בלאט 1 פון 2

Robin Williams dead

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:16 pm
דורך ידען
זייער שלעכטע נייעס קומט אהן אז די זיסע עקטער ראבין וויליעמס האט מען געטראפען טויט און סיז מעגלעך אז ער האט זיך גענימען די לעבען.

פאר מיך איז עס א פערסענעל אבידה ווייל כאב איהם זייער ליעב געהאט.

http://www.foxnews.com/entertainment/20 ... cials-say/

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:34 pm
דורך קאווע טרינקער
פון די "אונטערן" חבריא?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:34 pm
דורך קאווע קריטיק
אוי, מי ייתן תמרתו.
אן אשכול אין זיין אנדענק און איבער זיין ווערק איז אין די מאכונג.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:51 pm
דורך בשבילי!
Goes to show again that money and fame can not buy you happiness

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:56 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:פון די "אונטערן" חבריא?

:lol:
איינס פון די ערשטע פילמס וואס כ'האב געוואטשט איז געווען Mrs. Doubtfire ווי וויליאמס האט געהאט די ליעד ראול. די פילם אליינס איז נישט עפעס ווייסעך וואס, אבער וויליאמס' עקט איז להפליא. שפעטער האב איך אים נאכאמאל אנגעטראפן אין Nine Months. ווידער א מעשה וועלכע כ'האב נישט עקסטער געגליכן, אבער וויליאמס איז די בעסטע עקטאר אויפן פילם.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:59 pm
דורך פיינע קאווע
והחי יתן אל לבו. מען קען האבן געלט. פארהייראט מיט א משפחה. געמאכט עפרי זהב פון פרייליך מאכען א האלבע וועלט. כבוד מלאכים אויף טריט און שריט.
אן תורה איז נישט דא קיין סיפוק.
ער איז געווען דעפרעסט! קען איינער מסביר זיין פארוואס אין דער וועלט ער איז געווען דעפרעסט? ער איז נאך א קייט אין די רינגעלע פון אקטיארן וואס נעמען זיך דאס לעבן מרוב שוואוילטאג
וועלמיר בעז"ה זאגן דעם שלא עשני גוי מיר מער כוונה מארגן.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:04 am
דורך zurich
ער עקט און
Night at the museum
אלטץ פרעזידענט ראזעוועלט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:35 am
דורך נולד מאוחר
פיינע קאווע האט געשריבן:והחי יתן אל לבו. מען קען האבן געלט. פארהייראט מיט א משפחה. געמאכט עפרי זהב פון פרייליך מאכען א האלבע וועלט. כבוד מלאכים אויף טריט און שריט.
אן תורה איז נישט דא קיין סיפוק.
ער איז געווען דעפרעסט! קען איינער מסביר זיין פארוואס אין דער וועלט ער איז געווען דעפרעסט? ער איז נאך א קייט אין די רינגעלע פון אקטיארן וואס נעמען זיך דאס לעבן מרוב שוואוילטאג
וועלמיר בעז"ה זאגן דעם שלא עשני גוי מיר מער כוונה מארגן.

סאיז לאו דוקא די חסרן תורה, סאיז די פאקט פון האבן אלעס וואס מוויל. דאס מאכט דו לעבן נימוס.
כזאג נישט אודאי תורה העלפט אפי' און זאלכע מצבים אויך. כהאב אמאל געהערט סאיז דא אסאך גוים וואס לערנען נישט און היטן נישו די תורה און זענען ציפרידען אזויווי דער איד .

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:37 am
דורך מנשה לוסטיג
נולד מאוחר האט געשריבן:
פיינע קאווע האט געשריבן:והחי יתן אל לבו. מען קען האבן געלט. פארהייראט מיט א משפחה. געמאכט עפרי זהב פון פרייליך מאכען א האלבע וועלט. כבוד מלאכים אויף טריט און שריט.
אן תורה איז נישט דא קיין סיפוק.
ער איז געווען דעפרעסט! קען איינער מסביר זיין פארוואס אין דער וועלט ער איז געווען דעפרעסט? ער איז נאך א קייט אין די רינגעלע פון אקטיארן וואס נעמען זיך דאס לעבן מרוב שוואוילטאג
וועלמיר בעז"ה זאגן דעם שלא עשני גוי מיר מער כוונה מארגן.

סאיז לאו דוקא די חסרן תורה, סאיז די פאקט פון האבן אלעס וואס מוויל. דאס מאכט דו לעבן נימוס.
כזאג נישט אודאי תורה העלפט אפי' און זאלכע מצבים אויך. כהאב אמאל געהערט סאיז דא אסאך גוים וואס לערנען נישט און היטן נישו די תורה און זענען ציפרידען אזויווי דער איד .

