הלכה למעשה: וואס טוט מען מיט צוקונפטיגע חינוך?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

הלכה למעשה: וואס טוט מען מיט צוקונפטיגע חינוך?

שליחה דורך שמעקעדיג »

נאכן זיך אנהערן נאן-סטאפ כל דבר אסור אויף דעם היינטיגן חינוך שטייגער, די שטיינערנע הערצער פון די רבנים, די שלעכטקייט פון די ראשי ישבות און משגיחים, אומריכטיגע חינוך מעטאדן פאר אונזערע קינדער וועלכע זענען גורם אז מען זאל פאר יעדע קלייניגקייט אוועקפאלן פון דרך רח"ל ווייל די אמונה הענגט אויף א האר, נישטא קיין אהבת ה', קיין יראת שמים, קיין ערנסטקייט, קיין ריכטיגע השקפה, און נאך און נאך..... אחרי ככלות הכל ווערן מיר נישט געהאלפן, בלויז קלאגן ברענגט נישט קיין תכלית, מיר מוזן עפעס טון הלכה למעשה, און מיר אליין זאלן אנהויבן אריינגעבן אין די קינדער וואס מיר ווילן זיי זאלן האבן אין זיך.

עס איז נישט גרינג, בעיקר צוליב די מצב הפרנסה ווי שוין אויסגעשמועסט, עס נעמט אוועק דעם קאפ און מח פון די חינוך הבנים והבנות, דער טאטע איז אנגעצויגן פול מיט סטרעס, קוים וואס ער אליין האלט דערביי, וויפיל אמונה האבן מיר דען אליינס, וויפיל דביקות בה'? עס איז פיל גרינגער צו זיצן און קלאגן און בלעימען די גאנצע וועלט עד אשר יצא מאפכם... אבער מיר מוזן מאכן א סך הכל, פון האקן און קלאגן גייען אונזערע קינדער נישט ווערן בעסער און געזונטער, מיר מוזן אינוועסטירן כוחות, אפגעזעהן ווי שווער עס איז. קיינער זאגט נישט אז חינוך קומט אן גרינג, מען מוז ארבעטן דערויף, די אינוועסטמענט וועט זיך אי"ה אויסצאלן. עס האבן זיך געענדיגט די צייטן ווען מען שטעלט ארויף די קינדער אויפן באס ביי די 3 יאר, און מען פיקט זיי אויף בעפאר די חופה אויסגעמענטשלט און אנגעזאפט מיט תורה והשקפה און יראת שמים. מיר מוזן נעמען די זאך אין די האנט אריין, און נישט גיין אינעם נעץ וויינענדיג ווי דער ביבער.

איך וויל דא ארויפברענגען געדאנקען ווי אזוי מען קען דאס אימפלעמענטן. טייל ישיבות טוען השתדלות דערצו, ווצב"ש ארויסנעמען בחורים צו א געשמאקער שבת התוועדות, אדער טריפס למקומות הקדושים אין אמעריקע אדער אייראפע, וכדומה. אבער מיר מוזן טון פיל מער פון דעם, און אנהייבן פיל פריער ווי די טינעידזש יארן. דער חובת התלמידים ברענגט ארויס אז אין די היינטיגע דורות דארפן די קינדער אויפוואקסן אין א ערליכע געשמאקע אטמאספערע פון יונגווייז אן, ביי די בחור'ישע יארן קען שוין זיין צו שפעט.

דאס איז זיכער די א"ב, צו ארויסווייזן אפענע ליבשאפט צו די קינדער און האבן פאזיטיווע אינטערעקשאן מיט זיי. ליידער איז דער מציאות נישט אזוי ביי אסאך שטיבער, ווילאנג דאס קינד פירט זיך ריכטיג און טוט וואס ער/זי דארף איז דאך גוט, מען גיט נישט קיין באמערקונג, נאר טאמער טוט ער עפעס שלא כרגיל דאן מוסר'ט מען, קומט אויס אז ס'רוב אינטערעקשאן און שייכות וואס מען האט מיטן קינד איז נעגאטיוו. דאס איז א רעסעפי פאר נישט גוטע רעזולטאטן. מען מוז זוכן מיט ליכט גוטע נקודות און אויסלויבן דעם קינד. ווי אויך שמועסן מיט די קינדער, לפי מדריגתם, אויסהערן זייערע 'שטותים' און טרעפן געדולד פאר זיי. קינדער זאלן וויסן אז דער טאטע/מאמע זענען שטענדיג אוועילעבל פאר זיי און האבן געדולד צו זייערע פראבלעמען, און פארשטייען זייער וועלט. דאס איז א שטארקע הילף אז זיי זאלן זיך נישט שפעטער אין לעבן זוכן נייע גליקן, בורות נשברים, נאר פארבלייבן אין די ליבע משפחה.

