בלאט 1 פון 2

ווען די ווייב קוקט דורך מיינע טעקסט מעסעדזשעס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:41 am
דורך Milk shake
אפילו איך האב נאר עהרליכע טעקסטס, מיינע קאנווערסעישאנס זענען נאר ריינע און אויסגעהאלטענע, דאך ציפט מיך יעדע מאהל איך זעה אים דורכליינען מיינע מעסעדזעס, איך קוק עס אהן עפעס כאילו מ'טראסט מיך נישט, אבער ס'באדערט מיך מורא'דיג, וואס איז די עצה??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:48 am
דורך שמעקעדיג
דו קוקסט קיינמאל נישט אדורך אירע מעסעדזשעס?
איז זי א פרומע וואס וויל דיר נאכקוקן? אדער קוקט זי סתם אזוי פאר נייגער?
עס ווענדט זיך אסאך ווי אזוי ענקער רילעישאנשיפ איז אדערווייז.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:53 am
דורך קפנדריא
ווען איך האב געפאקט מיין חשוב'ע פרוי איבערקוקן מיינע טעקסט איין נאכט נאכ'ן צווייטן, האב איך איר געזאגט, הער מיך אויס צדיקת, מיך שטערט נישט אז דו קוקסט מיינע טעקסט, איך האב נישט וואס צו באהאלטן, אבער דו ווייסט דאך אז ס'איז דא א חרם דרבינו גרשום צו ליינען יענעמס פריוואטע זאכן, אויב דו האלטסט נישט פון חרם דרבינו גרשום, וויל איך דיר מודיע זיין אז ס'איז דא נאך א חרם דרבינו גרשום, צו נעמען צוויי ווייבער..

זי האט שוין מיין סעלפאון מער נישט אנגערירט..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:59 am
דורך שמעקעדיג
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:21 pm
דורך בשבילי!
קפנדריא, געוויסע וועלן זאגן צו אזא מערידזש אז ס'איז נישט א גוטע ליבליכע. ס'דא פרויען וואס ביי זיי איז נישט געהערט אזא זאך אז דער מאן זאל האבן עפעס 'פריוואט', זיי ווילן אלעס שערן מיט'ן מאן און זיי ווילן די זעלבע לאוו אויף צוריק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:28 pm
דורך כוכב
מיין ווייב דרשנט פון צופרי ביז ביינאכט אז מעריזש איז אלל עבאוט טראסט און פרובירן זאל איך עפעס באהאלטן. די אלע חרם דרבינו גרשום תורות, אז איך זאג עס אינדערהיים, ביטע צוגרייטן פאר מיר א קאוטש, כהאב נישט וואו צו שלאפן.
הכלל, משום מעשה שהיה איז דער מנהג יעדע נאכט צו דיליטין אלע טעקסטס אדער טשעטס וואס קענען ברענגען קאפ וויי, אומנויטגע אקאונטס ווערן ארויסגעסיינט, אינטערענט דאטא יוזעזש ווערט פארשלאסן, און אלע טעבס פארמאכט, אזוי האבן מיר קאמפליט טראסט און זי קען רואיג דורכקוקן מיין טעלעפאן אינמיטן דער נאכט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:31 pm
דורך שטילע אינגערמאן
אדער א צווייטע מהלך, ווייז יא אלעס.
אנפאנג האט זי געכאפט א הארצע עטטאק פון געוויסע מעסעמדז'יס, היינט שטייט זי ביים פענסטער ווען כ'קום אהיים צו זעהן די קליפס אין בילדער

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:34 pm
דורך outspoken
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אדער א צווייטע מהלך, ווייז יא אלעס.
אנפאנג האט זי געכאפט א הארצע עטטאק פון געוויסע מעסעמדז'יס, היינט שטייט זי ביים פענסטער ווען כ'קום אהיים צו זעהן די קליפס אין בילדער

The problem is that it won't take too long that she will not need you in order to see clips and picures

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 12:53 pm
דורך טאמבל סאס
איך סעיוו אלע פרויערישע נעמען אויף מענער. כ'האב מסביר געווען מיין ווייב וואס דאס איז כאהבת דוד ויונתן.

