בלאט 1 פון 3
פארוואס שערט זיך א כלה הערשט ממחרת
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:32 pm
דורך ממרום שלח אש
ביי די (נשים) וואס פירן זיך צו שערן די האר, שערט מען זיך געווענליך נישט גלייך נאך די חופה, וואס איז פשט? און וואו איז די מקור?
אין שו"ת חת"ס ווערט עס דערמאנט בהבלעה, ער פארענפערט פארוואס עס איז נישט קיין חציצה אפילו ס'איז סופן לקוץ. פון זיינע ווערטער קוקט אויס ווי עס האט א שייכות מיט די בעילת מצוה.
איז טאקע דא וואס טוען די בעילת מצוה בגילוי ראש? אויב איז עס סיי ווי פארשטעקט אונטער די טורבאן די גאנצע צייט וואס איז די נפק"מ? (אפשר פת בסלו..)
חוץ מזה, גלייב איך אז היינט איז עס געווארן פשוט "די נעקסטע צופרי" ווייל לא שמענו אז אויב האט מען נישט בועל געווען בליל ראשון אז מען זאל ווארטן מיטן שניידן.
ווער עס קען אביסל מער באלייכטן אין דעם ענין זאל ביטע נישט מונע זיין טוב מבעליו.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 5:41 pm
דורך כוכב
אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס בלויז א פראקטישקייט, קיין מנהג.
גיי שער א כלה שפעט אויף דער נאכט נאך מצוה טאנץ.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 6:59 pm
דורך ממרום שלח אש
כוכב האט געשריבן:אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס בלויז א פראקטישקייט, קיין מנהג.
גיי שער א כלה שפעט אויף דער נאכט נאך מצוה טאנץ.
כגלייב שווער, אונזערע פרומע אידן וואלטן נישט געקוקט דערויף. זיי זענען אלץ גרייט פאר מסירת נפש אויף א חוט השערה. אבער יתכן אז די מנהג איז נשתרבב געווארן פון א פראקטישקייט.
אבער היינט איז עס זיכער א מנהג.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 11:36 pm
דורך מבקר
מנהג איז טייטשט? ס'פירט זיך אזוי, אבער נישט אז מ'דארף זיך אזוי פירן!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 8:44 am
דורך קאווע טרינקער
בימי חז"ל איז דאס געווען די היכר פון א בתולה - אפענע האר, צו אלמנה - צוגעדעקט (לויט די אמאליגע אלעוועלטליכע אנגענומענע סטענדארט אז אפענע האר פאר א נשואה איז - משום מה - פריצות'דיג. היינט איז נישט אזוי די פאקט, אבער ס'קומט צוריק אט אט ווען די ישמעאלים נעמען איבער די וועלט)
איז מסתבר אז ס'שטאמט פון אמאל.
די קשיא איז נאר, פארוואס שערט מען בכלל?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 9:18 am
דורך משולם שטיינפעלד
ביי די ישמעאלים דעקט מען נאר צו האר פון נשואות? מען זעהט דאך כסדר קליינע מיידלעך מיט די שמאטע אויפן קאפ. אפשר פון די צוועלעף?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:47 am
דורך לעיקוואד
ביי מוסלמענער איז מען מחייב צודעקן די האר פאר אלע נישט נאר נשואות.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:18 pm
דורך מבקר
קאווע טרינקער האט געשריבן:בימי חז"ל איז דאס געווען די היכר פון א בתולה - אפענע האר, צו אלמנה - צוגעדעקט (לויט די אמאליגע אלעוועלטליכע אנגענומענע סטענדארט אז אפענע האר פאר א נשואה איז - משום מה - פריצות'דיג. היינט איז נישט אזוי די פאקט, אבער ס'קומט צוריק אט אט ווען די ישמעאלים נעמען איבער די וועלט)
איז מסתבר אז ס'שטאמט פון אמאל.
די קשיא איז נאר, פארוואס שערט מען בכלל?
בימי חז"ל האבן אפילו מיידליך אויך צוגעדעקט זייערע האר, עס ווערט נישט דערמאנט און קיין שום גמרא א חילוק צווישן בתולות און נשואות אין דעם ענין.
דא איז א שיינע תשובה פון הרב משאש בנוגע כיסוי השערות לנשיםדי סיבה פארוואס מ'האט צוגעדעקט די האר איז נישט וועגן צנועות!!! פונקט פארקערט, די גמרא זאגט אז אויב איינער דעקט אויפ א פרוי'ס האר דארף ער באצאלן בושת, ווייל ער'ט איר פארמיאוס'ט. די זעלבע איז אויך בנוגע מענער מיטן גיין אנגעטוהן בכלל, האט גארנישט מיט צנועות, די תוספתא ברכות זאגט נאר אז עס איז נישט אזא שיינע זאך.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 12:28 pm
דורך תמימותדיגע
איך מיין אז עס איז געווען אמאל א מנהג ביי געוויסע מקומות אז די כלה איז געגאנגען מיט די אייגענע האר ביז אינדערפרי אהן א שייטל
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 4:57 pm
דורך ממרום שלח אש
@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.
מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:23 pm
דורך ביבער
כדי צו געבן פאר'ן מאן א טשענס צו זאגן ניין...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 10:31 pm
דורך טאמבל סאס
ממרום שלח אש האט געשריבן:@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.
מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?