אבער מען דארף מער פון דעם. קינדער מוזן הערן מעשיות און ענינים פון גדלות ה' און גרויסקייט פון צדיקים עובדי ה', מען קען רעדן נפלאות הבריאה וואס ברענגט אריין אין א מענטש אהבת ה' און רעספעקט פארן מעכטיגן גאט (וכמש"כ כוכב באשכול זה בשם החזון איש), מען דארף רעדן פון אמונה, האמנתי כי אדבר, און ארויסברענגען אז כאטש היינט איז פאראן אזא הסתרת פנים, איז דאס נישט באמת אזוי נאר א אויגן פארבלענדעניש, נאר דער רבש"ע איז באמת מציץ מן החרכים, ער זעהט אלעס און ווייסט אלעס, און ווארט אויף יעדע מצוה און יעדע תפלה פון א איד, עס האט ביי אים א געוואלדיגע חשיבות, אדרבה, הערשט היינט וואס די וועלט איז אזוי נידריג, קוים געבליבן א קומץ קטן ערליכע אידן, אין אזא געוואלדיגע שפלות, איז יעדע קלייניגקייט ווערד א הון רב, יעדע טראפ אמונה אין דעם חשכות איז א אומשאצבארע אוצר.

עס איז כדאי פארצולערנען געוויסע ספרים אדער סיפורים ביים טיש. עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן איידיעס פון די חברים דא. וועלכע בוכער איז גוט פאר די קינדער צו ליינען? און וועלכע נאך עצות קענט איר געבן אריינצובאקן אין זיי איידלקייט, אמונה, יראת שמים, אהבת ה', און מדות טובות????
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א שיעור אין ספר התניא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

שבת התוועדות איז נישט עפעס וואס קען אנגערופען ווערן א סטעפ און די רייט דיירעקשאן, ס'איז בסך הכל אזויווי איינער נעמט א טיילענאל אפצושטילן קאפ שמערצען. א בחור זיצט אין ישיבה צעקלאפט און צימישט פול מיט קשיות און אן קיין ריכטיגע ציל און לעבן, נעמט מען אים אוועק פאר א שבת ער זאל אביסול פארגעסן פון די צרות.

וואס דארף געטון ווערן, איז אזויווי שמעקי שרייבט: זאגן א גוט ווארט פאר א קינד, ארויסהייבן זיינע מעלות און געבן אינקארידשמענט צו שטייגן ברוחניות ובגשמיות.
פארדריי די דיר דיין קאפ
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

#נייע אשכולות קנעפל אלערט
[tag]באריסטא[/tag]
דעם אשכול האט קיינער באמערקט, ווארום סאיז נישטא קיין נייע אשכולות קנעפל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ונבנתה העיר האט געשריבן:א שיעור אין ספר התניא.

א שווערע עצה, וואס לאו כל מוחא סביל דא.
אבער אפשר קענסטו עלאבערירן, פארוואס מיינסטו אז דער קורץ-און-שארפער מיטל איז א EZ-FIX פאר אלע פראבלעמען?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רבותי, וועקט אייך אויף פון שלאף! וואס איז דאס מיט ענק?
צום קלאגן און בלעימען איז יעדער א שותף, יעדער איז דא און לייגט צו אויל אויפן פייער... אבער ווען מען וויל עפעס מתקן זיין למעשה בלייבט מען כקול קורא במדבר, און דער עולם ווערט אנטרינען אין די מייזן לעכער!

