בלאט 1 פון 3

אומאנגענעמע מאמענטן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:39 am
דורך קאפקעיק
1) מ'האט איינעם בארעדט, און ער קומט אן נאך פאר מ'האט אנגעיאגט צו ענדיגן.
2) מ'צוקראצט די האנט (ביי די עלנבויגן ) אין מקוה, ס'נעמט זיך בלוטן און קיינער האט נישט קיין טישוס.
3) מ'לויפט אויס פון טישוס אין בית הכבוד.
4) מ'כאפט זיך אריין ביי אן עגזיט, און מ'באמערקט אז דער וועם מ'האט נארוואס אויס געכאפט איז א נאנטע קרוב.
5) מ'שרייט עפעס פאני אין פאליש, און מ'כאפט זיך אז מ'האלט אין ביהמ"ד אינמיטן שטילע שמונה עשרה.
6) מ'באמערקט סוף טאג אז מ'האט א לאך אין די העמד/רעקל/זאקן (רעבישע).
7) מ'עסט עפעס קלעבעדיג/אויל'יג אינמיטן דרייווען.
....

אומאנגענעמע מאמענטן אויף קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:03 am
דורך רויטע וואנצעס
8) מ'לייקט בטעות און מ'קענסלט עס, נאכער באקומט מען אן אישי פון יענעם.
9) מ'גייט אויף וואקאציע, נישטא ווייפיי נארמאל, און דו הייסט שוין פארשווינדן.
10) די גבאי מעקט דיין הודעה.
11) איינעמס הומאר אנטענע איז ראסטי.
12) א נייע אפגעשריבענע אשכול פארלוירן.
13) מ'טעגט איינעם און ער מאכט זיך נישט וויסענדיג.
14) מ'שרייבט א גוטס און ס'גייט גראד אראפ אין תהום (מ'קען עס נישט ארויפברענגן, ווייל מ'איז דאך א עניו...)
15) שרייבסט א טענה אויף איינעם, און יענער לייקט עס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:03 pm
דורך berlbalaguleh
16):.מ'גייט הגבהה (אדער מ'בויעט א סוכה, און מ'שטייט אויפ'ן לייטער בפני קהל ועדה), און די הויזן פאללן אראפ. מעשה שהיה... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:21 pm
דורך איך אויך
אפילו מיט די הויזן-טראגער?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:02 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן:אפילו מיט די הויזן-טראגער?

יא. ווייל די קנעפלעך (אדער קליפ) קענען זיך אמאל ארויסגליטשן ווען מ'באמערקט נישט... :? :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 1:06 pm
דורך רויטע וואנצעס
17) מ'דרייט זיך ארום א האלבע טאג מיט א אפענע זיפפער.
18) מ'דרייט זיך ארום מיט פרישטאג אויפן בארד.
19) מ'דרייט זיך ארום מיט קעטשאפ אויף די רעקל.
20) מ'דרייט זיך ארום מיט א עקסטערע קנייטש אויפן היט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:09 pm
דורך פלעין יודיש
א גרינעם שטיקעל אויפן נאז