ביי געוויסע משפחות שערט מען צווישן די חופה און די חתונה. און אזוי האט זיך טאקע מיין פרוי'ס משפחה געפירט...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:18 pm
דורך ואימא איפכא
מיר אלע קענען די משנה בתולה נישאת ליום הרביעי וכו' אלזא ווען די מאן גייט דאווענען ממחרת איז דאך נגמר טענותיוו, ער קען שוין נישט טענ'ען פתח פתוח מצאתי, ממילא היות די גמ' זאגט דאך אז די מאן איז נאמן איז עס כאילו ער זאגט עדות אז זי איז א געהעריגע בתולה ממילא קען מען שוין אפשניידן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 8:29 pm
דורך קדש הילולים
@איפכא: הדה״ד טענה בחיטין והודי לזכר קדשו...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 12:58 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:ממרום שלח אש האט געשריבן:@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.
מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?
ביי געוויסע משפחות שערט מען צווישן די חופה און די חתונה. און אזוי האט זיך טאקע מיין פרוי'ס משפחה געפירט...
טאמבל סאוס: ס'טאקע א שאד אז מ'שערט נישט קיין חתנים אויך, צווישן די חופה און חתונה...
Please look in the mirror...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:04 am
דורך חסיד
דאס עצם ענין פון גילוח השערות טרעפט מען ווייניג אלטע מקורות בחז''ל, אין אסאך פלעצער (ספרדים- גער) טוען נישט אזוי עד היום.
עס איז אנגענומען אז די תוקף הדבר נעמט זיך פון דעם וועד ארבע ארצות (פולין, וואלין, רייסן, ליטע [לפעמים נשתנו המדינות פולין גדול וקטן {גאליציע} וכדו']) וועלכע האבן דאס איינגעפירט בחרם חזק עליהם ועל זרעם.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:49 pm
דורך בענבען
צווישן די חופה און חתונה איז זייער נישט פראקטיש האר אויף די קליידער אדער גוף ס'קראצט, איז טאקע דא מענטשן וואס טוהן עס?
איז דא וואס לאזן עס געהעריג אויפגעדעקט ביז די נעקסטע צופרי אפילו נאך די בעילת מצוה?
ביז נאך די בעילה און בשעת מעשה האבען רוב פרויען אופגעדעקט די האר? די ערשטע נאכט רעד איך
להבהרה, איך גיי נישט אריין אין די נושא פון זיך יא שערן און נישט שערן איך פרעג לגבי די וואס שערן זיך יא
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:34 pm
דורך געדאנקן
berlbalaguleh האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:ממרום שלח אש האט געשריבן:@קאווע טרינקער איף פרעג נישט אויף עצם גילוח, איך פרעג פארוואס מען ווארט הערשט ביז די נעקסטע טאג.
מיינסט אפשר צו זאגן אז וויבאלד מען וויל נישט מאכן א חוכא וטלולא פון די מנהג קדום (לויט א טייל איז עס א מנהג הגמרא) "באדעקן די האר" לאזט מען איבער די האר?
ביי געוויסע משפחות שערט מען צווישן די חופה און די חתונה. און אזוי האט זיך טאקע מיין פרוי'ס משפחה געפירט...
טאמבל סאוס: ס'טאקע א שאד אז מ'שערט נישט קיין חתנים אויך, צווישן די חופה און חתונה...
Please look in the mirror...
מיינסט די דיוקנא קדישא?
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 1:34 am
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן איז עס בלויז א פראקטישקייט, קיין מנהג.
גיי שער א כלה שפעט אויף דער נאכט נאך מצוה טאנץ.
אלא מאי איז האבן (לאנגע) האר פאר אן אשת איש נישט קיין איסור דאורייתא. ניטאמאל אן איסור דרבנן...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:51 am
דורך קהל'ס נער
חסיד האט געשריבן:דאס עצם ענין פון גילוח השערות טרעפט מען [ווייניג] (קיין איין) אלטע מקורות בחז''ל, אין [אסאך פלעצער] (קיין איין פלאץ , אחוץ אינגערישע אין גאליציאנע חסידים) (ספרדים- גער) טוען נישט אזוי עד היום.
עס איז אנגענומען אז די תוקף הדבר נעמט זיך פון דעם וועד ארבע ארצות (פולין, וואלין, רייסן, ליטע [לפעמים נשתנו המדינות פולין גדול וקטן {גאליציע} וכדו']) וועלכע האבן ( נישט געהאט קיין שום רבנ'ישע אוטאריטעיט, זיי זענען געוועין א גאווערמענט עיג'ענסי איינצימאנען די שטייער פון די יודען, וואס עווענטועל איז עס פארמאכט געווארען ציליב קארופציע] דאס איינגעפירט בחרם חזק עליהם ועל זרעם. וואס קיינער האט עס נישט אנגענימען, אחוץ גאליציע, ( אונגערן איז נישט געוועין אין די ארבע ארצות), און אפי' גאליציאנע אפשטאמיגע, זענען גארנישט מחיוב צי די גזירה, וויבאלד ער איז מער נישט אין גאליציע
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:46 am
דורך היסטאריע
ועד ארבע ארצות אויף גילוח שערות איז א באבע מעשה
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:54 am
דורך פרנס החודש
היסטאריע האט געשריבן:ועד ארבע ארצות אויף גילוח שערות איז א באבע מעשה
אדרבה, איך זוך שוין לאנג איינער זאל אויסקלארן מער,
איז בכלל דא דאקומענטירט זייערע תקנות? און אויב יא, ווי?
אדער אויב איינער קען צוצייכענען א בוך וואס ברענגט מער קלארקייט איבער'ן ווא"א.
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 11:57 am
דורך קהל'ס נער
פון זיי אליין איז עס אין ערגעץ נישט דאקומענטירט, ס'מער אזא מסורה, אז זיי האבן געמאכט אזא גזירה, ווייל אויף וועם דען זאל מען עס ארויפקלעבן? ס'האט נישט קיין שום פריערדיגע מקור, ולהיפך אין רא"ש שטייט אז א פרוי טאר זיך נישט שערן אלץ לא תלבש.