אז דו וועסט שרייבן די מעסידזשעס אויף אידיש וועסטו האבן האלב געלעזט דעם פראבלעם.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 2:15 pm
דורך ברוך שאמר
בשבילי! האט געשריבן:קפנדריא, געוויסע וועלן זאגן צו אזא מערידזש אז ס'איז נישט א גוטע ליבליכע. ס'דא פרויען וואס ביי זיי איז נישט געהערט אזא זאך אז דער מאן זאל האבן עפעס 'פריוואט', זיי ווילן אלעס שערן מיט'ן מאן און זיי ווילן די זעלבע לאוו אויף צוריק.

חברה נעמט אריין אין אייער קאפ-אריין פין ווען ער זאגט הרי את וכו " איז ער אנדער פול סקארעטעני אין אנדער פול אינוועסטעגעשן !!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:16 pm
דורך הוגה
ביי מיר אינדערהיים איז איינגעפירט אז א יעדער איינער קומט זיך פרייוועסי וואס טאר נישט ווערן violated. א יעדער איינער פארשטייט אז מען קען נישט אריינגיין אין טוילעט ווען איינער איז דארט. מיינע קינדער ווייסן פון גאר קליינווייז אז מען גייט נישט אריין אין די עלטערנ'ס שלאף צימער אן רשות. עלטערן דארפן נישט בעטן רשות אריינצוגיין אין די קינדער'ס שלאף צימערן, אבער אויב די טיר איז פארמאכט גיבט מען א קליינע קלאפ, מען ווארט אפאר סעקונדעס און דערנאך גייט מען אריין. די קינדער מאכן נישט אויף די פאסט בריוולעך און ליינען נישט די bills. מיין ווייב און מיין טאכטער האבן ביידע א diary, עס ליגט אפען אין די שאפע, אבער קיינער וואלט זיך נישט דערוואגט עס צו ליינען. ווען איך וויל עפעס פון מיין ווייב'ס פאקעט-בוך אדער בערזל, וועל איך איר בעטן עס צו נעמען, אדער וועל איך איר פרעגן אויב זי גיבט מיר רשות עס צו נעמען. די זעלבע טוט מיין ווייב ווען זי דארף עפעס נעמען פון מיין טאש. פרייוועסי איז א נאטורליכע און געזונטע זאך וואס א יעדע מענטש פארמאגט און מוז ווערן ריספעקטיד. עס דארף זיין א mutual פארשטענדעניש צווישן מאן, ווייב און די קינדער. ווען א מענטש איז פרייוועט מיינט עס נישט אז מען באהאלט עפעס. פארשטייט זיך אז אויב דיין ווייב האט א סיבה צו טראכטן אז דו באהאלטסט עפעס, איז שוין א צווייטע מעשה.

ממילא, די זעלבע וועג האבן מיר אלע א פארשטענדעניש אז א סעלפאון איז היינטיגע טעג א פריוואטע זאך. א סעלפאון איז היינט א בריוו, באנק אקאונט, דייערי וכו'. מיינע קינדער נעמען קיינמאל די סעלפאון אן בעטן רשות, און מיר נעמען אויך נישט איינער פון די צווייטע אן רשות. מיין ווייב פארשטייט עס גוט ווייל זי זעהט אז איך ריספעקט פונקט אזוי איר פרייוועסי.


.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 3:30 pm
דורך איך אויך
טאמבל סאס האט געשריבן:איך סעיוו אלע פרויערישע נעמען אויף מענער. כ'האב מסביר געווען מיין ווייב וואס דאס איז כאהבת דוד ויונתן.

אז דו וועסט שרייבן די מעסידזשעס אויף אידיש וועסטו האבן האלב געלעזט דעם פראבלעם.

