בלאט 1 פון 2

בערי וועבער - בן מלך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:37 am
דורך לאליפאפ
מיט טופענדע פיס פלאכן שטייט די עולם הנגינה און ווארט מיט עקסטאז אויף דעם נייעם רייכן אלבום "בן מלך" וואס וועט פרעזענטירט ווערן דורך דעם אלעם באקאנטן נפתלי משה שניצלער.

דער דיסק ווערט געזינגען דורכן בארימטן היימישן פאפ שטערן ר' בערי וועבער, און די דיסק וועט זיין זיין דריטע אלבום וואס קומט ארויס לאור עולם, נאכן זיין ארום זעקס יאר אין די ליין פון נגינה.

לויט די ארבעט וואס ווערט דערין אריינגעלייגט איז צו ערווארטן הייסע סחורה אין דעם בעפארשטייענדן סידי, און אידיש מוזיק ליבהאבער וועלן האבן מיט וואס צו זיין פארנומען פאר א וויילע.

אט איז די קאווער דיזיין פון די אלבום:

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:38 am
דורך שמעקעדיג
איך האף אז דער אלבום וועט זיין פילפאכיג רייכער און מער קאלירפול ווי דער דעקל....

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:43 am
דורך קאווע טרינקער
בערי'ס טאטע איז נישט קיין קעניג.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:51 am
דורך שמעקעדיג
כל ישראל בני מלכים הן.. מאכסטעך ווי דו וייסט נישט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:53 am
דורך לאליפאפ
קאווע טרינקער האט געשריבן:בערי'ס טאטע איז נישט קיין קעניג.

און אלי הערצליך איז נישט קיין חתן
און בעני איז נישט קיין בן היכל

אט אט - בן מלך..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:30 pm
דורך לאליפאפ
בעזרת השם יתברך מיט א גרויסן טענק יו השם, גרייטן מיר זיך צו מאכן פלאץ אויף די פאליצעס טאקע שוין אנהייב דעם אנדערן וואך פאר די דריטע אלבום פונעם פאפולארער ברייט נאכגעפאלגטער זינגער און פערפארמער בערי וועבער.

ווען מען רעדט פון א פרישן אידישן מוזיק אלבום איז א שמחה פאר זיך, אבער ווען מ'רעדט פון א שטערן ווי בערי וועלכע איז עולה ומתעלה מיט יעדן פארבייגייענדן טאג, איז אזא בשורה גארנישט קיין געווענליכער.

ר' בערי איז א ברסלב'ער חסיד, א לעבעדיגער און סטיילישער יונגערמאן, דעליווערט וואס מיר דארפן האבן, און פארדעם רינט די שפייעכץ ווען מ'רעדט פון א שווער באארבעטן דיסק ווי בן מלך און דורך בערי.

בערי האט זיך ארויסגעשטעלט לעיטלי צו האבן אויך א שטארקן כח פון קאמפאזאציע, און ווי עס האט זיך שוין ארויסגעוויזן עטליכע מאל אין די פארגאנגנהייט, און ווי ער געבט אן פלאנט ער אונז נישט צו אנטוישן, און ארויס פון 11 טרעקס זענען פינף וואס ער האט אליינס מלחין געווען!

בערי וועבער פערזענליך גלייכט שטארק די ניגון וועלכע רופט זיך אינעם דיסק "איך בין א בן מלך", עס איז נישט גענצליך קיין ניגון מיט אידישע גראמען, אייגנטליך איז נישטא אינעם גאנצן דיסק קיין איין פולע ליד אין בלויז אידיש, אבער עטליכע וועלכע זענען א מיקס פון אידיש און עברית, און דאס איז ככל הנראה איינס פון די לידער, און די מוזיק אינעם ליד איז ארעינדזשד דורך רולי אזרחי.

מען האט פארשטייט זיך נישט אויסגעלאזט פינקי ביים וועלן ניגונים, און עס ווארט אונז האבן א הערליכן ושמרו לידל, איך מיין די רעדע איז פון א דיסקא.

אונזער אלעם באליבטן עירמאנטער רב האט אונז אויך נישט פארלאזט נאך מענדי סענדי קענדי, און ער האט אונז ערלעדיגט א שיר אזאנס וואס רופט זיך "וואשן" (?), פון די פאן סטייל ווי בערי רופט עס.

