ראבין וויליאמס און זיינע ווערק
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 2:24 pm
מיט צער און טרויער איז אויפגענומען געווארן די שווערע בשורה, איבער דער פריצייטיגער פטירה פון איינעם פון די באקאנסטע קאמעדיארן, ראבין וויליאמס, דער בארימטער קאמעדיאן און אקטיאר וועלכער איז נעכטן געפינען געווארן נישט בין החיים, נאך אן אנגעבליכן זעלבסטמארד אין זיין היים אין קאליפארניע.
צו פאראייביגן זיין רייכן אנדענק, טוען מיר ווידמען דעם אשכול, איבער זיינע פילמען און ווערק, פון דורכאויס די יארן.
וויליאמס, האט געהאט א רייכע קאריערע פון און קאמעדיע און דראמאטישע אויפטריטן צוגלייך. זיין אסקאר האט ער געווינען צוזאמען מיט מעט דעמאן און בען עפליק אויף גוד-וויל-האנטינג וואו ער לייגט אראפ א דראמטישע פרעזענטאציע פון א פראפעסער-לערער.
ווי [tag]יידל[/tag] האט שוין דערמאנט קומט די ערשטע ארויף אויפ'ן זכרון ms. doubtfire וועלכער איז אגב אויך געווען איינעם פון מיינע ערשטע פילמען (אין כולל געווען... ס'ווייבל געפערדלט, געקענט זיך דרייען מיט די פי-זשעיס ביז מנחה קטנה, און געעפענט יעדע פיר וואכן א פרישן אקאונט אויף נעטפליקס... גוטע צייטן געווען.)
דארט שפילט ער ווי א מאן וואס האט זיך נארוואס געשיידט פון זיין פרוי און ער פארשטעלט זיך ווי נעני-באביטשקע צו זיין נאנט מיט זיינע קינדער. צוצוגרייטן די מעיקאפ ביים פילמירן, אז ער זאל אויסזען ווי א פרוי האט גענומען איבער 4 שעה טעגליך. וויליאמס האט געוואלט אויספרובירן די אויטענטישקייט פון זיין כאראקטער, אויב ער ווערט טאקע פארטוישט פאר א נעני, איז ער פארשטעלטערהייט געגאנגען איינקויפן אין א געשעפט, און עס האט קיינער נישט אנגעמערקט אז עפעס זאל זיין מאדנע מיט אים'ן. איראניש אז אין ווירקליכן לעבן האט ער זיך געשיידט פון זיין פרוי צו הייראטן די נעני...
די טרעילער
נאך א פילם פון וויליאמס וואס איז מיר געווען אינטרעסאנט, איז jakob the liar און איז שוין דערמאנט געווארן דורך [tag]מאראנצןזאפט[/tag] אין פילמען מיט אידישע געשיכטעס. אגב, די לינק דארט איז גרייזיג און טראגט צו א פריערדיגער ווערסיע פון דעם פילם מיט'ן זעלבן טיטול.
דארט שפילט ער ווי א איד יעקב אין לאגער, וואס גיט זיך אן כאילו ער האט א באהאלטענע ראדיא און ברענגט כסדר מכלומר'שטע גינסטיגע נייעס פונעם פראנט, וואס בלאזט אריין האפענונג און ענטוזיאזם פאר די ארטיגע העפטלינגען.
די טרעילער
לעצטנס האב איך געזען נאך א פילם פון וויליאמס אויף עמעזאן פריים מיט'ן נאמען worlds greatest dad איראניש רעדט זיך עס איבער א שרייבער וואס זוכט רימע אויף זיינע ווערק, און ווען זיין זון איז בטעות געשטארבן, גיבט ער עס אן אלס זעלבסטמארד (!) און פאבריצירט א דיארי מכלומר'שט פון זיין זון וואס קריגט נאציאנאלע אטענציע. גאנץ א זיסע פילם פאר ווער ס'טרעפט נישט עפעס בעסערס אויף עמעזאן פריים...
די טרעילער
דבריהם הן הן זכרונם, זאלן זיינע ווערק וואס האבן ארויפגעברענגט שמייכלען אויף אזויפיל מיליאנען פנימ'ער אים ברענגען צו געדענקט ווערן צום גוטן, ויהא זכרו ברוך.