דאס איז די עלסטע טריק אין די בוק ,אבער זיי זיכער אז זי סעיווט די מענערישע נעמען אלס מיידלעך. ענבי הטאמבי בענבי הטומבי.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 4:10 pm
דורך דריידל
דאכציך אז אין מילתא דבדיחותא אשכול האט איינער אמאל געשריבן אז א פרוי האט געזאגט אז זי ווייסט אז איר מאן דרייט זיך נישט אויפ'ן אינטערנעט ווי מ'דארף נישט ווייל ווען זי טשעקט די בראוזינג היסטאריע איז עס אייביג ליידיג....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:02 pm
דורך סמבטיון
אז מערעד שוין פון די נושא, האב איך אן אלטע ספק וואס עגבערט מיר שוין א לאנגע צייט, צו דארף מען שערן די פעסווארד פינעם סעל אדער נישט, סעדא סברות לכאן ולכאן, הרב שיי טואב פין דע עמי מעגאזין האלט אז די פרוי האט אלע רעכטען צי זיין באזארגט אויב די מאן געבט נישט אהין דעם פאסווארד, אנדערע האלטן ווי הוגה למשל, אז סעאיז א זעלבספארשטענדיגע זאך אז יעדער האט זיינע פריוואטע זאכען וואס איז נישט נוגע פארן ווייב, אין סעזייער נארמאל עס נישט אהין ציגעבן, סא וואס טוט מען למעשה? איך האב נישט עפעס ווער ווייסט וואס צי באהאלטן אבער איך וויל נישט ברעכן דעם פרינציפ פון האבן פרייוועסי. בין איך גערעכט אדער נישט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:04 pm
דורך יאסל ראקאווער
מיין לעידי האט האט זיך אנגעליינט מיט די עמי און ס'איז געווארן יום טוב, וואס איז דאס, זי וויל די פעיסווארד.. האב איך איר געגעבען מיין פעיסווארד אבער אונז האב מיר א דיעל, איך זעע איינמאל קוקען אן רשות און די קענסט עס נישט מער קיינמאל האבן און זי וועט נישט האבן קיין טענות. ס'גיט די ספעיס וואס הוגה באשרייבט און זי האט די סעקיוריטי וואס די צוקאקטע סקווירא עמי האט איר כמעט אוועק גענומען..

הלכה למעשה איז כמעט אימעגליך צו האלטען א סעילפאון פעיסווארד פון שטוב מענטשען. ס'איז זייער גערינג עס אויפצוכאפען. נארטס ענק נישט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:06 pm
דורך ידען
סע ווענט זיך א סאך מאל וועלעכע ווייב מע האט.

מיין ווייב איז גיט מיט מיך און זי האט עס גיט געמאכט אז מע מיז לעבען אפען און אויב זי קען נישט זעהן מיין סעל מיינט עס אז איך באהאלט עפעס פון איר, האב איך געמיזט מעקען אלץ די היסטארי פון א סאך פרייוועט זאכן אויף די סעל. ביז....

איין טאג האבעך איר געפאקט (מע קען עס לייענען ביידע וועגען..) מיט עפעס ווען כאפ געזעהן איר סעל און זי וויל שוין צוריק דרייען..... אז מע מיז נישט לעבען אזוי אפען..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 10:34 pm
דורך Kool man
קפנדריא האט געשריבן:ווען איך האב געפאקט מיין חשוב'ע פרוי איבערקוקן מיינע טעקסט איין נאכט נאכ'ן צווייטן, האב איך איר געזאגט, הער מיך אויס צדיקת, מיך שטערט נישט אז דו קוקסט מיינע טעקסט, איך האב נישט וואס צו באהאלטן, אבער דו ווייסט דאך אז ס'איז דא א חרם דרבינו גרשום צו ליינען יענעמס פריוואטע זאכן, אויב דו האלטסט נישט פון חרם דרבינו גרשום, וויל איך דיר מודיע זיין אז ס'איז דא נאך א חרם דרבינו גרשום, צו נעמען צוויי ווייבער..

זי האט שוין מיין סעלפאון מער נישט אנגערירט..


אוטשששש... קאפאנדרי, אוי ביסטו פיינע נייעס!!