הער אויס אבער, איך קען דאך נישט אראפשרייבן די נאטן אויך, עפעס מוז מען לאזן פאר דעם רונדיגן דיסק אליין ער זאל אונז איבערראשן, נו... עמיר זיך נישט קריגן מיט עם, און מ'עמיר ווארטן מיט (אומ) געדולד אויף אנהייב וואך.

אוי!! ווי האב איך דא אויסגעלאזט נפתלי משה?? אקעי יעדער פארשטייט אז אן אים גייט גארנישט, סאו.. וואס זאל איך צולייגן?

איך קען נישט ווארטן, עס קומט א שטארקס!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 8:35 am
דורך לאליפאפ
[tag]סאשי פיש[/tag] ביסט יא דא? לאדעך הערן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 9:52 am
דורך [NAMELESS]
לאליפאפ, וואסערע באקאנטע ניגונים האט שוין בערי קאמפאזד?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 11:02 am
דורך לאליפאפ
ראשעקאל האט געשריבן:לאליפאפ, וואסערע באקאנטע ניגונים האט שוין בערי קאמפאזד?

ה' מלך אויף די אלבום פון שימי ענגעל האסטו נאכנישט געהערט? ליגט מיר אין קאפ אז איך האב שוין געהערט נאך אבער איך קעמעך נישט דערמאנען יעצט.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:31 pm
דורך לאליפאפ
שרייטס מיר נישט אן.. באט די ניגון ואפילו בהסתרה איז איינע פון די ניגונים אויף בערי'ס מארגנדיגע אלבום!

קען זיין מיר וועלן אלע באקומען א נייעם טעם אינעם זמר.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:46 pm
דורך שמעקעדיג
לאליפאפ האט געשריבן:שרייטס מיר נישט אן...

כמו שאמרו, דאונט שאט די מעסענדזשער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:26 am
דורך סאשי פיש
לאליפאפ האט געשריבן:[tag]סאשי פיש[/tag] ביסט יא דא? לאדעך הערן

נאך אזעלכע באריכטען האב איך נישט וואס מוסף צו זיין!!!!!!!

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:30 am
דורך רויטע וואנצעס
איך עס סאשי פיש מיט א לאליפאפ, פרעג נישט פארוואס, איך האב עס ליב אזוי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:00 pm
דורך סאשי פיש

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:00 am
דורך טעפל
דער בערי איז קיל..

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 1:52 pm
דורך שעפטל
איינע פון די ניגונים וואס בערי האט שוין קאמפאוזט איז "אהיים" א גאר ווארעמער שיינער ניגון אויף זיין ערשטע אלבום "בעזרת השם יתברך

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:39 pm
דורך לאליפאפ
:cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry: :cry:

בערי מעלדט אז די סידי וועט ערשט זיין אין די סטארס דאנערשטאג...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:53 pm
דורך בשבילי!
וואס איז דער ענין פון אנרייצן דעם עולם אזוי? מיינסט ער האט נישט געוויסט? מיין גאנצע וואך סקעזשול האב איך אויסגעשטעלט ארום דעם נייען טעיפ, יעצט ווייסיך נישט וואס צו טאן.
איז עס חאטש אויף דאנערשטאג קונפורמט פאר זיכער?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 2:55 pm
דורך שעפטל
איך בין מיט [tag]בשבילי![/tag] אויף איין זייט, א ווארט איז א ווארט, מארגן וויל איך עס קענען קויפן, א מין חוצפה דאס. דאנערשטאג איז אוועקגעלייגט פאר א שבת'דיגע אלבום

דאונלאעד לינק - יחד!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 4:40 pm
דורך לאליפאפ
אויב נישט דעם אלבום היינט האב מיר אונז כאטש א קליינעם ניחום מיטן ריליעס פונעם היט ניגון יחד וועלכע איז ערווארטעט צו זיין די קנאק ניגון ביי חתונות אין די נאנטע צוקונפט..

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:08 pm
דורך [NAMELESS]
עוועילעבל אין גאגעל'ס סטאר

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 1:35 pm
דורך אויליגער
ראשעקאל האט געשריבן:לאליפאפ, וואסערע באקאנטע ניגונים האט שוין בערי קאמפאזד?

לכו נרננה אויף מיכאל'ס סידי די חתונה פון די יונגסטען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 4:19 pm
דורך סלינקי
שוין אויך עוועילעבל אויף עמעזאן פאר $8.99
בערי וועבער - בן מלך