בלאט 1 פון 5
אן אשכול אין דער מאכונג
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:32 am
דורך כוכב
צומאל זיצט מען מיט א דרעפט עידן ועדנים און מ'האט עפעס נישט דער געדולד זיך צוזאמצונעמען און מסדר זיין.
דא וועט דער עולם קענען מיטטיילן זייערע פלענער, איבער אלעס וואס באקט זיך אין אויוון.
איך זיץ יעצט מיט א דרעפט איבער 'סעקסיזם און חז"ל' , כהאב אבער נישט די געדולד און די צייט צוזאמצונעמען מיינע מחשבות, אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
טוט מען?
תכלית גערעדט, ווער נאך ארבעט אויף אן אשכול?
אז איינער רופט זיך אן זאל מען אים געבן חיזוק און אפשר אפילו אפפערן הילף.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:43 am
דורך נהורא נפישא
חמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:41 am
דורך איש עברי
כוכב האט געשריבן: אויך האב איך מורא אז פאר די לינקע וועט עס זיין צו רעכט און פאר די רעכטע צו לינק... און כ'על בלייבן קרח מכאן ומכאן.
האסט אנגערירט א נקודה וואס שטערט מיך שוין לאנג, נעמליך דאס סטעמפלען געוויסע ניק'ס אלץ רעכטע אדער לינקע, קאווע שטיבל איז נישט קיין צייטונג, ווילאנג מען רעדט צו די זאך איז נישט דא קיין סיבה זיך אפהאלטן פון שרייבן ככל העולה על רוחך.
מען מעג אנרירן טעמעס וואס וועט נישט שמעקן פאר געוויסע מענטשן, דאס איז אייגנטליך די ציל פון אזא ווינקל, אז מענטשן וואס אין ריל ליין דארפן מיטגיין מיט שטרם זאלן האבן א פלאץ ווי צו אויסשמועסן בויך וויטאג און ספיקות, די פלאץ דארף נישט זיין א פאלעמיק פודיום צווישן רעכט און לינק נאר א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען,
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:48 am
דורך כוכב
נהורא נפישא האט געשריבן:חמת מלאה צואה, ופיה מלאה דם, והכל רצין אחריה.
חז"ל רעדן דא פון דעם קערפערליכן געשטעל פון א באשעפענישן וואס איז אין פאקט נישט מער ווי חמת מלא צואה און דם, און דאך איז דרכו של איש לחזור אחר אישה.
זיי מיינען נישט צו בעפארצוגן דעם מאן איבער דער פרוי און איך זע נישט דערין קיין סעקסיזם.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:04 am
דורך נהורא נפישא
ווען ס'זאל איינער זאגן " אידן האבן נעזער ווי עלעפאנטן, ליבן געלט ווי שוויינען האבן ליב זיך קוילערען אין בלאטע, זענען אין די מאווי אינדוסטריע ווי היישעריקן" וואלט עס געווען אן אנטיסעמיטישע סטעיטמענט ?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:40 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:44 am
דורך כוכב
חז"ל זענען נישט 'איינער', ווי אויך דארפן זיי זיך נישט פארענטפערן פאר א צודרייטער וועלט וואס האט גענומען דעם פאליטיקל-קארעקט ארויס פון יעדער פראפארציע.
און דער אייניער וואס זאגט אזוי האט פראפיילט מיליאנען מענטשן וואס יעדער איז אנדערש פונעם צווייטן. חז"ל רעדן -- ווי געזאגט -- פון דעם קערפערליכן באשטאנדטייל פון יעדן נברא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:47 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 12:39 pm
דורך ווייט פיש
עס איז א סעמפל וויאזוי מען ניצט מאמרי חז''ל וואס מען פארשטייט נישט עברי טייטש און מען מאכט דערפון תורעת לאקשען
חז''ל שטעלן אוועק די הגדרה אויפען תאוה פינעם מענטש צו וואס עס איז דומה, און אנשטאט נעמען די לימוד אויף די מוסר געדאנק נעמט מען גאר שימפען אויף די הייליגע רייד וואס דער גרויסער חאכעם פארשטייט ניטאמאל די מכוון דערפון
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 1:02 pm
דורך יוסף מ
מיין ווייב וויל וויסען פארוואס זי איז פסול פאר עדות. זאג איך איר כל כבודה...
