וואס די "דרייעדיגע מקוה טיר" האט מיר אויסגעלערנט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2564
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 5129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3393 מאל

וואס די "דרייעדיגע מקוה טיר" האט מיר אויסגעלערנט

שליחה דורך יין שרף »

[justify]דאס הארץ רייסט נאך פון די שווערע מאמענט, ווען איך האב געהערט די שמועה נוראה, אז מיין טייערע חבר'ס ווייב שבק לן חיים ל"ע.

זי האט ליידער איבערגעלאזט אונטער איר צוויי קליינע יתומים'לעך, וואס די עלטערע איז קוים אפגעשוירן געווארן צום ערשטן מאל. מיט א געטרייע מאן וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר איר במלוא מובן המילה, ספעציעל די לעצטערע צייט ווען מען איז ארומגעלאפן צו די גרעסטע שבגרעסטע דאקטוירים מחוץ לעיר ווי זיי וואוינען, וואס איז געווען אינמיטן די בליעדיגסטע יארן פון זיין לעבן און יעצט איז נעבעך עולם חשוך בעדו.

די יום השמועה האב איך פשוט געפאסט! -נישט ממש- נאר נישט געגעסן, נישט געטרינקן, און נישט געקענט איינשלאפן. איך שעם זיך פאר מיר אז ביים לויה בין איך נישט געווען, נאכנישט אריבערגעכאפט מנחם אבל צו זיין, און ניטאמאל גערופן אויפן טעלעפאן, איך קען מיר פשוט נישט מצמצם זיין, נישט קיין מחשבות און נישט קיין דיבורים.

טייערע ברודער! ווען ס'איז מיר שווער צו רעדן מיט די מויל, וועל איך רעדן מיט די הארץ.

אונז אלע שפירן מיט דיין צער און ווייטאג, אונז אלע פונק ווי דיר, האבן איר יעדן טאג אינזין געהאט, אונז אלע האבן געזאגט קאפיטלעך תהילים, און ארומגעלאפן פוקד זיין ציונים קדישים לזכות רפואתה.

מיין נישט און טראכט נישט אז די אלע תפילות זענען געגאנגען לאיבוד.
איך וועל דיר דא דערציילן א מעשה שהיה, וואס האט פאסירט ביי מיר מיט צוויי וואכן צוריק עשב"ק פרשת דברים העעל"ט.
ווען איך בין צוגעגאנגען צום מקוה טיר, ביים דרייעדיגן טיר וועלענדיג אריינלייגן מיינע צוויי פאפירער דאלארן, איז די מאשינקע פלוצלינג געווארן א שונא בצע... ער וויל נישט נהנה זיין ממקורות זרים... אין ניטאמאל נעמט ער אריין מיין דאללער און שפייט עס אויס. זעהט אויס אז די ראולער אין די מאשינקע ארבייט נישט. א קארטל פארמאג איך נישט, און אן אריינלייגן געלט קען איך נישט אריינגיין! דריי איך און קוועטש אלע קנעפלעך, ביז איך זעה אז נאכן קוועטשן א געוויסע רויטע קנעפל דרייט זיך די ראולער איין מאל. האב איך געקוועטש די קנעפל און שנעל צוגעלייגט מיין דאלער, און עס האט געארבייט! מיין דאללער איז אריין, אבער.... אויפן סקרין שטייט נישט אז איך האב שוין באצאלט א דאללער נאר איך דארף נאכאלץ אריינלייגן צווייי דאללער. אויפגערעגטערהייט טוה איך נאכאמאל די זעלבע שטיקל, איך קוועטש די רויטע קנעפל, די ראולער דרייט זיך, און איך לייג צו מיין דאללער, און אודך כי עניתני! די דאללער גייט אריין און ווערט פארלוירן דארט אינערווייניג מיט נאך טויזענטע געגנבעטע דאללארן...
די שמש איז נישט דארט. מיט שווערע טריט גיי איך צוריק ארויף די טרעפ, טראכטענדיג איך וועל שוין צוגיין צו א צווייטע מקוה אין געגענט, אבער מיין אינגל בלייבט דארט שטיין.
אפאר מינוט שפעטער טרעף איך אין ביהמ"ד א חבר, און ער לאזט מיר אריין מיט זיין קארטל אין מקוה.
גיי איך אריין אין מקוה זעה איך די קליינער איז דארט, פרעג איך אים וויאזוי ביסטו אריין? זאגט ער אז צוויי מינוט נאכוואס די ביסט ארויף, האט זיך פלוצלונג די גרינע לעמפל אנגעצינדן, האב איך פרובירט מיין מזל, און עס האט זיך געדרייט, אזוי בין איך אריין...

טייערע ברודער! קיין שום תפילה גייט נישט פארלוירן! די אייבישטער איז א שומע תפילת כל פה!

יא! איך האב געמיינט אז מיינע צוויי דאללער איז פארלוירן געגאנגען, אבער ניין! טאקע פאר מיר האט עס אויסגעזעהן פארלוירן, אבער פאר מיינע טייערע איז עס געווען, און אים האט עס געהאלפן!
מען דערציילט נאך אז איינער האט זיך אפגערעדט פאר איינע פון די בעלזא רבי'ס, אז די אייבישטער הערט נישט אויס זיינע תפילות, האט זיך די בעלזא רב זצ"ל אנגערופן ח"ו! אוודאי הערט די אייבישטער אויס א יעדע תפילה, נאר נישט יעדע תפילה איז ער ממלא אזוי ווי מען וויל.

יעדע תפילה, בקשה, קאפיטל תהלים, צדקה, און דבר טוב וואס מען האט געטוהן, אדער מקבל געווען לזכותה איז ארויף לשמי מעל. און עושה רושם געווען.

אל תתייאש, אפילו ווען ס'איז שווער, אפילו אונז זעהן נישט אלעמאל אז די תפילות זענען נתקבל געווארן לרצון, גלייבן מיר אז זיי זענען עושה רושם, אז די תפילה האט נישט געהאלפן פאר איר, ווייסן מיר אבער אז די תפילה וועט העלפן פאר אירע קינדער און אייניקלעך.זי שטייט ביים כסא הכבוד בעלמא דאתא, און איז זיך מצרף צו אלע תפילות פון עלמא הדין, פאר אירע לעכטיגע זייסע קינדערלעך און מאן! יא זי בעט אז די זאלסט קענען משלים זיין וואס זי האט נישט זוכה געווען צו פארענדיגן, זי בעט פאר דיר אז די זאלסט קענען האבן כח מגדל צן זיין און מחנך זיין די זיסע קינדערלעך על דרך התורה מיט יראת שמים.
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים, קיינער זאל וויסן מער פון קיין צער, און אונז אלע זאלן שוין זוכה זיין צו זעהן בנחמת ציון ועיריה בב"א.[/justify]
הגם ס'איז אין דרכי בכך צו שרייבן אזעלכע מאמרים אדער לאנגע, אבער איך האב נישט די מוט צו זיך טרעפן יעצט פנים אל פנים.
איך שרייב עס דא, ווייל איך האף און גלייב אז די וועסט עס לייענען...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר