איז טאנצן א קונסט?

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

איז טאנצן א קונסט?

שליחה דורך זר זהב »

אויב יא באלנגט עס דאך אין דעם פארום. איך האף נאר אז מ'מעג עפענען דערויף א באזונדער'ן אשכול.

און ס'איז עפעס וואס באדערט מיר שוין לאנג, איך וויל פארשטיין פשט פארוואס אונז חסידים (וואס סופפאזעטלי זענען מיר די הייסע פארקאכטע פאר א דבר מצוה) זענען פון די שוואכסטע טאנצער פון אלע אנדערע שיכטן פון כלל ישראל ?

גיי אריין צו א חסידישע חתונה, א פערטל זאל שטייט ביי די מוזיק און זיי קענען דיר נאכן חתונה פונקטליך זאגן וויפיל רוט קאנאלס דער זינגער האט. א פערטל זאל שמועסט, און דאס איבעריגע טוט א טובה אז זיי "וואקן" אזוי ארום אין א רינג.

יעצט כאפ דיך אריבער צום ליטווישען אדער מאדערענעם אדער האלב פרייען אדער מאדערן ארטאדאקס אדער ישיבה'שע חתונה און זאג דו מיר צו אונז דארפן זיך נישט פארשטעקן דאס פנים פאר בושה ?!?!

איך קוק דעי קליפ (נאר א דוגמא) און איך וויל אריילויפן אינעם טאנץ , געב א קוק. אט אזוי זעהן אויס אלע טאנצערייען פון אלע אנדערע קרייזן, מ'טאנצט לשם טאנצן, מ'פערפארמט נישט פאר קיינעם, מ'זארגט זיך נישט וויזוי יענער קוקט אויף מיר און צי די היט איז גראד.

חסידים וועקטס ענק אויף!!

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=hUEAaJTvCf0[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

טאנצען? פאר א חתן כלה? ווען די רבי מאכט חתונה וועל איך טאנצען ווען די רבי זי"ע קומט אריין, אבער א פלעינע חתונה? נאר דע באמ'ס טאנצען ביי הארא. :roll:
ציוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 01, 2012 12:13 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך ציוני »

זיידעטשקע האט געשריבן:פון ווי טאקע שטאמט "הארא"?? איז דאס דוקא א חסידישע זאך??


ניין דאס קומט פון די אראבישע לענדער
(בעיני ראיתי הערבים בעיר העתיקה בירושלים רוקדים אורה, בחתונה שלהם)

און ערליכע אידן פלעגן דאס קיינמאל נישט טאנצן
ביז כהיום ווען ס'הערשט א עולם התואו, און אסאך בנש"ק'ס און גרויסע רבנים טאנצ'ן דאס מיט דביקות ליידער
יהודי לו "ציוני"
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער "הארא" דראם (DRUM-BEAT) ווערט גערופען ARABIAN RHYTHM
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
John Doe
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 169
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 111 מאל

שליחה דורך John Doe »

הארא איז א טאנץ וואס מ׳האט געטאנצט ביי אידן זינט ווייס איך ווען. די הארא פון אמאל פארשטייט זיך איז געוועהן אביסל אנדערש. היינט רופט מען הארא א טאנץ מוזיק וואס לויפט אויף א טעמפא צוווישן 108 ביז 120 בארס (ביטס) פער מינוט.

אט איז א הארא געשפילט 100 יאר צוריק אין יאר 1912 אין ראמעניע דורך דער רומינסקי כליזמרים ארקעסטרע

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cFiCT7ETZQY[/youtube]
If the only way we can sell our children on Judaism is by forbidding everything else, we are bankrupt. ~ R'abbi S Freifeld
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ר' זר זהב איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט די חסידישע בחורים טאנצען אסאך בעסער וי די ליטווישע נאר די פראבלעם איז ממה נפשך האט די בחור וואס האט חתונה געלערנט אין אמעריקא לאזען נישט די ישובות אז די בחורים זאלען גיין טאנצען האט ער געלערנט אין ארץ ישראל זענען זיינע חברים נישטא איז ווער בלייבט איבער צו טאנצען????? גייט צו א חתונה אונהייב ניסן וועט איז זעין וואס טאנצען מיינט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר זהב האט געשריבן:איך קוק דעי קליפ (נאר א דוגמא) און איך וויל אריילויפן אינעם טאנץ , געב א קוק. אט אזוי זעהן אויס אלע טאנצערייען פון אלע אנדערע קרייזן, מ'טאנצט לשם טאנצן, מ'פערפארמט נישט פאר קיינעם, מ'זארגט זיך נישט וויזוי יענער קוקט אויף מיר און צי די היט איז גראד.


