בלאט 1 פון 1
ביטע האטס מיר אינזין
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:46 pm
דורך געשוויסטער
טייערע ברודער, איך האף אז איך טרעף אייך אין איין גוטע שטימונג.
איך האב ל'ע א בשורה רעה.
מען האט מיך דיאגאניזירט מיט וואטסעפטייטיס.
איך ווייס אז דאס איז א נייע מכלה, וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט פון א רפואה פאר דעם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:50 pm
דורך ווייט פיש
געשוויסטער בן..?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 4:53 pm
דורך ישראל קאפקע
ווייט פיש האט געשריבן:געשוויסטער בן..?
....בן מחלה,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 5:01 pm
דורך פליקער
ליין דורך
דאטאקע שווער אבער א מחיה, נאך נישט אויסגעפאסט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:31 pm
דורך קפנדריא
דו האלטסט שוין אויף א וועג, דו ביסט שוין דיאגנאזירט, און דאס ערשטע זעה איך האסטו שוין מסדר געווען אז פון א מחלה איז געווארן א מכלה.. (ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז "מכלה" מנפש עד בשר"..) אצינד דארפסטו גיין צו א העלט פוד סטאר, ס'איז דא איין נאטורליכע רעמעדי וואס הייסט "טעג", ס'איז יסורים די ערשטע פאר טאג, אבער נאכדעם וועסטו זיין א נייע מענטש, די צווייטע איז שוין מער א מעדיצין, ס'רופט זיך "משומר", נאך ביטערער און שווערער צו פארטראגן ווי די רעמעדי, אבער דאס וועט דיך אינגאנצן ארויסשלעפן פון די "מכלה"..
נשלח: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 6:36 pm
דורך אפטעמיסט
ביי אונז האט מען זיך נישט נוהג געוועהן צו מהרהר זיין כלפי מעלה און נישט געזוכט קיין ערהוילונג חלילה, נאר געגלייבט באמונה שלימה אז דער באשעפער ווייסט וואס איז גוט פאר אונז. די אלע מעדיצינען ווי טעג וכדומה גרעניצן זיך ח"ו מיט די עיקרי אמונה. דאס בעסטע איז תפילה מיט אמונה פשוטה.