בלאט 1 פון 2

שיר - ש'למה י'הודא ר'עכניץ

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:47 pm
דורך שעפטל
אל הנער הזה התפללתי.... דאס איז געווען א ניגון וואס האט זיך גאנץ שיין ארומגעדרייט איבעראל... ווי אסאך ווייסן איז דער קאמפאזער דער אלעמען באקאנטער פילאנטראפ ר' שלמה יודא רעכניץ פון לאס אנדזשעלעס

יעצט האט הרב רעכניץ ארויסגעגעבן א דאפעלטע סידי מיט 18 ניגונים, געזינגן ביי די באקאנסטע זינגערס פון איבעראל. די קווייער אויפן אלבום זענען זיינע ליבלינגס "די שירה קווייער".
rechnitz_shir_cd_front.jpg


1. ימלא פי - לוי פאלקאוויטש
2. ותערב- מרדכי בן דוד ווערדיגער מיט מוטי שטיינמעץ
3. מנגן - שלוימי דסקל
4. אל הנער - לוי פאלקאוויטש, מוטי שטיינמעץ און משה מענדלאוויטש
5. הנה - בעני פרידמאן
6. כי בשמחה - איציק דדיה און עוזיה צדוק
7. עץ חיים - מוטי שטיינמעץ
8. רחם - אברהם פריד
9. לא ישא גוי - ליפא שמעלצער
10. שומר ישראל - עוזיה צדוק
11. אלוקי - יואלי גרינפעלד
12. יהי רצון - שלמה יהודא רעכניץ און מרדכי בן דוד ווערדיגער
13. וראה בנים - משה מענדלאוויטש
14. בשם השם - מאטי שטיינמעץ
15. יברכך - קינדערלאך
16. צאינה וראינה - משה מענדלאוויטש
17. ובחונוני - אוהד מושקוביץ
18. מי אדיר - איציק דדיה

נאדער א פריוויו
http://www.mostlymusic.com/shir.html

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:44 pm
דורך שעפטל
יא.
ער האט שוין געמאכט א היפשע פאר שיינע ניגונים, ווי שלום עליכם אויף מב"ד'ס כיסופים, און נאך.

אזוי גייט עס... מ'האט געלט, מ'קען לערנען און מ'קאמפאוזט... אפשר פארקערט...???

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:00 pm
דורך פליקער
איך גיי גאגא פארנעם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:47 am
דורך פליקער
ב"ה היינט ארויס לאור העולפ מען קען שוין קויפן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 8:31 am
דורך Big Boy
I don’t like the song that they gave for Ohad Moskowitz to sing. The sound doesn’t take advantage of the full power of his voice. There’s no high tone in this song.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:16 am
דורך פליקער
פון מיין קיק ווינקעל

די קאמפאזישן'ס, זענען שיין פאר זיך, ס'טייטש עס איז דא פילע חידושים און געוויסע פעלער פון געוויסע ניגונים, למשל נעם א ניגון ווי ותערב לפניך, די ניגון איז ציטיילט און דריי פעלער, יעדע פאר זיך איז שיין, אבער עס ברויך ווערן ציזאם גענימען, אדער א ניגון ווי עץ חיים הוא למחזיקים, מיטן הויכן פאל דרכיה דרכי נועם, ביידע שיין אבער עס ווערט נישט גיט ציזאמענגענימען.

די פראבלעים מיטן טעיפ איז לכאורה אז עס איז געקארגט געווארן אדער ביי די ערעינדשמענט אדער ביים מיקסן, אפילו למשל פשוטע זאכן ווי קאטן א אטעם, קען זיין מען האט זיך געפערליך געיאגט, עס איז זייער נישט פראפעסיאנאל צי הערן די אטעם צווישן איינ זינג און צווייטען, גריידע עטליכע ניגונים זענען יא מסודר, אבער אסאך ניגונים קיקן פשוט אויס ווי מען וואלט עס געזינגען ביי חתונה, מען האט פשוט ארויסגעקאט די קלאטשען, למשל כי בשמחה תצאו האאאאאא (טיפע אטעם) ובשלום ... און נאך ניגונים מיט די פראבלעים.

לא ישא גוי ליפא, גאנץ פיין חוץ צים סוף אביסל ווי זיין ליפא קריכט ארויס.

בעני'ס ניגון הנה, זייער שיין אבער פיט נישט זיין ציווילדעוועטן קאראקאט, א שטייגער ווי יוסלע זאל זינגען ותן בנו.

אבער אווער אלל איז עס א הערליכער קאסעט, ווערט יעדע פעני.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:33 pm
דורך לאליפאפ
דעי חלק ווי מ'הערט יעדן אטעם פון איציק דדיה איז בכוונה אזוי און ס'איז א סטייל פון זינגען, גראדע האט עס זייער גוטע מיקס און עמעיזינג ארעינדזשמענטס.

