בלאט 1 פון 2
פראזן און טערמינען וואס מאכן דעם שרייבער אויסזען אינטעלעגענט
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 7:10 pm
דורך בשבילי!
יעדער קען שרייבן אבער נישט יעדער איז א ''שרייבער'', איך למשל בין קיין שרייבן אפילו איך שרייב יעצט און איר ליינט וואס איך ''טייפ'' יעצט, א שרייבער וואלט בעסער אפגעשריבן דאס פאלגענד תגובה.
אבער ס'נישט פארלוירן. די וואס קענען נישט שרייבן ווי א שרייבער האבן אן אוצר פון טערמינען וואס צו נוצן צו ספייסען 'איטליכן' (גראדע די ווארט איז אויך אינקלאדעד) ארטיקל. צו ס'קומט אינגאנצן אריין אדער נישט, איז נישט עכט נוגע. ס'טוט דעם ארבעט פון געבן דאס אפגעשריבענס פונעם סקריבלער א פנים ווי ארבעט פון א ''שרייבער''.
פאלגענד זענען עטליכע וואס ווערן גענוצט מיט גרויס סוקסעס, און יעדער ווערט געבעטן צו לייגן דא כיד הטובה עליהם, ארויסצוהעלפן די שוואכערע פון צווישן אונז.
ובזה החילו:
1) ''אבער ווי אייביג איז דער אמת ערגעץ אינצווישן''
2) ''האמת ניתן להיאמר''
3) ''אחר שובי ניחמתו''
4) ''אם קבלה היא נקבל''
המשך יבא...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:27 pm
דורך יין שרף
אם קבלה הוא נקבל, אבער אחר שובי נחמתו, איז האמת ניתן לאמר, אז ווי אייביג איז דער אמת ערגעץ אינצווישן...
אה אויך איטליכן...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 8:28 pm
דורך יידל
דער ערשטער שטאפל, בעפאר די שרייבעריישע טערמינען און פראזן, איז אן אויסגעהאלטענער אויסלייג און גראמאטיק. פארוואס טוט א ריכטיגע אויסלייג און גראמאטיק מאכן דעם שרייבער אויסזען אינטעליגענט? יש אומרים ווייל רוב אינטעליגענטע שרייבער לייגן אויס ריכטיג און מאכן נישט קיין גראמאטישע טעותים, ויש אומרים אז דאס איז פונקט ווי אריינווארפן ווערטער ווי 'איטליכער' וכדו', עס געט דעם געשרייבעריי א ספייס אזא.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 9:29 pm
דורך ביבער
צוערשט דארף מען צו דעפינירן אינטעליגענט, אבער סיי וויזוי סזאל נאר זיין קען עס נישט האבן קיין דירעקטע פארבינדונג מיט ספעלינג און גראמאטיק, מען קען זעהן פון אלעס ביי יעדעם.
ומדי דברי בו (עפעס קען איך אויך), איך האב שוין אפאר מאל געזעהן דא געוויסע ניקס אנשטאט ענטפערן יענעם אויף זיין שאלה וועלן זיי אים אטאקירן אויף זיין ספעלינג. חוץ וואס סאיז עקלדיג אראגאנט און נישט מענטשליך ווייזט עס אויך אויף די וואקלדיגע אינטעליגענץ פונעם אטאקירער...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:27 pm
דורך קאווע טרינקער
אנגעבליכע טערמינען אין מוטער שפראך, טוט אין תוך אנשטרענגען דעם דורכשניטליכער שנעלליינער. פארקערט איז מיט מליצותלעך התם והכא, אדרבה, ס'איז מוסיף טעם און שבח.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:46 pm
דורך כוכב
דאס איז א יסודותדיגע טעות וואס מענטשן מאכן, ווייל כאטש וואס גראמאטיק איז אפשר נישט אזוי וויכטיג, איז אבער א ברייטע און עלעקוואנטע שפראך קריטיש און דער וואס נוצט א רייכערן און העכערן לעקסיקאן זעט מען באשיינפערליך ווי ער האט א טיפערע און קלארערע פארשטאנד אין וואס ער וויל ארויסברענגען. ודוק .
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 10:48 pm
דורך כוכב
די גאנצע מציאות פון הבנה און חכמה איז אין שפראך.