:דאבללייק: :לייק

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:05 am
דורך איינגעמיירעט
איך האב גרויס מיטלייד מיט יונגעלייט,וואס זייערע ווייבער זענען זייער יודישקייט פארזארגער.
אזא מערידזש איז זייער א immature מערידזש.
מהאט נישט חתונה און מלעבט נישט צוזאמען מיט א בן זוג,נאר אויב מגלייבט און משעצט, און מהאט ליב דעם בן זוג.
יעדער בן זוג געט ארויס, און געט אוועק,זיין פערסאנאליטי צו די אנדערע בן זוג, און שעצט און קוקט ארויס צו נשפע ווערען און זיך דערקוויקען מיטען צווייטען בן זוג׳ס פערסאנאליטי.
איך וויל פארשטיין דיע וועלכע ווילען קוקען די מאן׳ס סעלפאן.
ממה נפשך
האסטו ליב דיין מאן,ער איז גוט צודיר, די ביסט גוט צו עם מטראסט זיך,וואס די פיי דארפסטו זעען זיין פאון ? דיין מאנס פרומקייט שטייט דיך וויכטיגער ווי דיין אייגענע גוטע לעבן ? די לעבסטוך גוט מיט עם לאז עם אפ, די נעם קעיר פון דיין יודישקייט און ער וועט קעיר נעמען פון זיינס.
האסטו עם נישט ליב, לאז ווייטער אפ זיין פאון און גיי דיר אהיים,וואס האט זיין יודישקייט מיט דיר צוטוהן.
אלא מאי העסטו מיר זאגען,אז בעצם האסטו עם ליב,נאר יודישקייט קומט בא דיר פאר אלעס,און ממילא ביסטו גרייט דיך אפצושיידען פון דיין soul maid און פון דיין באליבסטו,אלעס ווייל סשטערט דיך פון דיין קשר מיט דיין גאט.
פיין און וואויל טוה עס,אבער מיט א שיינקייט,קענסטיך נאכאלץ נישט זיין,זיין פאליציי ער האט דיר גארנישט געטוהן,די דארפסט עם איבער בעטן און פארלאז עם.
אבער וואס עפעס ביסטו זיין פאליציי ער האט דיך געדינגען אז די זאלסט עם לערנען יודישקייט ?
איך ווייס נישט צו מיין פוינט איז קלאר.
איך ווער פשוט צופליקט ווען איך זעע אזא צופליקטע מהלך החיים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:52 am
דורך געפילטע פיש
נישט אלעמאל איז עס יידישקייט דוקא, נאר אז מ'איז מחנך מיידלעך פון קינדווייז אן אז מענער זענען [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] חיות וואס קענען זיך נישט באהערשן ווען זיי זעען א אינטש פונעם קני שטעקט זיך ארויס אדער א בגד וואס איז א מעין דמעין פון א בגד וואס איז דומה צו עפעס וואס מ'טראגט אין שלאף צימער. וויאזוי קענסטו עקספעקטן אזא פרוי זאל געטרויען איר מאן אז ער גייט נישט מיט אנדערע? אבער ווי הוגה און אנדערע זאגן, אז אויב איז נישט דא די טראסט און אנאטאמיע צווישן מאן און ווייב איז נישט די לייענען טעקסט מעסעדזשעס די פראבלעם, ס'איז נאר די סימפטאם.