(דערמאנטסט מיר פון איינער וואס האט מיר געזאגט אז דער מיקסער ביי beats האט פארגעסן ארויסצושניידן ווי דער קאנדאקטאר שרייט Two Three Four...)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
סאמטיג ספעשיל. יואלי דיקמאן האט נישט מורא צו שפילן מיט די קול פון מרדכי און אנדערע. ער האט זיי געמאכט טוען זאכן וואס כ'האב זיי נאך קיינמאל נישט געהערט טוען. ער קאנטראלירט זיי ווי א אינסטרעמענט בידו. געוואלדיג!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:53 pm
דורך מנחם
מוזיק איז גאנץ פיין, אבער מיט די קאלעקציע פון נגינום בין איך היבש אנטוישט.
שוין געהערט אזאנס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 10:59 pm
דורך ברעט מענינג
מען קען עס האבן אויף איי טונס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 12:02 am
דורך שת.אדמזאהן
פיינעלי א סידי וואס מ'קען קאפיען אן חושש זיין אז מ'מאכט דעם ארויסגעבער ארים רח"ל.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:47 am
דורך לאליפאפ
מנחם האט געשריבן:מוזיק איז גאנץ פיין, אבער מיט די קאלעקציע פון נגינום בין איך היבש אנטוישט.
שוין געהערט אזאנס.

טאקע? געב ארויס דיינע אוצרות לאור עולם, ווייל איך האב נאך אזא קאלעקשן מיט אזעלכע מיוזיק נישט געהערט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:41 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער האט געשריבן:א שטייגער ווי יוסלע זאל זינגען ותן בנו

:lol:

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 6:32 pm
דורך לאליפאפ
פליקער האט געשריבן:א שטייגער ווי יוסלע זאל זינגען ותן בנו

אויף דעם ניגון אליינס האסטו אפשר א פוינט, אבער גראדע זענען רוב ניגונים שטארק געפאסט פאר זייערע זינגערס, א שטייגער ווי:

לא ישא גוי - ליפא
ובחנני - אוהד
אלוקי - יואלי גרינפעלד
יברכך - קינדערלאך

און אויך רוב אנדערע

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:46 pm
דורך מצטמק ויפה
צוזאמשטעלן ניגונים פאר'ן ריכטיגען קאנדידאט איז א פאך פאר זיך, און דא האבן זיי געטוען א הערליכע דזשאב. ממש איינס ביי איינס איז ווי צוגעקלעבט מיטן זינגער, נעם א משל יהי רצן מלפניך, וואו מרדכי נעמט איבער שלמה יודא דאס איז דאך ממש מרדכי'ס א ניגון. איך האב גראדע א פילינג אז ער האט קאומפויזט די הויכע פאל.
גראדע חוץ די ניגון וראה בנים לבניך, וואס איך האלט א צווייטער וואלט עס בעסער אראפגעלייגט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:55 pm
דורך פליקער
איך בין אביסל סארפרייזט אויף רעכניץ טראץ וואס איך האב שוין איבערגעהערט די טעיפ הינדערט מאל, פארוואס גייט ער נישט אויף א דייעט, זאל ער מאכן א באנד אדער א סליוו, עפעס אבער פארליר אפאר פינט פאר א קאז.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:06 pm
דורך לאליפאפ
פליקער האט געשריבן:איך בין אביסל סארפרייזט אויף רעכניץ טראץ וואס איך האב שוין איבערגעהערט די טעיפ הינדערט מאל, פארוואס גייט ער נישט אויף א דייעט, זאל ער מאכן א באנד אדער א סליוו, עפעס אבער פארליר אפאר פינט פאר א קאז.

זעהט אויס ער וויל נישט פארלירן די ענליכקייט...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 9:55 am
דורך טעפל
פליקער האט געשריבן:איך בין אביסל סארפרייזט אויף רעכניץ טראץ וואס איך האב שוין איבערגעהערט די טעיפ הינדערט מאל, פארוואס גייט ער נישט אויף א דייעט, זאל ער מאכן א באנד אדער א סליוו, עפעס אבער פארליר אפאר פינט פאר א קאז.

ער האט מורא ער וועט פארלירען אלעס, און ווערען אויס גביר, אויס תלמיד חכם, אויס קאמפויזער, אויס שדכן, וכו' וגו'..

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 2:04 am
דורך קאווע טרינקער
לעצטענס געקויפט א נייע סידי פון מזמרים, כ'האב אזוי געבראכן אז כ'האב געמוזט קויפן עפעס נייע, איך קען אייך זאגן אז שי"ר איז beautiful.
איך פלאן צו זינגען "ותערב" במשך סעודת החג הבא עלינו לטובה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:44 am
דורך Big Boy
For younger kids mezamrim CD might be more interesting I think

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:41 am
דורך פידלער
נייע אינישעטיוו פון רעכניץ. ער געט $10,000 פאר א שדכן וואס פירט אויס א שידוך פאר אן "עלטערע" מיידל.

http://collive.com/show_news.rtx?id=331 ... r-shidduch

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 8:56 am
דורך לית דין בר נש
פארוואס דארף מען זיך רעגיסטירן פאר די קאפעל הייבט אהן דעיטן?
ער גייט האבן אפאר מיליאן אפליקעשין'ס ווייל יעדע וואס חלומט א שידוך גייט זיך רעגאסטירן.
איז נישט מער נארמאל אז איינמאל די קאפעל גייט לאמיר זאגן צום דריטן דעיט דארף מען זיך רעגעסטירן?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 11:02 pm
דורך בן בג בג
ווייסט איינער צו די אלבום איז אויף גוגל פלעי? איך זיך עס שוין א לאנגע צייט.