א מענטש טראכט ווערטער, דאס איז דער עצם חפצא פון סיי וועלכע שטיקל אינפארמאציע.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:01 pm
דורך יאיר
אה, איך האב א גאנצע ליסטע פאר דעם אשכול. לאמיר אנהייבן:
איך האב שוין כמה פעמים געזאגט
ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אין די היסטאָאָאָאָריע
ווער וואלט זיך געגלייבט
אין לנו שום השגה כלל וכלל וכלל וכלל
האב איך אמאל געזאגט
תמה תמה אקרא
נהרא נהרא ופשטיה
ודפח"ח ש"י
שאלת חכם חצי תשובה
חג המצות יחוג בדיצות
עוסק בתורה כחשיכה כאורה
י'תברך ה'יוצר ו'ישתבח ה'בורא
(די מער קריעיטיוו) י'שישו ה'לומדים ו'יגילו ה'קוראים
האי צורב עוסק בחוקי חורב
מי מילל מי פילל
עמ"י עש"ו (דוקא מיט אויבערשטרעכלעך)
רב האי גאון (איין באשעפער ווייסט וואס דאס דארף באדייטן)
אתו עמו כלומר אליו (רש"י ווארפט זיך אין קבר פון וואס מ'האט געמאכט מיט אים)
פה אשים קנצי למילי
תן לטיפש ויטפש עוד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:07 pm
דורך יתרו
כוכב האט געשריבן:די גאנצע מציאות פון הבנה און חכמה איז אין שפראך.
א מענטש טראכט ווערטער, דאס איז דער עצם חפצא פון סיי וועלכע שטיקל אינפארמאציע.
נישט גערעכט, עס איז דא א רייט ברעין און א לעפט ברעין. איינע פון די זאכן וואס די לעפט ברעין איז געשטעלט איז דיבור און שפראך, איינער קען זיין א שוואכע לעפט ברעינער און א שטאקרע רייט ברעינער. ער וועט זיין זייער גוט און מעטעמעטיק און סייענס און נאך אלץ ספעילן נח מיט זיבן גרייזן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:08 pm
דורך כוכב
אין ועתה אלא לשון תשובה.
עוד לאלקי מילין
כיהודא ועוד לקרא
חזיתי איש מהיר במלאכתו.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:10 pm
דורך כוכב
יתרו, סדא עפעס א בריסקער ווארט, אז ספעלט אין הברה פעלט אין הבנה.
אבער דאס איז אין זשענעראל מסכים אז ביי גאר טיפע זאכן קען מען זיך אנשטויסן אין א פראבלעם צו קענען איבערגעבן דאס הארץ פאר א צווייטן אויער אין דער צורה פון ווערטער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:17 pm
דורך יאיר
כהן שדעתו יפה
פלצות אחזתנו (קרעדיט קופערניקוס ע"ה)
מעט מזעיר
זכה לברך על המוגמר
שייף עייל שייף נפיק
ספו תמו מן השוק
פנים חדשות באו לכאן
אתא ואייתי מתניתא בידיה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:19 pm
דורך יתרו
הגם די איידיע פון לעפט ברעינערס און רייט ברעינערס איז שוין אואט דעטעד איז אבער נאך אלץ א פאקט אז אינטעלעגאנציע האט און זיך אסאך פאקטארן און ווי די באבעס זאגן אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם.
דא האט איר די אואט דעטעדט טעאריע, באמערקט וויפיל חלקים אז זענען פארהאן אינעם מח האדם.
The Right Brain
According to the left-brain, right-brain dominance theory, the right side of the brain is best at expressive and creative tasks. Some of the abilities that are popularly associated with the right side of the brain include:
Recognizing faces
Expressing emotions
Music
Reading emotions
Color
Images
Intuition
Creativity
The Left Brain
The left-side of the brain is considered to be adept at tasks that involve logic, language and analytical thinking. The left-brain is often described as being better at:
Language
Logic
Critical thinking
Numbers
אנטשולדיג יאיר פארן אריינהאקן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:26 pm
דורך יתרו
כוכב האט געשריבן:יתרו, סדא עפעס א בריסקער ווארט, אז ספעלט אין הברה פעלט אין הבנה.
אבער דאס איז אין זשענעראל מסכים אז ביי גאר טיפע זאכן קען מען זיך אנשטויסן אין א פראבלעם צו קענען איבערגעבן דאס הארץ פאר א צווייטן אויער אין דער צורה פון ווערטער.
[tag]כוכב[/tag] איך מיין אז סך הכל זאגן די בריסקער אז וואס מען פארשטייט קען מען איבערזאגן, אבער, און דא קומט דער גרויסע אבער, עס מיינט נישט אז מען קען עס איבערגעבן אין די שענסטע שפראך מיט די רייכסטע ווערטער. איך וועל די געבן א דוגמא ר ברוך בער האט לכאורה געהאט א בעסער הבנה ווי ר' שמואל אבער א שפראך האט ער געהאט דער אייבישטער זאל אפהיטן.
איך האב נישט אפגעשריבן מיינע ווערטער מיט די רייכסטע שפראך ווייל איך בין א רייט ברעינער, אבער איך מיין עס איז נישט מחוסר הבנה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:53 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:56 pm
דורך יאיר
מ'זאגט טאקע אז אין ברכת שמואל זעט מען (גארנישט אויסער) דאס צדקות פון ר' ברוך בער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 11:59 pm
דורך יידל
יאיר, ביי די אידישע טערמינען האסטו אויסגעלאזט:
ס'ווערט געברענגט...
