בלאט 1 פון 1

א היימישע גנב

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:55 pm
דורך שטילע אינגערמאן
א שטילע אינגערמאן עפענט זיין פאוסט, אויפן קרעדיט קארטל זעהט ער אן א שיעור charges וואס ער האט נישט געמאכט, אין נאכן מערקן אז די געשעפטן זענע נישט די וואס זיין וויייב גייט געווענדליך, הייבט ער אויפ א טעלעפאון צום קאמפעני אין זיי זאגן עיהם אז די charges זענען געמאכט געווארן אויפן טעלעפאון, הייסט נישט דורך סווייפען.

נאך אפאר מינוט געבט זיך דער אינגערמאן א דערמאן אז ער האט געגעבען לעטצענס איינער זיין קארטל צו ניצן אויף א געוויסע זאך, ער רופט יענער, אין יענער זאגט מיט באק ציינער "יא כ'האב גענוצט דיין קארטל, כ'גיי דיך צאלן אי"ה בקרוב".

ווואס טוט מען דא?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:58 pm
דורך איך אויך
מען ריפארט עס און מען מאכט זאפארט א נייע קארטל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:03 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס? כ'זאל עיהם איבער געבן פאר די פאלציי?
פארמאכט די קאטל האב איך שוין לאנג

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
דיספיאט אלע טשארזשעס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:43 pm
דורך שמעקעדיג
אבער דאס מיינט דאך אומדירעקטע מסירה. איז דאס מותר?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:26 pm
דורך outspoken
עצה טובה, ס'דא דעביט קארדס ס'קאסט $1 א טרענזעקשיען און דאס בארגט מען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:37 pm
דורך פישלע העררינג
חלילה איבערגעבן פאר די פאליציי.

עצות איבער א הייקעלע ענין פרעג ביי באזעצענע לייט, נישט ביי - במחילת כבודם הרמה - אפאר אינטערנעט אפזיצער.

אבער אויב אן עצה, איז דאס מיינע צוויי צענט: נוץ דער סטראשע פון פאליציי אז ער זאל דיך תיכף ומיד באצאלען. יעדער פאלט אמאהל דורך אין א ענגע מינוט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:50 pm
דורך ראש הישיבה
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער דאס מיינט דאך אומדירעקטע מסירה. איז דאס מותר?

ווען מען דיספיאט א טשארדש ווערט קיינער נישט געמסרט.
איך האב א מאל געהאט א מעשה עס גייט נישט צו די פאליציי, נאר אויב דער ווענדאר וועט עס פערסוען. אויב עס איז קליינע טשארדזשעס וועט ער זיכער נישט גיין צום פאליציי. אויב עס איז גרעסערע סכום אולי וועט דער ווענדאר יא מסר'ן?
על פי רוב וועט גאר נישט געשעהן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 5:16 pm
דורך כוכב
זאג נאר שטילע, כהאב עפעס א צדקה צוועק, אפשר געסטו מיר דיין קרעדיט קארד נומער, איך העל שוין שבת מאכן אליין.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 7:26 pm
דורך איך אויך
איך בין חושש אז דאס איז עפעס א דיספיוט צווישן מיסטער ענד מיססעס שטילע.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:06 am
דורך איחוד פעלד
כ'האב מורא אז איךאויך איז דער וואס האט געניצט דער קק....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:55 am
דורך איך אויך
פארפאלן דו כאפסט גוט אן עייסעק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:52 pm
דורך Big Boy
You can tell him that you don’t want to be late so either he pays up or if not you’ll have to dispute it by the credit card company. You can tell him that you don’t know what the end will be once you report it. The threat of reporting will probably help.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:14 pm
דורך קדש הילולים
פישל'ע העררינג האט געשריבן:חלילה איבערגעבן פאר די פאליציי.

עצות איבער א הייקעלע ענין פרעג ביי באזעצענע לייט, נישט ביי - במחילת כבודם הרמה - אפאר אינטערנעט אפזיצער.

אבער אויב אן עצה, איז דאס מיינע צוויי צענט: נוץ דער סטראשע פון פאליציי אז ער זאל דיך תיכף ומיד באצאלען. יעדער פאלט אמאהל דורך אין א ענגע מינוט.

ס'׳איז נישט אזוי פשוט, סטראשענען אויף מסירה קען אויך אריינגיין בגדר מסירה, מ'דארף עס דורך רעדן מיט א דיין, אויף דעם גופא צו ס'איז מותר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:19 pm
דורך Kool man
מ'מעג אים זיכער זאגען אז אויב צאלט ער עס נישט ביז מארגענדיגע עלות השחר דאן גייסטו'ס דיספיאטען!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:22 pm
דורך Big Boy
קדש הילולים האט געשריבן:ס'׳איז נישט אזוי פשוט, סטראשענען אויף מסירה קען אויך אריינגיין בגדר מסירה, מ'דארף עס דורך רעדן מיט א דיין, אויף דעם גופא צו ס'איז מותר.


Mekor? Logically your statement makes no sense

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:24 pm
דורך Kool man
גרויסער יונגעל, ס'איז א בפירוש'ער הלכה אין שו"ע

נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:13 pm
דורך שטילע אינגערמאן
יעצט איז דא אין שטאט א גרויסע די״ת, אינגערלייט פלעגט געבן די קרעדיט קארטלעך פאר געוויסע ביזנעס צו ניצן חודשלעך אים אזוי געלייזט אביסעל פוינטס, יעצט נאך חדשים האט די ביזנעס אנגעקאקט אין האט נישט געצאלט די קרעדיט קארטל בילל פון קרוב צו 50 אינגערלייט, דיספיוטען מיינט מגייט ערעסטירען יענער זיצט מען יעצט ביי די״ת.
אוי חברים טייערע, הערט אויפ מיט די easy money, מאך נישט קיין פוינטס פון אנדערע, די ריסק איז אסאך צו גרויס. סלוינט נישט מהערט צופיהל מעשיות.
ווען כזעה עדווערטייזט די אפפערס פון עפענען פאר די א קרעדיט קארטל, אין ספענדען פאר דיר ווער איך רויט פאר כעס. אינגערלייט דיין אידענטעטי איז ווערט אסאך מער ווי 100 טויזענט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פוינטס