נו זיכער זארגן זיי נישט פארן היט, זיי האבן דאך נישט איינס...

געפילטע פיש האט געשריבן:טאנצען? פאר א חתן כלה? ווען די רבי מאכט חתונה וועל איך טאנצען ווען די רבי זי"ע קומט אריין, אבער א פלעינע חתונה? נאר דע באמ'ס טאנצען ביי הארא. :roll:


האסטו מיר געמאכט לאכן, און מיר דערמאנט פון מיינע בחור'ישע יארן ווען דער ראשעשיווע האט געהאקט אויף די הארא (מיט די באקל פאסיקס, און געפוצטע גלעזער, און די שמעקעדיגע זייף וואס האט הלכה ווי צוואה - אם ניין, צואה......, סארי ווער עס גייט ברעכן)
וירח ה' את ריח הניחוח
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

ציוני האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:פון ווי טאקע שטאמט "הארא"?? איז דאס דוקא א חסידישע זאך??


ניין דאס קומט פון די אראבישע לענדער
(בעיני ראיתי הערבים בעיר העתיקה בירושלים רוקדים אורה, בחתונה שלהם)

און ערליכע אידן פלעגן דאס קיינמאל נישט טאנצן
ביז כהיום ווען ס'הערשט א עולם התואו, און אסאך בנש"ק'ס און גרויסע רבנים טאנצ'ן דאס מיט דביקות ליידער

אויב איז עס מיט דבקות לד' איז שוין לכאורא נישט קיין ליידער?! ווארים, אויב ברענגט עס נישט קיין פראסטע שטימונג און מוז נישט געטאנצט ווערן מיט ממש פראסטע באוועגונגען, אין שום בעיה לענ"ד, (ועיין בספרי שו"ת בענין לנגן ניגוני ערביים בבית הכנסת). מעגליך נאר פאר מדקדקים ממש.

סיידן אויב כ'וועל זאגן אז דער רב איז א וועג ווייזער אדער מורה היתר פאר אזעלעכע וואס ווערן פון דעם טאנץ יא צולאזט און מיט א שמיץ אריבער.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

John Doe האט געשריבן:הארא איז א טאנץ וואס מ׳האט געטאנצט ביי אידן זינט ווייס איך ווען. די הארא פון אמאל פארשטייט זיך איז געוועהן אביסל אנדערש. היינט רופט מען הארא א טאנץ מוזיק וואס לויפט אויף א טעמפא צוווישן 108 ביז 120 בארס (ביטס) פער מינוט.

אט איז א הארא געשפילט 100 יאר צוריק אין יאר 1912 אין ראמעניע דורך דער רומינסקי כליזמרים ארקעסטרע


דאס וואס מ'רופט היינט ביי אונז הארא איז כולל עטליכע סארט ביעט'ס און טענץ. הצד השוה שבהן וואלט איך געזאגט איז אז אלע זענען ספרינגי. (די ארגינעלע וועג פון טאנצן ווייס איך נישט)
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

לעמיל האט געשריבן:ר' זר זהב איך מיין אז איר זענט נישט גערעכט די חסידישע בחורים טאנצען אסאך בעסער וי די ליטווישע נאר די פראבלעם איז ממה נפשך האט די בחור וואס האט חתונה געלערנט אין אמעריקא לאזען נישט די ישובות אז די בחורים זאלען גיין טאנצען האט ער געלערנט אין ארץ ישראל זענען זיינע חברים נישטא איז ווער בלייבט איבער צו טאנצען????? גייט צו א חתונה אונהייב ניסן וועט איז זעין וואס טאנצען מיינט