ס'מיר איינגעפאלן..
מ'קען אפשר זאגן בדרך צחות/רמז/דרוש...
זאגט ער אזוי זאגט ער...
איך זאג אלץ...
איך וויל נישט אויפהאלטן דעם עולם
כ'וועל מסיים זיין מיט א קורץ ווארט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:02 am
דורך ונבנתה העיר
יאיר האט געשריבן:מ'זאגט טאקע אז אין ברכת שמואל זעט מען (גארנישט אויסער) דאס צדקות פון ר' ברוך בער.
לץ.
זיי טענה'ען גראדע אז בעל פה האט ער זיך זייער גוט מסביר געווען [און כ'זעה אז יידל קען זיך נאכאלץ נישט מוחל זיין פאר'ן אוועקגעבן זיינע שענסטע יאהרן אויף דעם...].
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:08 am
דורך יאיר
יידל, אויף דרשות דארף מען מאכן א באזונדערע ליסטע:
מ'זעמער זיך צוזאמגעקומען היינט נאכט דא.. (נאך א מזל דער פה מפיק מרגליות איז מגלה פארוואס).
און דאס אליין...
זאגט דער נביא ווייטער... מי היה סרה כעמך ישראל, אף אתה כמוך לא נהייתה כגויים....
נאר קען זיין...
פרעגן די מפרשים (וועלכע?)
זאגט דער אלטער פון קעלם, ווי קען דען דאס זיין אז די תורה זאל זאגן אזא זאך?
ענטפערט ער, טאקע דאס וויל אונז די תורה לאזן הערן...
דאס זאגט דער פסוק
און מיט דעם איז שוין אלעס פארענטפערט...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:25 am
דורך בשבילי!
און דעם אלעמען באקאנטן ''דוד המלך זאגט אין תהילים''
דאס ערגסטע אבער פון אלעם ביי די בעלי דרשנים איז ביים ענדיגן אזוי, א משל נאר: ''שוין זאל דער באשעפער העלפן אין זכות פון אזעלכע צדקות וואס מזעט דא און אזא ווארעמקייט ביים ציבור, זאל דער באשעפער העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין בקרוב --- ס'איז באקאנט עס ווערט געברענגט אז פאר ביאת המשיח''..... און די דרשה ציט זיך נאך צען מינוט. זיי מאכן זיך כאילו ס'נאר וואס בייגעפאלן אזוי פאר'ן זאגן במהרה בימינו אמן..
קוק אריין אין צעטל וועסטו זען אז ס'איז אזוי אפגעשריבן געווען ווארט אויף ווארט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:42 am
דורך פליקער
איך בין זיך נוהג, איינציוועקסלען איינער וואס האט וואס צי זאגן אפילו זיין שרייב קראפט איז איינגעהאנקערט, ווי איינער וואס האט א קריסטאלע שריפט, אבער האט נעבעך נישט וואס צי שרייבן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 7:50 am
דורך איחוד פעלד
און נאך זאגען א פשט'ל פין דריי פערטעל שעה און אפיןו די וואס האלטען נישט מיט זעהן שוין אז עפעס קומט שוין צום שלוס, זאגט דער בעל דרשן, אזוי האלט ר' יהושע, אבער ר' אליעזר האלט, און יעדער גייט אויס פאר שטוינונג פאר דער חריפות פין דער בעל דרשן, און אלץ א אות הכרה גיבט יעדער א מאך אויף דער מויל דער סאמע גרעסטע מעגליך, און ציט אריין די מערסטע לופט שייך.
אסאך מאהל קענען זאכען זיין געשריבען שרייבעריש און ציענדיג, דאך איז די אינהאלט גארנישט מיט כלום. ווי צ.ב.ש. כנ"ל
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 11:15 am
דורך שמעקעדיג
בשבילי! האט געשריבן:די וואס קענען נישט שרייבן ווי א שרייבער האבן אן אוצר פון טערמינען וואס צו נוצן צו ספייסען 'איטליכן' (גראדע די ווארט איז אויך אינקלאדעד) ארטיקל. צו ס'קומט אינגאנצן אריין אדער נישט, איז נישט עכט נוגע. ס'טוט דעם ארבעט פון געבן דאס אפגעשריבענס פונעם סקריבלער א פנים ווי ארבעט פון א ''שרייבער''.
פאלגענד זענען עטליכע וואס ווערן גענוצט מיט גרויס סוקסעס, און יעדער ווערט געבעטן צו לייגן דא כיד הטובה עליהם, ארויסצוהעלפן די שוואכערע פון צווישן אונז.
ובזה החילו:
1) ''אבער ווי אייביג איז דער אמת ערגעץ אינצווישן''
המשך יבא...
טשעפנאק