ייש"כ כ'וועל עס באלד דורכלייענען.
וואו פונקטליך שרייבט דאס ר' גדליה? אין וועלעכער אני מאמין איז דאס נכלל? לויט מיין זכרון האט ר' גדליה בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה דאס נישט אנצונעמען. אבער פון דעם ביז יסוד האמונה איז דער וועג א ווייטער, ווי אויך האב איך ערענסטע ספיקות לפי"ז ווייל די יסודות האמונה טוישן זיך יעדע שטיק צייט מיט יעדע נייע אנטפלעקונג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 2:37 am
דורך אחד העם
ריכטיג האט געשריבן:ייש"כ כ'וועל עס באלד דורכלייענען.
וואו פונקטליך שרייבט דאס ר' גדליה? אין וועלעכער אני מאמין איז דאס נכלל? לויט מיין זכרון האט ר' גדליה בלויז געזאגט אז ס'איז נישטא קיין סיבה דאס נישט אנצונעמען. אבער פון דעם ביז יסוד האמונה איז דער וועג א ווייטער, ווי אויך האב איך ערענסטע ספיקות לפי"ז ווייל די יסודות האמונה טוישן זיך יעדע שטיק צייט מיט יעדע נייע אנטפלעקונג.

נאך דיין לעצטען אויספיר, קוקט אויס אז די האסט נישט געזעהן רבי גדליהס ווערטער, ווייל ער האט אויף דעם פראגע פון נייע ערפונדונגען לאנגס און א ברייטס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:12 am
דורך [NAMELESS]
איך האב עס יא געזעהן שוין א לאנג צייט צוריק, איך געדענק נישט אלעס אבער איך האב נאך דעם ספר, זאג מיר בלויז וואו נאכצוקוקן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:31 am
דורך [NAMELESS]
איך זעה בלויז א שטארקע ארגומענט אבער נישט קיין יסוד אין אמונה:

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:20 am
דורך אחד העם
פאר ביסט דיך אזוי מתמקד אויף מיינע ווערטער זיי דיך אויף דיינע, די קשיא פון ערפונדונגען האסטו שוין געלעזט, כוועל דיר דערנאך ערקלערן פאר וואס עס איז א יסוד און אמונה

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:41 am
דורך [NAMELESS]
אנטשולדיגט מיר איך פארשטיי נישט.
איך האב בסך הכל געפרעגט אז אויב גלייבן אין סייענטיסטישע ערפינדונגען בנוגע בריאת העולם איז א "יסוד אין אמונה" קומט אויס אז די יסודות האמונה האבן זיך געטוישט פון די צייט פון דארווין ביז די נעא-דארוויניסטן, וואס מאכט אויסקוקן אז יסודות האמונה איז עפעס א בויגזאמע זאך וואס טוישט זיך יעדע פאר יאר. דאס איז מיין צווייטע נקודה אויבן, וואס איך זעה נאכנישט וויאזוי דאס איז געלעזט.
מיין ערשטע געבעהט איז געווען זאלסט מיר גיבן דעם רעפערענס צו דברי ר' גדליה, און איך ווארט נאך דערויף.
און אינאיינוועגס אין וועלעכע פון מיינע אייגענע ווערטער ברויך איך זיך מתמקד זיין?

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:58 pm
דורך יאיר
ריכטיג האט געשריבן:@יאיר, פון וויפיל איך לייען פון אייך זענט איר א שטארקע חסיד פון עוואלוציע עפ"י תורה, אפשר קענט איר מיר איינמאל פאר אלעמאל מסביר זיין וואס מאכט אייך נייטן דערצו מער ווי צו די טראדיציאנאלע פשט אין בראשית ברא?
אויב איר האט דאס שוין אמאל מסביר געווען ביטע שטעלט א לינק, ייש"כ.

איז דיין שאלה פארוואס איך וויל נישט אננעמען פרשת בראשית כפשוטו אדער פארוואס איך בעפארציג עוואלוציע איבער קרעציאניזם?