די ישיבישע גייען אריין אין אן עקזטאז ביים טאנצן, אז אפילו ווען די מוזיק שטעלט זיך אפ שטעלן זיי זיך אפטמאל נישט אפ. ד.ה. אז דאס קען מען כמעט באשטעטיגן אז אין אלגעמיין טאנצן די ישיבישע מיט מער עקזטאז ווי די אונגארישע-גאליציאנער סארט חסידים פון וועם מיר רעדן (די לובאוויטשער און קארלינער וכו' טאנצן אויך מיט א גרויס עקזטאז).

ווער עס טאנצט "שענער" און קונסליכער?
ווענד זיך וואו און ווער און ביי וועלעכע סארט ניגונים!

ירושלימער, ברעסלאווער, סאטמרער ביין רבין'ס שמחה, גערער, חסידים אויף די פארענטשעס ביים רבי'ן'ס טאנץ וכו'

די אזוי גערופענע באמעס וועלעכע ווייסן וויאזוי צו טאנצן פראפעשענעל אגרעסיווע טענץ א.א.וו.
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

חאצקל האט געשריבן:
ציוני האט געשריבן:
זיידעטשקע האט געשריבן:פון ווי טאקע שטאמט "הארא"?? איז דאס דוקא א חסידישע זאך??


ניין דאס קומט פון די אראבישע לענדער
(בעיני ראיתי הערבים בעיר העתיקה בירושלים רוקדים אורה, בחתונה שלהם)

און ערליכע אידן פלעגן דאס קיינמאל נישט טאנצן
ביז כהיום ווען ס'הערשט א עולם התואו, און אסאך בנש"ק'ס און גרויסע רבנים טאנצ'ן דאס מיט דביקות ליידער

אויב איז עס מיט דבקות לד' איז שוין לכאורא נישט קיין ליידער?! ווארים, אויב ברענגט עס נישט קיין פראסטע שטימונג און מוז נישט געטאנצט ווערן מיט ממש פראסטע באוועגונגען, אין שום בעיה לענ"ד, (ועיין בספרי שו"ת בענין לנגן ניגוני ערביים בבית הכנסת). מעגליך נאר פאר מדקדקים ממש.

סיידן אויב כ'וועל זאגן אז דער רב איז א וועג ווייזער אדער מורה היתר פאר אזעלעכע וואס ווערן פון דעם טאנץ יא צולאזט און מיט א שמיץ אריבער.

וואס איז די פראבלעם מיט הארא? אויב ס'איז ערליכע ניגונים ממקור טהור
מען טאר עפעס נישט הייבן די פיס פארן באשעפער'ס וועגן, אנן בעינן למיהוי קמי מלכא, קוק אריין אין ייט"פ סוכות ווי ער רעדט דערפון, אין דברי יואל שמחת תורה, ירוץ עבדך כמו איל
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

שרייבער האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם מיט הארא? אויב ס'איז ערליכע ניגונים ממקור טהור
מען טאר עפעס נישט הייבן די פיס פארן באשעפער'ס וועגן, אנן בעינן למיהוי קמי מלכא, קוק אריין אין ייט"פ סוכות ווי ער רעדט דערפון, אין דברי יואל שמחת תורה, ירוץ עבדך כמו איל


ווענדט זיך וויאזוי מ'הייבט א פיס! אויב מ'זינגט עס אויף א ווילדע וועג, קען עס באטראכט ווערן ווי א פראבלעם, זאל דער ניגון זיין אפילו פונעם ר' ר' אלימלך!
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

איז טאנצן א קונסט?

שליחה דורך קאנצעפט »

אויף די שאלה פון דעם אשכול:

וואסארא פראגע איז דאס? איר ווייסט וואסארא אינדוסטריע טאנצן איז אין דער וועלט?

פון די choreography ביז די טענצער אליין, יעדער זינגער וועלט זיך זיינע טאנצער, און וואס א בעסערע נאמען אלס טאנצער אלס מער געלט מאכט מען.