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:12 pm
דורך סמבטיון
21) מ'ענפערט אמן הויך נאך שבת וינפש פרייטיג צונאכטס.
22) מ'שעלט יענעם בעפאר מעהאט אראפגעהאקט דעם פאון.
23) מ'גריסט איינעם און יענער איגנארירט דיר.
24) מ'פארלירט א זאק אין מקווה.
25) א מעכטיגע סעריע פון האפטשוס אינמיטן שטיל שמו"ע.
26) אריין שפאצירן אין בעסמעדריש מיט א בעג אויפן קאפ נאך א רעגן.
27) שטיין אין בית הכבוד (שטייעדיגע) איין בודקע נעבן דיין שווער.
28) קישן די ציצית אין תשעה באב.
29) ווען די קעשיר שרייט הויך אויפן קול 'דיקליינד'.
30) ווען מען פאנגט אן שליקעצען בשעת'ן טרינקען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:43 pm
דורך Milk shake
יאנקל פארט זיך שיין אויפ'ן 42, א ווייסער מיני ווען טוט אים טעילגעיטן און וויידעלט אים נאך ווי א שוואנץ, ער בארויאיגט זיך נישט ביז ער גיט אים א גוטן קאט אריין און פעסד אים, יאנקל בלייבט נישט שולדיג, און מיט מסירת נפש פליט ער דורך די געלע ליינס און שניידט אים צוריק ארויס בשעת ער הייבט אים ארויס א פינגער פון די פענסטער, ער איז יעצט דער פראנט ראנער, ביים רויטן לייט גיט זיך יענער ווייסן געדינגענעם ווען א שטעל פאראלעל מיט יאנקל, ער ראללט אראפ דעם פענסטער, יאנקל דעקט זיך צו דעם פנים מיט ביידע הענט, אוי געוואלד! וואו טרעפט מען דא א גרוב אריינצוטאנצן? דער נייער מחותן מיט וועם איך האב זיך פאריגע וואך משדך געווען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:13 am
דורך שמעקעדיג
מחותן אהער מחותן אהין, אז ער דרייווט ווי א חיה דעזערווט ער א פינגער!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:33 am
דורך קפנדריא
זעט אויס ווי גאר פאסיגע מחותנים..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 3:34 pm
דורך berlbalaguleh
Milk shake האט געשריבן:יאנקל פארט זיך שיין אויפ'ן 42, א ווייסער מיני ווען טוט אים טעילגעיטן און וויידעלט אים נאך ווי א שוואנץ, ער בארויאיגט זיך נישט ביז ער גיט אים א גוטן קאט אריין און פעסד אים, יאנקל בלייבט נישט שולדיג, און מיט מסירת נפש פליט ער דורך די געלע ליינס און שניידט אים צוריק ארויס בשעת ער הייבט אים ארויס א פינגער פון די פענסטער, ער איז יעצט דער פראנט ראנער, ביים רויטן לייט גיט זיך יענער ווייסן געדינגענעם ווען א שטעל פאראלעל מיט יאנקל, ער ראללט אראפ דעם פענסטער, יאנקל דעקט זיך צו דעם פנים מיט ביידע הענט, אוי געוואלד! וואו טרעפט מען דא א גרוב אריינצוטאנצן? דער נייער מחותן מיט וועם איך האב זיך פאריגע וואך משדך געווען.

את חטאי אני מזכיר. איך פארצייל דא א מעשה. קיינער זאלל מיך נישט אינדייטן, אדער זאגן אז איך דרייוו ווי א חיה. מיט בערך א יאר צוריק, ווען כ'האב געדרייווט דעם באס, האטציך פלוצלינג אריינגעכאפט א שיינער נייע ווען, און ער פארט מעשה בעל הבית. ווי גלייך זיין טאטע האט עים געגעיבן די גאסן פון שטאט בירושה. פארט, און שטעלט זיך. פארט, און שטעלט זיך. ביז מיין געדולד האט געפלאצט. און איך האב אריינגעקאט אין פראנט פון עים. קוקנדיג אריין אין פנים פון דעם ברייטן מחותן, וועים אי :? 8-) :lol: :lol: :roll: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o ך האב (לכאורה) גוט צו געפיקסט, האביך באמערקט אז דאס איז מיין שכן, מיט וועים איך שמועס אזוי געשמאק ביז נאך חצות הלילה (...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 3:49 pm
דורך שטילע אינגערמאן
כ'האב געגעבן א היטש פאר א גאר חשובע איד, אינמיטן פאהרן רופט אריין א ביזנעס ראילעיטיד אינגערמאן כמה פעמים, כ'האב געוויסט ס'וויכטיג, כ'האב נישט געהאט קיין ברירה אין כ'האב אויפגעהויבן כ'האב נישט באמערקט ער איז אנגצונדען אויפ ספיקער אין פאר כ'האב עיהם געקענט זאגן אז כ'גיי יעהם צוריק רופן שפעטער, האט ער זיך אויסגעדרוקט זייער נישט איידל