דאס וואס כוכב שרייבט אויוון אז זיין ווייב זאגט "אז מעריזש איז אלל עבאוט טראסט און פרובירן זאל איך עפעס באהאלטן" איז ממש אן אקסימאראן, אויב איז עס עבאוט טראסט מיינט אז מ'מעג האבן פריוואטע זאכן איינער פון צווייטן און מ'טראסט איינער דעם צווייטן אז מ'באהאלט נישט קיין זאכן, אבער טראסט מיינט נישט אז איך קען לייגען א טרעקער אויף דיין פאון און קעמרעס אין בית הכסא, פונקט פארקערט. וואס פעלט אבער אסאך מאל איז מער ווי טראסט, אז ס'עקזעסטירט נישט קיין אנאטאמיע, אז א מענטש זאל זיין בארעכטיגט צו זיינע שיטות, זיינע חסרונות, זיינע שוואכקייטן, און יא, אפילו זיינע עבירות. מ'קען זאגן אז דאס קומט פונעם חרדישן "סיסטעם" ווי יעדער שפירט זיך גאט'ס פארזארגער, יעדער גייט אנגעטוהן די זעלבע, האבן די זעלבע שאיפות, דאס מאכט אז דער יחיד ווערט נישט ריספעקטירט לכשעצמו נאר אלס א חלק פונעם קאלעקטיווע נחת מאשין, אבער א גרויס חלק האט עס אויך מיט דאס אז מ'באקט אריין אין די מיידלעך אז זייער פליכט אויף דעם וועלט איז די "ונטרין לגברייהו עד דאתו מבי רבנן", דאס אז זיי פילן אז זיי זענען די וואס "היטן די קדושה אין שטוב", (ליין: זיי זענען זרע דיפאסיט באקסעס און פת בסלו תאוה ערפילערס), דאס איז זייער חיזוק, זייער לעבן, און חוץ פון מאכן קינדער און די מאנ'ס רוחניות האבן זיי נישט קיין סיפוק אין לעבן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:08 am
דורך ידען

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:31 am
דורך דריידל
קפנדריא האט געשריבן:ווען איך האב געפאקט מיין חשוב'ע פרוי איבערקוקן מיינע טעקסט איין נאכט נאכ'ן צווייטן, האב איך איר געזאגט, הער מיך אויס צדיקת, מיך שטערט נישט אז דו קוקסט מיינע טעקסט, איך האב נישט וואס צו באהאלטן, אבער דו ווייסט דאך אז ס'איז דא א חרם דרבינו גרשום צו ליינען יענעמס פריוואטע זאכן, אויב דו האלטסט נישט פון חרם דרבינו גרשום, וויל איך דיר מודיע זיין אז ס'איז דא נאך א חרם דרבינו גרשום, צו נעמען צוויי ווייבער..

זי האט שוין מיין סעלפאון מער נישט אנגערירט..


וואטש אוט ווייל די וועסט נאך האבן צוויי ווייבער וואס קוקן דורך דיין סעלפאון

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:58 am
דורך קפנדריא
בשבילי! האט געשריבן:קפנדריא, געוויסע וועלן זאגן צו אזא מערידזש אז ס'איז נישט א גוטע ליבליכע. ס'דא פרויען וואס ביי זיי איז נישט געהערט אזא זאך אז דער מאן זאל האבן עפעס 'פריוואט', זיי ווילן אלעס שערן מיט'ן מאן און זיי ווילן די זעלבע לאוו אויף צוריק.


מיין טייערער פריינט בשבילי, נישט אין דעם ליגט א גוטע הייראט אדער פארקערט, א פרוי איז א מבין, און שפירט גאנץ גוט ווען א מאן זארגט פאר איר, לייגט א פלייצע אין שווערע מצבים, און ווייס וויאזוי צו ארויסווייזן רעספעקט און ליבע, ביי די טעקסט סטארי הנ"ל איז עס צוגעגאנגען מיט א רואיגע און הומאריסטישע ריטם, זי האט אזוי געלאכט ווען איך האב איר עס געענטפערט, אבער זי האט גוט פארשטאנען דעם נמשל אויך, והועיל..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:19 pm
דורך למדן
עס קומט נישט געווענליך אלס פארזארגער אדער שלעכטעקייט, עס קומט מכוח נייגעריגקייט, זיי זיצן אין דערהיים און ווילן זעהן די היינטיגע נייעס פון וואטס עפפ און טעקסט (ובפרט די וואס האבן נישט קיין אייגענעם) און אז מ' לאזט נישט קוקן האבן זיי שוין א סיבה צו ווערן באליידיגט, די ערשטע עצה איז זיך נישט צו פארגינען א בעסערע פאון ווי פאר די ווייב (אדער בעסער קויף איהר די זעלבע ווי דו האסט)