ווייניג חסיד'ישע אידן קענען די עכטע מלאכה פון טאנצן, אבער כ'האב שוין געזען ביי חסיד'ישע חתונות חברה וואס טאנצן ווי ריכטיגע פראפעסיאנאלן, ס'איז מיר געפאלן.

כ'רעד נישט פון די דביקות'דיגער טענץ ביי רבי שמעון'ס קבר, דאס קען דער גוי קיינמאל נישט נאכמאכן! און דאס איז שוין איינמאל א קונסט...
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

מ'קען זיך לערנען יארן צו ווערן א פערפעקטע בעלערינע טאנצערין. זיכער איז עס א קונסט, און די באוועגונגען זענען געשריבן ווי נאטן פאר מוזיק.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

די פרויען אפילו אין אונזערע קרייזן ווייסן פון פאכמאנישע טענץ
און בכלל איז דער ענין פון טענץ מער אן ארטיקל ביי א פרוי (אזוי געפונען מיט אויך אין תנ"ך), ווייל א קונטסליכער טאנץ קומט מיט סענסעטיווע קערפערליכע אויסדריקן וואס איז מער מצוי און אונטרעסאנט פון\פאר א פרוי.

און איך מיין אז אויסער געציילטע אויסנאמען (מה יפית אידן און דער טאנץ פון בער...) האט מען שטענדיג געוואוסט אז טאנצן מיט קונסט איז א ווייבערישע פאך
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

Re: איז טאנצן א קונסט?

שליחה דורך איחוד פעלד »

הארא איז אן אלטער אידישער טאנץ נאך פין

ביה"מ, די גוים האבען עס געגנבט פין אונז.

אין גמרא שטייט נאך מרקד אתלת.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

צו דערגיין די טיפקייט פון א טענצל קען מען זען די פילם "בלעק סוואן" (פאר ווער ס'קוקט ארטיסטישע פילמס, אדער בכלל פילמס...)
באניצער אוואטאר
Espresso
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 25, 2012 11:23 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך Espresso »

קאנצעפט האט געשריבן:צו דערגיין די טיפקייט פון א טענצל קען מען זען די פילם "בלעק סוואן" (פאר ווער ס'קוקט ארטיסטישע פילמס, אדער בכלל פילמס...)

אבער זייט גרייט אריינצוגיין אין מרה שחורה, ס'האט זייער טונקעלע אנדער-טונס.
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

אזוי ווי מוזיק און בילדער און אנדערע קונסט, איז ביי טענץ אויך פאראן אפענע און אבסטראק
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אויבן האביך געלייגט א קליפ וויאזוי מ'טאנצט ביי די 'אנדערע' שיכטן פון כלל ישראל... איצט קוקט וויאזוי מ'טאנצט ביינונז. (גיב אכט פון הוללות)

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=EQj8hNR_yPc[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

איין זאך אי זיכער, לערנען יענעם טאנצן איז זיכער א קונץ...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען זאגט נאך פון דעם בארימטן משמח אלקים ואנשים, ר' שלום אליעזר דים הי"ו:

מאנכע ווייבער זענען זיך נוהג צו לערנען די מענער טאנצן. אבער דאס איז באמת נישט לרוחם, זיי גלייכן מער ווען זייערע מענער קאנען שוין טאנצן "בעפאר" די חתונה.
אויף דעם זענען חז"ל מרמז, כיצד מרקדין "לפני" הכלה, נאך איידער מען באקומט א כלה דארף מען שוין קענען טאנצן.
און דעריבער זאגט די משנה "רקוד לפני מקודשת", אז די כלה זאגט פארן חתן "טאנץ פאר מיר" און ער טאנצט, איז זי מקודש, פארוואס?
נאר מיט די הנאה וואס זי האט אז ער קען שוין יעצט טאנצן און זי ברויך אים נישט גיין אויסלערנען, מיט די דאזיגע הנאה איז זי מקודשת!

וראויין הדברים למי שאמרם, ודפח"ח (אריין אין מילתא דבדיחותא אשכול).
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UmpoC5gN_eA[/youtube]
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט