מאמענט'ס דעבאטע ווינקל - ראה: צוקונפט פון אינטערנעט
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:57 pm
[justify]און די פארגאנגענע מאמענט אונעם דעבאטע ווינקל ווערט אויסגעשמוסט דעם פארווייטאגטע נושא פון טעכנעלאגיע, און אויב די וועג וואס די רבנים האבן גענומען דאס אינגאנצן אויסרייסען, איז ריכטיג אדער נישט.
לאמיר עס אביסל מרחיב זיין.
איז קודם דארף מען אראפשטעלן אז מיר האלטן שוין פארשטייט זיך נאך די מסקנה אז די אינטערנעט איז א געפערליכע סכנה פאר כלל ישראל, און וויפיל גוטע זאכן מיר האבן דערפון, האבן מיר לעומת זה פילפאכיג מער חסרונות דערפון.
איז די שאלה גייט וואס איז די ריכטיג מהלך זיך צו שלאגן מיט דעם? עס אנקוקען ווי א בער און עס פרובירן אוועק צו רייסן בכל כוחו איז אוודאי נישט קיין מהלך, ווייל וואס א טאג מער עס גייט פארביי ווערט די באנוץ פונעם אינטערנעט מער און מער ווי א לעבנס מיטל. מיר האלטן שוין א שפאן אוועק פון א זאפטיגע קנאקעדיגע 5G סערוויס וואס גייט רייסן שטיקער, און נאכדעם מער און מער כלים הייבן זיך אן צו באניצן מיט די איטערנעט, אן-סטאר הערט נישט אויף צו פארפירן אז די נייע יאקען ארבייט מיט 4G LTE און עס איז געוואלדיג און איר מוזט דאס זאפארט איינהאנדלען. עכ"פ דאס איז א בער וואס מ'קען נישט בייקומען, און אפילו אויב יעצט איז נאך דא איינצעלנע וואס קענען אנגיין אן דעם, וועט דאס אבער בקרוב זיין א פארגאנגענהייט.
איז אוועקנעמען אינגאנצען קען מען זיכער נישט.
די מהלך פון לאזן יעדעם האבן אפענע אינטערנעט און זיך פארלאזן אז מ'פארשטייט אליין וואס מען מעג און וואס נישט, איז א געלעכטער. ווייל וואס איז מער "אין אפטרופוס לעריות" ווי דעם, קיינער קיינער קען אויף איהם נישט מעיד זיין אז יא! ער קען זיך איינהאלטן. ס'נישטא אזא מציאות, יעדער האט אמאהל א שוואכע מינוט וואס ער פאלט נעבעך דורך, און נאכדעם איז שוין דערנאך.
ממילא איז לכאורה די איינציגסטע אויסוואהל טאקע צו שטיין על המשמר אז דער עולם זאל פילטערן. נאר מען דארף אינאכט נעמען אז כדי דער עולם זאל טאקע פילטערן מרצונו הטוב, דארף מען דאס צושטעלן אויפן גרינג'סטן פארנעם אן צושטעלן סאנקציעס אויפן ציבור און אן אריינגיין און יענעמס קושקעס. און בעצם אזוי איז געווען אנהייב מיט טע"ג, ביסט אריינגעקומען אהין בעטן וואס די ווילסט און קיינער האט דיר נישט געזאגט קיין ווארט האסט געקענט האבן וועלכע סארט פילטער דו ווילסט און פארטיג. היינט אבער איז עס שוין ווייט פון דעם, עס איז שוין א גאנצע פרוצעדור, מיט אויספילן דיין גאנצע אינפארמאציע, בוז די סאושל, (וכמעט עד בכלל).
און נאכדעם איז געווארן א פרישע מגיפה אז יעדע מוסד לייגט א געפערליכע לחץ, מען זאל האבן דייקא זייער פילטער, און בעטן נאך געלט דערויף אויך, ווי צו זאגן: צאל אביסעל פארן זיין א ערליכע יוד ס'וועט נישט שאטן. (הערסט א מעשה?!)
וואס זיי כאפן נישט איז אז ווי שווערער מען מאכט עס גייט זיי דער עולם פייפן און די פאסטען. "והסמאר"ט פאו"ן השניה בהביזע"ם טא"ש יוכיח".
נאך א געדאנק וואס איך מיין איז קרוב להאמת איז; אז די גאנצע געדאנק אז נאר ביי וועם עס איז א לעבנס מיטל נאר דער מעג האבן אינטערנעט, אבער סתם אזוי טאר מען דאס אפילו נישט האבן געפילטערטע-הייט איז מעגליך א שטארקע טעות. ווייל ווי גישריבן אויבן גייט דאס בקרוב ממש ווערן א אטעמ'ס מיטל פאר יעדער לעבעדיגער מענטש, ממילא אדרבה האב א טעלעפאון און ווייז א מהלך פאר דיינע קינדער וויאזוי מען דארף זיך אומגיין מיט די נסיון, זאל די קינד צוזעהן אז די טאטע האט א שטארקע פילטער, זאל ער הערן אפאר מאל א טאג "אוי איך קען עס נישט עפענען ווייל עס איז געבלאקט" און דאס וועט איהם ווייזן די וועג אויף ווייטער. און נישט אז די נסיון זאל זיין ביי איהם פריש, און ווען ער וועט זיין די "גרויסע טאטע" וואס דאן וועט מען עס "מוזן" האבן, זאל ער זיך ארומדרייען מיט א געלעקסי S? מיט פו"ל פלע"ש 10G speed אינטערנעט (ווער ווייסט) אן קיין שום בלאק ווייל ער האט נישט געזעהן עפעס אנדערש. און ווייסט נישט וויאזוי מען דארף דאס עסן.
כן נראה לעניית דעתי בדרך אפשר.[/justify]