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:12 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס איר לערנט נישט בראשית אזויווי אין אלע דורות. (איך זעה נישט אזוי שטארק די נפק"מ ציווישן די צוויי צדדים וואס דו פרעגסט מיר איבער, בכל אופן דאס מיין איך )

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:53 pm
דורך יאיר
איך ווייס נישט וואס דאס מיינט "אזוי ווי אין אלע דורות", עס זענען דא אלע סארטן פשטים אויף די מעשה בראשית ע"פ נגלה ונסתר. אויב דו מיינסט דער חומש טייטש וואס מען לערנט אין חדר, איז דער תירוץ, ווייל עס שטימט נישט מיט די א"ב פון סייענס. (לדוגמא: עס איז נישטא קיין רקיע און קיין מים מעל לרקיע), פאר מער זע אין דעם אשכול וואס אחד העם האט שוין צוגעצייכנט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:29 pm
דורך פליקער
@יאיר פון ווי ווייסטו אזוי גיט, די קלערסט אז דו ווייסט שוין אלעס, סייענס האט שוין אלעס געפינען, זיי האבן שוין פארשפארט זייערע פארש צענטערן, גלייב מיר זיי האבן נאך נישט בארירט אפס קצהו פון די חכמה פון די בריאה, זיי האבן נאך נישט געפארטיגט מיטן אלף און דו פארשטייסט שוין פשט און מים מעל, ווען די ווייסט נישט מים מתחת

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:50 pm
דורך יאיר
איידער דו לערנסט זיך סייענס, נעם עטליכע קורסן אין ספעלינג, גראמאטיק, און יא, Punctuation.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:13 pm
דורך סודני
פליקער , איר דארפט זאגן וואס פונקטליך איר מיינט , איר האלט די חוקרים זענען שקרנים? זיי טיען מאכן מסקנות וואס איז נישט ריכטיג.
זיי גייען מיט טעריא צי ווייט , וועלעכע חלק זענט איר מחולק מיט די גאנצע רעיון, אפילו מיט דעים אויך
למשל לאמיר אנכאפן איינע פון די דוגמאות וואס די חוקרים זאגן , אז זיי טרעפן ביינער פון אסאך באשעפענישן אין ווי עלטער די געביין איז זעעט מען עס מיט א שינו , איז דאך זייער נארמאל צי זאגן אז ווי שפעטער איז מיט זמן די צורה אביסל נשתנה גיווארן . יעצט אמת
אז די חוקרים ניצן עס פאר כפירה וואס דעם חלק איז נישט מוכרח
אבער די עצם רעיון דארפט איר אביסל מער מסביר זיין מיט וואס זיי זענען נישט גירעכט אדרבה לאז אונז הערן,

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:26 pm
דורך פליקער
איך דינג זיך נישט אז מען טרעפט ביינער, איך דיך זיך מיט זייער מסקנה אז עס איז פינף און זעכציג מיליאן פינף הינדערט יאר איך וויל וויסן צי זיי קענען נישט האבן דארט עפעס א טעות מיט עטליכע הינדערט יאר, או אנדער מאל מאל מער מאריך זיין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 6:13 pm
דורך סודני
פליקער . איר דינגט זיך מיט דעטינג מעטאדן וואס מ׳נוצט למשל קארבן 14 וואס האלט איר פארוואס איז עס נישט ריכטיג , ?
איז אייער פראבלעם וויל זיי זאגן אז די וועלט איז עלטער ווי 6 טויזענט יאר ?
וואס דאס האט נישט אייגענטליך מיט עוואלוציע , צוטאן

נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 10:07 pm
דורך געפילטע פיש
וויאזוי קען זיך איינער דינגען מיט עפעס וואס ער הויבט נישט אן צו פארשטיין?


קודם זאגט מיר פארוואס גלייבן אז אונזער וועלט איז פיר אהאלב ביליאן יאר אלט איז כפירה, כפירה אין וואס?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:39 am
דורך משולם שטיינפעלד
כפירה אין חז"ל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 10:03 am
דורך הוגה
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:כפירה אין חז"ל


חכמה בגוים תאמין. (מדרש איכה רבה פרשה ב סימן יג)


.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:49 am
דורך געפילטע פיש
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:כפירה אין חז"ל

דו ביזט אויך כופר אין חז"ל אויב גלייבסטו נישט לדוגמא אז די זון גייט אריין אין הימלישע פענסטער ביים שקיעה.