אומאנגענעמע מאמענטן מיט משפחה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
31) מיט די שווער אין די מקוה בור. ס'ווארפט זיך מיר נאך די ביינער ווען איך דערמאן זיך פון די צייטן.
32) מיין טאטע בארגט געלט פון מיר... און איך דארף עם בעטן מער ווי איינמאל צוריקצוצאלן.
33) איך טרעף מיין שוויגער אין די גראסערי אדער אויף א באס.
34) מיין ברודער ארבייט פאר מיר, און ער וויל א רעיז. (שלעכטע איידיע עניוועיס צו ארבייטן מיט משפחה...)
35) מיין שוועסטער בלאזט אויף מיין ווייב, און איך דארף מאכן שלום.
36) מיין מאמע וויל וויסן מיין ווייב'ס דא טאג.
37) מיין שוואגער איז א סופר און איך קויף מזוזות ביי א צווייטן, ער קומט באזוכן און פרעגט שאלות.
38) מיין פעטער מאכט חתונה, איך גיי נישט, ער רופט מיך אפצונעמען א מזל טוב.
39) מיין אינגעל געבט מיר א פסק אויף אידישקייט.
40) מיין מיידל וויל מאכן מיין פיאות און בארד.
41) מיין בעבי וועקט מיך אויף די מינוט איך שלאף איין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:22 pm
דורך סמבטיון
42) ווען מיין קליינער פרעגט מיר טאטי, פארוואס קויפסטו נישט קיין הויז.
43) ווען מעדארף גיין אויף הכנות, אין מעזיצט ביי איינעם אין קאר.
44) שמועסט מיט איינעם, אין אט ווערט דערשפירט א היימליכן שמעק וואס ווערט שטערקער פון מעניט צו מעניט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 6:29 pm
דורך אויליגער
45) ווען דיין חבר פרעגט דיר און סמעדריש פארוואס דיין בארד איז היינט נישט ארויפגעדרייט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:00 pm
דורך כוכב
ארויסגיין פונדערהיים מיט א שלאף קאפל. מעשה שהיה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:18 pm
דורך קאפקעיק
berlbalaguleh האט געשריבן:
Milk shake האט געשריבן:יאנקל פארט זיך שיין אויפ'ן 42, א ווייסער מיני ווען טוט אים טעילגעיטן און וויידעלט אים נאך ווי א שוואנץ, ער בארויאיגט זיך נישט ביז ער גיט אים א גוטן קאט אריין און פעסד אים, יאנקל בלייבט נישט שולדיג, און מיט מסירת נפש פליט ער דורך די געלע ליינס און שניידט אים צוריק ארויס בשעת ער הייבט אים ארויס א פינגער פון די פענסטער, ער איז יעצט דער פראנט ראנער, ביים רויטן לייט גיט זיך יענער ווייסן געדינגענעם ווען א שטעל פאראלעל מיט יאנקל, ער ראללט אראפ דעם פענסטער, יאנקל דעקט זיך צו דעם פנים מיט ביידע הענט, אוי געוואלד! וואו טרעפט מען דא א גרוב אריינצוטאנצן? דער נייער מחותן מיט וועם איך האב זיך פאריגע וואך משדך געווען.

את חטאי אני מזכיר. איך פארצייל דא א מעשה. קיינער זאלל מיך נישט אינדייטן, אדער זאגן אז איך דרייוו ווי א חיה. מיט בערך א יאר צוריק, ווען כ'האב געדרייווט דעם באס, האטציך פלוצלינג אריינגעכאפט א שיינער נייע ווען, און ער פארט מעשה בעל הבית. ווי גלייך זיין טאטע האט עים געגעיבן די גאסן פון שטאט בירושה. פארט, און שטעלט זיך. פארט, און שטעלט זיך. ביז מיין געדולד האט געפלאצט. און איך האב אריינגעקאט אין פראנט פון עים. קוקנדיג אריין אין פנים פון דעם ברייטן מחותן, וועים אי :? 8-) :lol: :lol: :roll: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o ך האב (לכאורה) גוט צו געפיקסט, האביך באמערקט אז דאס איז מיין שכן, מיט וועים איך שמועס אזוי געשמאק ביז נאך חצות הלילה (...

יא, אבער נאכאלץ אן דעם קידושין פינגער...
:ששש :רגע: :איךשטיל: :פורים2: :נערוועז:

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:37 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:ארויסגיין פונדערהיים מיט א שלאף קאפל. מעשה שהיה.