ארויס פון אייער קאמפאורט זאון רבותי, מיר מוזן נעמען עקשאן תיכף ומיד!! ויפה שעה אחת קודם!!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

דאס איז זיכער די א"ב, צו ארויסווייזן אפענע ליבשאפט צו די קינדער און האבן פאזיטיווע אינטערעקשאן מיט זיי. ליידער איז דער מציאות נישט אזוי ביי אסאך שטיבער, ווילאנג דאס קינד פירט זיך ריכטיג און טוט וואס ער/זי דארף איז דאך גוט, מען גיט נישט קיין באמערקונג, נאר טאמער טוט ער עפעס שלא כרגיל דאן מוסר'ט מען, קומט אויס אז ס'רוב אינטערעקשאן און שייכות וואס מען האט מיטן קינד איז נעגאטיוו. דאס איז א רעסעפי פאר נישט גוטע רעזולטאטן


איך ווייס נישט צי מיין תגובה קומט אריין דא, אבער אז מ'רעדט זיך אפ אז קיינער רעאגירט נישט וועל איך בלית ברירה ארויסקומען פון מיין מויז-לאך.

איז ר' שמעקעדיג -- א דאנק פארן ארויפברענגען דעם טאפיק. !Great minds think alike.

פונקט די שבת האב איך געהאט א ווייטאגליכער שמועס מיט מיינס א באקאנטער וואס האט אביסל שוועריקייטן מיט זיין זון. יענער איז גראדע אן אמת'ער וואוילער מענטש אבער ווייזט פשוט נישט ארויס קיין טראפקעלע אפענע ליבשאפט פאר זיינע קינדער. ער איז גראדע אן איבערגעגעבענער מענטש וואס צערייסט זיך פאר זיינע קינדער ממש עד כדי כלות, אבער זייענדיג א פרומער און א נאיאיווער תמימות'דיגער איד כאפט ער פשוט נישט אז מען דארף אמאל געבן א קיש פאר קינד און זאגן איי לאוו יו.

וויפיל מען פרובירט אים מסביר זיין אז ס'איז נישט גענוג צו זאגן פארן קינד נאר נאכן כאפן פסקים און פעטש אז "בעצם האב איך דיר ליב" און "קיינער האט דיך נישט אזוי ליב ווי דיין טאטע" קען דער איד עס פור סאם ריזן נישט דערהערן. איך האב אים פרובירט צו פארשטיין געבן אויף אלע מיני אופנים אז אביסל לאוו, א גוט ווארט, עפעס עפעס — וועט ווייעך מאכן זיין קינד צו הערן מוסר אביו, אבער צום באדויערונג איז ער נאר געווארן באליידיגט אויף מיר זאגענדיג אז איך ווייס גארנישט ווי שטארק ער האט ליב זיינע קינדער און ווי ער רייסט שטיקער פון זיך צו מאכן זיכער זיינע קינדער האבן מכל טוב וטוב.

מיין הארץ גייט אויס פאר אים. שטייט א אינגערמאן, אן אמת'ער וואוילער געטרייער טאטע און מוטשעט זיך מיט זיין זון און כאפט נעבעך נישט אז בלא יודעין איז ער דער וואס לאזט נישט דער קינד שטייגן! איז שייך עפעס צו טון מיט אזא איינעם? מען רעדט נישט פון א יונגערמאנטשיק אין די צוואנציגער יארן, נאר אן עלטערע אינגערמאן מיט א גרויסע שטוב. איז נאך שייך עפעס צו מאכן פון אים?

אויב די תגובה באלאנגט ערגעץ אנדערש, ביטע אהינפירן.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אריינהאקן ספרים, מיט געשמאקע סיפורי צדיקים איז איבערגעחזרט די זעלבע טעות וואס די עסטעבלישמענט מאכט, אונזערע בחורים דארפן אביסל פרייהייט, א געפיל פון נישט זיין דערשטיקט, א טאטע מאמע וואס זאלן אים אננעמען וויאזוי ער איז, זיי זאלן זיך פרייען אויך מיט זיינע גשמיות'דיגע הצלחות אפילו דאס וועט זיי נישט ברענגען קיין כבוד אין בית המדרש.
אויף מיין אחריות איין פאמיליע סאקער געים, אדער א שאך שפיל פון א טאטע און א זון וועלן אויפטוען מער ווי הונדערט ווארימע שבת טישן, אונזערע בחורים פעלט נישט קיין ווארימקייט, זיי זענען אין א אינפלאציע פון ווארימקייט און חסידות, זיי דארפן אביסל לופט צו אטעמען, און אביסל אנקאנדישענעל ליבשאפט.
פארשפארט