א מעשה מיט אן אויסניצער
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 1:00 am
- "נעקסט פליז"
-"יא, געמער צוויי סלייסעס מיט א טשיז פרעצעל"
-"דעטס איט?"
-"ניין. געמער זעקס גארליק נאטס מיט א ספייסי פרייס טו סטעי"
-"נעקסט אין ליין פליז"
-" די פיצא איז פריש?"
-"נו, זיכער. אלס איז פון היינט"
-"איז געמער א סלייס"
---
איך שטיי היינט אין פיצא סטאר נאך א שווערע נאכט, די בעיבי האט פארפירט (און די ווייב האט טעראריזירט), איך פרוביר מיין בעסטע אויפצונעמען די קונדען מיט א שמייכל, אבער ווי שיין איך בין צו די קליענטן, ווי שטארק איך ווארט פאר א שכויח און א דאנק, קען איך עס פאר סאם ריזן נישט הערן. דער פראבלעם איז אז דאס חזר'ט זיך איבער טאג איין טאג אויס. נישט אז נעכטען איז געוועהן אנדערש, מה פתאום?! מען קומט אריין, קוים וואס מ'זאגט גוט מארגן, און אן קיין פליז & טענק יו גייט מען די זעלבע וועג ווי מ'איז געקומען.
וואט דע העלל?!
ווען כ'האב ווען א צל של ספק אז מארגן וועלן זאכן פלוצלינג זיך טוישן, וואלט איך געשוויגן. איך ווייס אבער פון עקספיריענס אז דאס וועט קיינמאל פאסירן. איך קען גוט מיינע קונדען. א באנדע אויסניצערס.
יעצט, איר הייבט אוודאי אייער אויגן-ברעמען, און וואונדערט זיך הויעך וואס וויל שוין ווידער דער אפטע? סתם באבלאזען? פארגעסן צו נעמען זיינע כדורים? איז לאמיך אייך זאגן חברה, ניין, גארנישט איז נישט געשעהן. איך בין נישט אין קיין דעפרעסיע און מיינע פיללן זענען שוין אין מאגן. וואס דען? איך ליג אין בעט און כ'האב נישט וואס צו שרייבן. נו, איז וואס איז דער עצה? פירקלען שטותים! וואס, כ'בין משוגע? נו נו.
כ'האף איר האט נישט טענות אז כ'האב גע'הרג'עט ענקער צייט. אויב יא בעט איך מחילה.
---
שטותים שרייבט ער ליידער,
אפטע פון דא גיידער,
אפשר גייסטו צוריק אין חדר?
באריסטא קום מאך סדר.
ס'גייט מיר אבער ווייניג אן,
כ'העל טאן וואס איך וויל טאן,
כ'האף כ'וועל איינשלאפן סאן,
איידער קרייען טוט דער האן
ס'גייט שוין טאקע אויף די געהירן,
טרייען, דרייען און פרובירן,
אקעי, אפטע, הער אויף פארפירן,
טוסט ערענסט נערווירן.