גם אני בחלומי. געגאנגען אמאל (ליל ששי) דרייוון דעם באס מיט א שלאף קאפל... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:41 pm
דורך איך אויך
43 און 44 איז נישט די זעלבע זאך?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
קאפקעיק האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
Milk shake האט געשריבן:יאנקל פארט זיך שיין אויפ'ן 42, א ווייסער מיני ווען טוט אים טעילגעיטן און וויידעלט אים נאך ווי א שוואנץ, ער בארויאיגט זיך נישט ביז ער גיט אים א גוטן קאט אריין און פעסד אים, יאנקל בלייבט נישט שולדיג, און מיט מסירת נפש פליט ער דורך די געלע ליינס און שניידט אים צוריק ארויס בשעת ער הייבט אים ארויס א פינגער פון די פענסטער, ער איז יעצט דער פראנט ראנער, ביים רויטן לייט גיט זיך יענער ווייסן געדינגענעם ווען א שטעל פאראלעל מיט יאנקל, ער ראללט אראפ דעם פענסטער, יאנקל דעקט זיך צו דעם פנים מיט ביידע הענט, אוי געוואלד! וואו טרעפט מען דא א גרוב אריינצוטאנצן? דער נייער מחותן מיט וועם איך האב זיך פאריגע וואך משדך געווען.

את חטאי אני מזכיר. איך פארצייל דא א מעשה. קיינער זאלל מיך נישט אינדייטן, אדער זאגן אז איך דרייוו ווי א חיה. מיט בערך א יאר צוריק, ווען כ'האב געדרייווט דעם באס, האטציך פלוצלינג אריינגעכאפט א שיינער נייע ווען, און ער פארט מעשה בעל הבית. ווי גלייך זיין טאטע האט עים געגעיבן די גאסן פון שטאט בירושה. פארט, און שטעלט זיך. פארט, און שטעלט זיך. ביז מיין געדולד האט געפלאצט. און איך האב אריינגעקאט אין פראנט פון עים. קוקנדיג אריין אין פנים פון דעם ברייטן מחותן, וועים אי :? 8-) :lol: :lol: :roll: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: ;) :o ך האב (לכאורה) גוט צו געפיקסט, האביך באמערקט אז דאס איז מיין שכן, מיט וועים איך שמועס אזוי געשמאק ביז נאך חצות הלילה (...

יא, אבער נאכאלץ אן דעם קידושין פינגער...
:ששש :רגע: :איךשטיל: :פורים2: :נערוועז:

די מפרשים מוטשען זיך צו פארשטיין פשט וואס דער גדול האחרונים (אדער אחרון הגדולים) האט געמיינט צו זאגן... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:14 pm
דורך קאפקעיק
Milk shake האט געשריבן:יאנקל פארט זיך שיין אויפ'ן 42, א ווייסער מיני ווען טוט אים טעילגעיטן און וויידעלט אים נאך ווי א שוואנץ, ער בארויאיגט זיך נישט ביז ער גיט אים א גוטן קאט אריין און פעסד אים, יאנקל בלייבט נישט שולדיג, און מיט מסירת נפש פליט ער דורך די געלע ליינס און שניידט אים צוריק ארויס בשעת ער הייבט אים ארויס א פינגער פון פענסטער, ער איז יעצט דער פראנט ראנער, ביים רויטן לייט גיט זיך יענער ווייסן געדינגענעם ווען א שטעל פאראלעל מיט יאנקל, ער ראללט אראפ דעם פענסטער, יאנקל דעקט זיך צו דעם פנים מיט ביידע הענט, אוי געוואלד! וואו טרעפט מען דא א גרוב אריינצוטאנצן? דער נייער מחותן מיט וועם איך האב זיך פאריגע וואך משדך געווען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:57 pm
דורך לאליפאפ
אנטשאט אשר בחר געזאגט נתן לנו,
שבת ביי מנחה געקלאפט סלח לנו,
ראש חודש ביי הלל געשריגן לא לנו,
מיט א רויטע פנים איך שטיי.

איך קלאפ אויף מיין חבר דערווייל איז עס א דריטן,
מיט א שלאף קאפל טרעף איך זיך אויפן גאס אינמיטן,
וכו' וכו'

ווען עס פעלט נישט אויס זאג איך הויך מיין דעה,
פארהאנקערט אין יענעמס קנעפל מיין פאה,
געמיינט ס'איז א מייז געקוויטשעט ווי א חיה,
איך בלייב שטיין אינגאנצן א בלאסן.

טאטי טאטי, אה! ס'נישט טאטי...

פאר מער הערט יואלי לעבאוויטש - ניגון פלאפ