בלאט 1 פון 1

פייער אין קארלסבורגער קאנטרי ברענגט אום 3 יעריג קינד ל"ע

נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:22 pm
דורך פישלע העררינג
פייער אין קארלסבורגער קאנטרי ברענגט אום 3 יעריג קינד ל"ע.

נישט געהערט מער פרטים.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ד'.

נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:25 pm
דורך אפטעמיסט
בד"ה הילד בן ר' שלמה אברהם פאללמאן

נשלח: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:40 pm
דורך petergrifin

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:59 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:23 am
דורך רויטע וואנצעס
אהרן כקרבן עולה,
אהרן עד שלהבת עולה,
אהרן בן שלש תמים עולה,
אהרן, איך תשכח עוּלָהּ.

ס'רייסט די הארץ...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 7:58 am
דורך אויליגער
כפי השמועה איז אהר'לע נעבעך געווען אויף א bunk bed ווען די פייער האט אויסגעבראכן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:03 pm
דורך וויליאמסבורגער
דאס קינד'ס טאטע איז א דיין אין קארלבורג.

די מודעת אבל
IMG-20140818-WA0016.jpg
IMG-20140818-WA0016.jpg (487.5 KiB) געזען געווארן 1607 מאל


כ'הער אז די מאמע איז בכלל נישט דארט געווען ווען די אומגליק איז געשען. זי איז געווען ביי א פארברענג אין פאפא קעמפ.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:05 pm
דורך יוסף מ
ואפי בהסתרה שבתוך ההסתרה שבתוך ההסתרה בוודאי

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 11:42 am
דורך Kool man
וויליאמבורגער, האסט נישט גוט געהערט, די מאמע איז געוועזען אין באנגעלוי בשעת זי האט אנגעפאנגען שמעקען סמאוק, און געהערט ווי קליינע עקספלאזיעס און קראכעס פון די בעדרום, זי האט אנגעהויבען מאכען קולות, און תיכף אויפגעוועקט און געכאפט אלע שלאפעדיגע קינדער און ארויסגעלאפען מיט א זעקעל קינדער אונטער אירע פאלעס, אינדערויסען איז געוועזען קולות א כאאס און בהלה, זי האט זיך זיך אנגעפאנגען דערווייטערען אוועק אוועק פון די שרעקעדיגע פייער מיט אירע פיצלעך, ערשט דעמאלץ אריענטירענדיג זיך האט זי באמערקט אז איר טייערע אהר'עלע פעלט, דער עולם לויפט ארום ווי פאר'סאמ'טע מייז צו זען וואס מ'קען דא טוען, און די מאמע שטייט נעבען באנגעלוי און שרייט אז אהר'עלע איז נאך דארטען און זי וויל נאר אריינלויפען אים כאפען, זי האט העלדיש געראטעוועט אלע קינדער און זי וויל אים אויכעט ראטעווען, אבער ס'איז געוועזען אוממעגליך, די קולות און פארלוירענקייט וואס האט זיך דארטען אפגעטון איז נישט צו באגרייפען, ווייל די פייער האט זיך גאר שנעל און ווילד צעפלאקערט, אין ממש סעקונדעס איז די אלטע הילצערנע כאטקע געוועזען איינגעהילט אין גרויסע פלאמען, עטליכע יונגעלייט האבען געוואלט אריינלויפען דורעך די טיר און פענצטערס, אבער איבעראל איז אקעגענגעקומען געדיכטע וואלקענעס רויעך און העלישע פלאמען,
די הצלה וואלונטירען זענען אנגעקומען גאר גיך, אבער צוליב וואס די פייער האט זיך אזוי שנעל געשפרייט האבען זיי אויכעט נישט געקענט אריין, די הצלה מיט די יונגעלייט האבען געבראכען פענסטער נאך פענסטער, עפעס א דיין ר' חאצקעל טייטעלבוים האט זיך מיאוס פארוואונדעט אויסהאקענדיג ברענעדיג הייסע שויבען, א הצלה יונגערמאן האט אויך געליטען פון בראנד וואונדען אין די פראצעס, אבער ווייניג וואס האט מען געקענט טוען, די צונגען פייער האבען פאריאגט אלע ארומיגע אזוי אז מ'האט געדארפט שטיין ווארטען ביז די וואלונטיר פייער לעשער האבען ענדליך נאך א שיינע פופצען מינוט אנגעהויבען לעשען, ס'איז געבליבען אן אפגעברענטע באנגעלוי, אויכעט די שכינות'דיקע באנגעלוי האט כמעט אפגעברענט, און נאך באנגעלויס האבען עטוואס געליטען שאדענס, און עלעקטרישע דראטען זענען אפגעברענט געווארען, איבער אלעם איז דורעך א סקרוך אין די ביינער פון די אנוועזענדע ווען מ'האט געזעהן אז דאס קינד קען מען שוין ליידער נישט צוריק ברענגען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:36 pm
דורך כוכב
א שכנטע האט נאך געזען ווי אהרלע ע"ה פרובירט צו כאפן דעם אטעם אבער מהאט שוין נישט געקענט צו גיין.
עס איז צום פארשטעלן וואס די פייערלעשער האבן געטראפן נאכ'ן פארלעשן די שריפה ווען כמעט אלעס איז פארברענט געווארן ה"י.
די מאמע נעבעך האט מען געגעבן שאטס זי זאל נישט אויסגיין פון גרויס צער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:48 pm
דורך שמעקעדיג
מען דארף אונז אלע געבן שאטס

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 1:32 pm
דורך Kool man
רומערס זענען דא אסאך, אבער קיינער האט נישט געזעהן דעם קינד זינט די מוטער איז ארויס מיט די אנדערע קינדער פון הויז, דאס קינד איז טיף געשלאפען, די הצלה האט געזאגט אז זיי האפען אז ער איז עס אינגאנצען דורעכגעשלאפען, אזוי איז זיין צער געוועזען ווינציגער,
מי שאמר לעולמו די, יאמר לצרותינו די!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 2:39 pm
דורך ווייט פיש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:36 pm
דורך איחוד פעלד
איז עס א באנגעלוי, אדער א גרעסערע הויז מיט מערערע שטובען.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 7:16 pm
דורך קפנדריא
אויף די בילדער ווייזט זיך עס אויס צו זיין פשוט'ע אלטמאדישע כאטקע באנגעלויס..