בלאט 1 פון 2
קלעבעדיגע ניגונים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:20 pm
דורך ידען
אפי׳ בהסתרה.......
סע האט זיך אריין געקראצט אין מיין קאפ און איך קען עס נישט ארויס קוועטשען..
סיז דא אזעלעכע ניגונים וואס קלעבט זיך אריין און אפי׳ מע וויל שטארק קען מען נישט אוועק פון עס.
נאך א מזל אז די ניגון איז שיין און זיס..
וידעו וידעו וידעו איז אויך געווען אזא ניגון.
ווער געדענקט האאאאקויל יודיך והכל ישבחוך?
סיז מער אזא מזל זאך אדער סיז ווייל סיז א גוטע ניגון?
אזוי איז דא ניגונים וואס האבען מער מזל ווי אנדערע.
נודה לשמך איז אויך געוועהן זייער פאפעלער אבער נאר ביי חתונות.
אפילו בהסתרה זינגט יעדער ווי מע גייט און מע שטייט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 12:28 pm
דורך איך אויך
יע איך קען אויך נישט פטור ווערן דערפון ,קען זיין אז וועגן דעם האט ביי אונז נישט אנגעהויבן מיט ברעסלב...
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 1:36 pm
דורך שעפטל
נישט געזארגט... ה' נתן וה' לקח! דעם משוך האט אויך פארנומען ס'העכסטע ארט ביי יעדן קומזיץ און ברעיק ביי די חתונה, ס'קומט א צייט וואס ווען איינער געט א זאג, "נא דעם אלי ביער'ס ניגון" קוקט אים יעדער אן "האלאו, האסט באמת נישט געטראפן בעסער'ס וואס צו זינגן?"
יא תעלא בעידנא סגיד ליה יעדע שטיק צייט קומט ארויף א פרישע ניגון וואס ווערט אדורכגעדראשן טויזענטער מאל און יעדער קווייער קומט ארויס מיט פרישע קוועטשן, ביז א צווייטע קומט ארויס און יענץ איז אין די ארכיוון..
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:05 pm
דורך גנדי
If you study music theory you will understand why some songs stick
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:10 pm
דורך גנדי
There are general patterns of characteristics for songs that frequently get stuck, such as being simple, repetitive, and having some mild incongruity,
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:12 pm
דורך גנדי
earworm songs tend to have notes with longer durations but smaller pitch intervals
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 2:16 pm
דורך בשבילי!
אבער דא מיט אפילו בהסתרה איז עס מער די ווערטער וואס האלט דעם ניגון ווי דער ניגון/נוסח אליין
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:27 pm
דורך מנשה לוסטיג
הער עס איבער דריי הונדערט און איין מאל, און וועסט נאכדעם נישט קענען דעם ניגון אין פנים קוקן... חחח
הער עס איבער דריי הונדערט און איין מאל, און וועסט נאכדעם ניש
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:50 pm
דורך מבקר
אזויווי אין סקווירא מיט "חסדי ומצודתי"?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 3:57 pm
דורך פליקער
אזוי ווי א חתונה מיט רחיייייים
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:16 pm
דורך דריידל
מיר האט זיך לעצטענס אנגעקלעבט די ניגון "ממזרח שמש". איך ווייס נישט וועמענס ניגון דאס איז (אדרבה, ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן), איך קען עס פון שלומי דסקל'ס סידי. מתחילה ווען כ'האב עס געהערט האט עס מיר גע'עקעל'ט און כ'האב אלץ געמישט ווייטער, אבער לעצטענס קען איך מיך נישט אנזעטיגן דערפון און איך זינג מיך עס אינטער כסדר.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:22 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך קלעב צו די ניגון 'עלה קטן שלי' פון ישי לפידות, און כ'בין שוין אלמאויסט נמאס.. חח
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:מיר האט זיך לעצטענס אנגעקלעבט די ניגון "ממזרח שמש". איך ווייס נישט וועמענס ניגון דאס איז (אדרבה, ווער ס'ווייסט זאל זיך אנרופן), איך קען עס פון שלומי דסקל'ס סידי. מתחילה ווען כ'האב עס געהערט האט עס מיר גע'עקעל'ט און כ'האב אלץ געמישט ווייטער, אבער לעצטענס קען איך מיך נישט אנזעטיגן דערפון און איך זינג מיך עס אינטער כסדר.
כ'געדענק עס אלץ א סקולענער ניגון, נאר ס'קומט אביסל שטייטער
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 7:10 pm
דורך דריידל
איך וואלט געווען סורפרייזט אויב די ביזט גערעכט, ווייל ס'האט בכלל נישט פון די סקולענע שטריכן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 7:37 pm
דורך בשבילי!
ממזרח שמש אפשר פון יודל ווערדיגער?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 7:42 pm
דורך ידען
ליפאס הלל סי די?
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 16, 2014 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
דריידל האט געשריבן:איך וואלט געווען סורפרייזט אויב די ביזט גערעכט, ווייל ס'האט בכלל נישט פון די סקולענע שטריכן
ס'קען אונז רעד מיר פון אנדערע ניגונים, איך האב נישט געהערט שלומי דאסקאל אבער ס'איז דא עפעס א ממזרח שמש וואס מ'זינגט לעצטנס ביי חתונות ביים צווייטן טאנץ וואס איך געדענק עס אלץ א סקולענער ניגון, און איך האב זיך פארגעשטעלט אז דערויף פרעגסטו.
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:26 am
דורך שטילע אינגערמאן
לאמער האפען אז דער שטיימעץ ווערט נישט געוואר פין דעם ״אפילו בהסתרה״ ניגון, ביקאז ווי וויל נעווער היר דע ענד אוו איט.
C/P
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:13 am
דורך דריידל
בשבילי! האט געשריבן:ממזרח שמש אפשר פון יודל ווערדיגער?
יא, דאס איז עס
כ'האב מיך נאכגעפרעגט און אנדערע האבן אויך אזוי געזאגט
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 1:38 am
דורך מנשה לוסטיג
גראדע, רחם פון פינקי וועבער, קען איך נאכאלץ זינגען, אפילו טויזענט מאל
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
און איך בין נאך נישט BORED פון פון
אלי ביער'ס ויהיו רחמיך.
נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 5:51 pm
דורך ברוך שאמר
די מיינסט עס נישט ערענסט lol
נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 1:28 am
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:און איך בין נאך נישט BORED פון אלי ביער'ס ויהיו רחמיך