פוי פוי!!!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:39 am
דורך מנשה לוסטיג

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:08 am
דורך petergrifin
מנשה ביזט א לץ. פוי!! פוי!! און נעקסטע תגובה ברענגסטע פעיסבוק..
אדער איז עס טאקע א זשאוק?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:12 am
דורך נולד מאוחר
מנשה לוסטיג האט געשריבן:https://www.facebook.com/photo.php?fbid=567667656619760&set=a.115729611813569.19676.100001295917341&type=1&theater

ס'דא א גרויסע טשענס אז די צייט ווען די האסט דיך געדרייט און געכאפט בילדער מיט דעם נידריגער גוי, בין איך געזיצען און געהארוועט אוחף די תורה מיט ווטס די בוסט ביזי פאטרעטען.
אה כהאב פארגעסען די זעלבע יצר הרע ווואס שטיפט דיר צי... שטפיט מיר צי לערנען.
לאאלאא קישקיש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:15 am
דורך ברוך שאמר
איך האב געהערט פין ר' זכרי' וואלערשטיין אז ווען דע מענטש איז דארשטיג מייןט דאס אז די גוף איז הינגעריג אדער דארשטיג אין ווען די מענטש איז depressed מיינט דאס אז די נשמה איז הינגעריג וד"ל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:17 am
דורך petergrifin
ס׳איז א גוט װארט אבער מען קען זיך דינגען אויף דעם.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:18 am
דורך ברוך שאמר
Mrs Doubtfireאיז טאקע זייער funny אבער עס איז גאר א ערענסטע מעשה וואס ער שפילט אויס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:19 am
דורך ברוך שאמר
petergrifin האט געשריבן:ס׳איז א גוט װארט אבער מען קען זיך דינגען אויף דעם.

ניין ניין עס איז אמת

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:25 am
דורך petergrifin
אן ארײן גײן אין די שמחת הנפש מיט רוחניות, א דוגמא, דיפרעסיע קען קומען פון א כעמיקעל אימבעלונס.
שוין איך װיל נישט פארדרײען די אשכול באלד קומט כוכב.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 1:30 am
דורך ברוך שאמר
petergrifin האט געשריבן:אן ארײן גײן אין די שמחת הנפש מיט רוחניות, א דוגמא, דיפרעסיע קען קומען פון א כעמיקעל אימבעלונס.
שוין איך װיל נישט פארדרײען די אשכול באלד קומט כוכב.

ער רעדט ווען מען נעמט נישט קיין מעדעצינען איז מאסט אוו דע טיים depression א סימן אז די נשמה איז הינגעריג

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:04 am
דורך elter-zeide
ברוך שאמר האט געשריבן:איך האב געהערט פין ר' זכרי' וואלערשטיין אז ווען דע מענטש איז דארשטיג מייןט דאס אז די גוף איז הינגעריג אדער דארשטיג אין ווען די מענטש איז depressed מיינט דאס אז די נשמה איז הינגעריג וד"ל

א מורהדיג ווארט, אמת ויציב, דיפרעסיע איז פארהאן אין פארשידענע אופנים, אין איינער וואס האט אלעס אויף זיין וועלט, אין וואס אימער מ'זאל געבען האט ער שוין, איז נישט דא קיין זאך וואס זאל עם דערפרייען, דאס ביי געזינטע נארמאלע מענטשען, אבער ביי קראנקע מענטשען איז א צווייטע זאך, נאר מעדיקעשען קען העלפען,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:01 am
דורך געפילטע פיש
זענט איר אינגאנצען משוגע געווארן? ווען א מענטש שטארבט פון א הארץ אטאקע זאגט איר אויך "קוק, געלט און פאפולאריטי האט עם נישט געקענט קויפן קיין געזונט"? דיפרעסיע איז א מחלה, ס'האט גארנישט צו טוהן מיט וויפיל געלט מ'האט, אדער אפילו מיט ווי פרייליך מ'איז, ס'איז א מחלה ווי אלע מחלות וואס דיסקרימינירן נישט צווישן רייך און ארעם, פרייליך און טרויעריג, און יא, אפילו צווישן גלויביג און אומגלויביג.

.Yes, money and fame can't buy you mental and emotional well-being

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:05 am
דורך ישראל קאפקע
עס האט נישט צו טון מיט ווי פרייליך מען איז? טאקע?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:17 am
דורך elter-zeide
בטילה מביא לידי שומם, אז מ'האט אלס איז דאס לעבען זייער לאנגווייליג, מ'טרעפט נישט ווי זיך אהין צי טאן, אפילו ביי א געזינטען מענטש,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:47 am
דורך געפילטע פיש
ישראל קאפקע האט געשריבן:עס האט נישט צו טון מיט ווי פרייליך מען איז? טאקע?


Sadness is a common symptom of depression, not it's cause.

Mayo Clinic: Depression

You Can Be Depressed Without Being Sad