גוטע תריץ?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 3:48 pm
דורך מאטי
און איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:26 pm
דורך יתרו
פאר די שרייבסט דיין מחקר וואס חז"ל האבן געהאלטן איבער סעקסיזים ברויכסטו אונז לאזן וויסען מיט וויפיל אבזשעקטיוויטי דו ביסטו צוגעגאנגען צו דיין מחקר, אין אנדערע ווערטער וואס ווייסטו שוין יעצט פאר די פאנגסט בכלל אן דיין מחקר אז עס קען נישט זיין (אדער מוז זיין) אז חז"ל האבן געהאלטען?
#כבין נאר מעורר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:34 pm
דורך יידל
מאטי האט געשריבן:און איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
ווייל אויסצורייסן שלעכטע מידות - האט דער רבי געזאגט - נעמט יארן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:02 pm
דורך ביבער
אין חז"ל איז דא אסאך בשבח האשה אויך, שווער זיי צו באשולדיגן אין פלעין סעקסיזם אהן פארענטפערן די אלע מימרות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:03 pm
דורך diff
מאטי האט געשריבן:און איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
because since machines were invented, People have more time for nonsense.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:33 pm
דורך מאראנצןזאפט
אן ארטיקל פאר אנשי שם.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:46 pm
דורך יאיר
איך ווייס נישט פונקטליך וואס מאראנצן מיינט צו זאגן, אבער קודם לייק איך אים, פון גרויס פרייד אויף זיין פלוצימדיגע ערשיינונג.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:01 pm
דורך פליקער
וואס איז שווער צי פארשטיין, ער גרייט זאגאר צי א נייע אשכול כדרכו, ווי ער נעמט א פערזאן ווי פינקי אדער כל מבשר, צינעמט זיי, מיר ווארטן מיט שפאנינג, דער פערזאן איז נאך דערווייל א סאפרייז, זעיצעך אויס, איך קלער אפשר רעכניצער, אדער שלמה באכנער, אויב ווילסטו נאך איידיע'ס, דאן באשרייב הערשל קאהן, הערשל וועיבער.
איך האב נאך אשר מעולם אנשי שם אויב נייטיג
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:05 am
דורך [NAMELESS]
מאראנצןזאפט האט געשריבן:אן ארטיקל פאר אנשי שם.
איך האב אן הרגשה אז דו גייסט דא מפענח זיין די חזון איש, לאמיר טאקע האפן,
און אז דו ביזט שוין ביים חזו"א דירמאן שוין תלמידו הגדול ר' גדלי' נדל
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:03 pm
דורך שמעקעדיג
איך רייב מיינע אויגן. והאיש שמעקעדיג משתאה לו מחריש לדעת, איז דאס טאקע מאראנצן?
אויף דעם האט דער רבי געזאגט, יאוש איז גארנישט פארהאנדן!!
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:59 pm
דורך ידען
מאטי האט געשריבן:און איך וויל וויסן פארוואס אין "אמעריקע" האבן פרויען באקומען רעכט צו שטימען, הערשט אינעם צוואנציגסטער יאר-הונדערט.
ווייל יעדער איז געוועהן sexist אמאל.
אזוי ווי היינט די מאזלימס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
שמעקעדיג אין דעם אשכול האט געשריבן:מיט די צייט וועט זיך עפענען א שטעטל פאר די ק"ש מיטגלידער, דארט וועט זיין א מחיה...
איך האלט אינמיטן אויס'דמיונ'ען דעם שטעטל, אין פארעם פון א אשכול.... סטעי טונד.