בלאט 1 פון 2
צוויי נייע חרד'ישע אויסגאבעס ערשיינט בקרוב
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:38 pm
דורך ישמעאל הכהן
די רעדע איז, לויט ווי איך הער, פון צוויי גאר רייכע אויסגאבעס פיל מיט חומר, יעדע פאר זיך איז ווערד א ברכה צו מאכן דערויף. מ'האט שוין הנאה געהאט דערפון נאך בעפאר זיי גייען אריין גיין אין אן אפיציעלן אויסגאבע פארמאט.
עס איז די האפענונג פון יעדן אז די אויסגאבעס וועלן נישט אנטוישן.
און יעדער וואונטשט זיי ברכה והצלחה און א ישר כוחכם פאר וואס זיי האבן געטון ביז אהער, ספעציעל די לעצטע פאר וואכן.
די צוויי נייע אויסגאבעס גייען הייסן: (איך האב עס געהערט אויף 100 פראצענט)
[tag]כוכב[/tag]
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:54 pm
דורך מ גפני
וואס וועט זיין מיט די "איינגאבע"
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:58 pm
דורך ונבנתה העיר
איט וואז ען האנאר טו סערוו מיי קאנטרי.
איך האף אז קיינער האט זיך נישט באליידיגט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:03 pm
דורך אפטעמיסט
כ'האב געהערט אז כוכב רופט ונבנתה צו דין תורה און פארלאנגט אים זיך צו רופן "גבאי" מיט א צו-נאמען, יעצט זאגסטו אז ביידע גייען זיך גאר רופן מיט א צו-נאמען "אויסגאבע". די באבוב'ע רבי'ס מעגן זיך לערנען א זאך אדער צוויי פון אונזער הארמאניע און טאלאראנץ.
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:33 pm
דורך שמעקעדיג
זיכער אז חרדי'ש? א חשש גילוי...
נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:52 pm
דורך דריידל
ישמעאל,
דערמאנסט מיך א מעשה וואס מ'דערציילט כמדומה לי אויפ'ן אהבת ישראל ז"ל וואס איז געווען אמאל באזיכן אין א שטאט אין דארט איז איינער ארומגעגאנגען אדווערטייזן א פראדוקט האט ער אויסגערופען "א נייע אויסגאבע ערשינען...". ריפט זיך אן די אהבת ישראל צום גבאי: לאמיר אנטלויפן באצייטענס ווייל יעצט זאגט ער אויס גבאי און באלד וועט ער נאך זאגן אויס רבי...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:09 am
דורך ישמעאל הכהן
דריידל, ביי מיר איז עס געווען פונקט פארקערט, די מעשה מיט'ן אהבת ישראל האט מיר דערמאנט צו מאכן דעם אשכול דא...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:15 am
דורך איך אויך
מיטן אנטוניער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 6:52 am
דורך כוכב
אה, שלום עליכם ישמעאל, לונג טיים נאו סי...
ברוך אתה בבואך ברוך אתה בצאתך כפריי מיך צו זען דיין הנאה אז מ'ווערט פטור פון מיר.
אלנפאלס, דיין קריעטיוויטי איז צום באוואונדערן, גענאר אכט נישט צו שרייבן אומאויסגעהאלטענע זאכן, העסט נאך מוזן מעקן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:55 am
דורך ישמעאל הכהן
עליכם השלום כוכב, כ'בין געווען אביסל פארנומען.
איך האב שוין אפגעמאכט אז מער מעק איך נישט, זענדיג ווי ס'טוט אזוי וויי פאר געוויסע... דערפאר אדרבה דארף ארויסגעברענגט ווערן די קוראדזש פון די גבאים וואס טוען יא די ארבעט וואס דארף געטון ווערן, מ'גייט זיך בענקען.
כי בשמחה תצאו אבער ובשלום וועסטו זיין צוריק
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 21, 2014 11:36 am
דורך ישמעאל הכהן
ס'קומען נאך צוויי פרישע אויסגאבעס הער איך, זעט אויס אז ס'איז יא א גוטע ליין אריינצוגיין.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:20 pm
דורך ידען
tribune is one of them?
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 22, 2014 7:28 pm
דורך פישלע העררינג
ידען האט געשריבן:tribune is one of them?
ס'איז אין שמייכל... טראכט!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 11:18 am
דורך מ גפני
פישעלע האסט שוין צייט צו זיין א גבאי?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:03 am
דורך ישמעאל הכהן
קנאת סופרים, ס'קומט צוויי פרישע אויסגאבעס בקרוב.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:13 am
דורך ישראל קאפקע
איך האב אזוי הנאה געהאט פון פישעלע'ס גבאות, אז איך וויל זיך נישט געזעגענען פון אים, איך וואלט געשטימט ער זאל באקומען א צווייטע חודש!

(איך מאך עס אויסזען כאילו עס איז עפעס גאלדענע גליקן צו זיין גבאי, וויפיל פישל'ע האט אוועקגעגעבן דעם חודש פארן בענעפיט פונעם כלל, צייט, כוח, מוח, געדולד

).
א ריזן דאנק אייך [tag]פישל'ע העררינג[/tag]!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 11:41 am
דורך פישלע העררינג
ישראל קאפקע האט געשריבן:
א ריזן דאנק אייך [tag]פישל'ע העררינג[/tag]!
איך האב א שותף, מיסטער [tag]יואב[/tag]. איהם קומט א גרעסערע דאנק. עטס ווייסט גארנישט די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט בחכמה ובתבונה. ער איז שטארק מתון מתון, און די שיינקייט פון שטיבל דעם חודש קומט איהם שטארק צו פארדאנקן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 19, 2014 3:16 pm
דורך berlbalaguleh
פישל'ע העררינג האט געשריבן:ישראל קאפקע האט געשריבן:
א ריזן דאנק אייך [tag]פישל'ע העררינג[/tag]!
איך האב א שותף, מיסטער [tag]יואב[/tag]. איהם קומט א גרעסערע דאנק. עטס ווייסט גארנישט די ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט בחכמה ובתבונה. ער איז שטארק מתון מתון, און די שיינקייט פון שטיבל דעם חודש קומט איהם שטארק צו פארדאנקן.
אונזער חשוב'ער גבאי הר"ר פישל שליט"א האט אלע מעלות שמנו חכמים, און ר'איז נאך אן עניוו אויך...
ניין. פישל נעם עס נישט ערנסט. ס'איז נאר א ווערטל... בכל אופן. א יישר כח. און בחדא מחתא. א יישר כח פאר הר"ר יואב שליט"א. זיין חוש פאר הומאר קענן קיינער נישט נאכמאכן. ער האט א קאפירייט דערויף פון קוב"ה אליין...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:29 pm
דורך ישמעאל הכהן
שוין ארויסגעקומען?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:38 pm
דורך פישלע העררינג
ממש לעצטענס געכאפט די מליצה אויסגאבע/אויס-גבאי...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 10:41 pm
דורך ישמעאל הכהן
Ur Kidding me!!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 11:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
נו ר' פישל ווען קומסטע ארויס?
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 9:26 pm
דורך ישמעאל הכהן
זעט אויס ווי ס'דא א מארקעט דערפאר. איך הער ס'קומט נאך צוויי נייע אויסגאבעס, איך וואונטש זיי הצלחה