האלא! יא, דו דארט מיט די רבינו תם'ס!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:35 am
האלא! יא, דו דארט מיט די רבינו תם'ס! טו דיר אן די נאסע זאקן, פארמאך די ר"ת שפאלט, און הער וואס איך זאג דיר.
די קאפ איז צווישן די אקסלן, נישט צווישן די פיס.
די נושא פון ליגן אין שמוץ איז שוין א אויסגעדראשענע, ס'שטאמט נאך פון די שטיקעגע ישיבה קטנה שיעור א' ציממער בעובי השובבי"ם. די מגי"ש האט געלאזט פאלן טרערן אויף זיינע חטאים, און אונז דעשראקן איבער אונזערע. די שובבי"ם תורות פון די רבי זיליינו מיט די קליינע סענסער סטריט אותיות, ליגן שוין אין שמות. מיר זענען שוין אלע גרויסע טאטעס, אבער קליינע קינדער ווען ס'קומט צו הרהורים. מ'האט אונז אויפגעצויגן (ערשטע מאל איך האק אויפן סיסטעם, איך האב נאך צוויי סטרייקס) זייער אומגעזונט צו דעם נושא. אמאל מיט גילט, אמאל מיט פעטש, אמאל מיט פחד, און אמאל מיט מוסר. אלעס צו אינטער דריקן די נאטורליכע באשאף פון דעם מענטש.
מיין פוינט איז אז מ'קען זיין אפגעהיטן אויף א געזונטע וועג אויך. ווען א מענטש האט שלעכטע מחשבות מאכט עס אים נאכנישט שלעכט ווי די משגיח זאגט.
שלעכטע מחשבות איז די טבע האדם, ס'איז 100% נארמאל. די פראגע איז נאר ווי אזוי מען ריספאנד צו דעם.
די תורה זאגט ולא תתרו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם. תתרו מיינט ווי טייל ראשונים זאגן, לשם הנאה. די זעלבע גייט אויך ארויף אויף אחרי לבבכם, די איסור פון א שלעכטע הרהור איז נישט אז מ'האט געטראכט, די איסור איז אויב מ'טראכט אריין טיפער, אויף צו ברענגן מער תאוה און הנאה.
ממילא, א בחור וואס הערט זיך אן מיט כל מיני דעות כוזבות אויף הרהורים, און וואספארא חוטא ער איז פאר'ן האבן שלעכטע הרהורים, איז חרוב. די מינוט דער בחור האט א שלעכטע מחשבה, האלט ער זיך שוין פאר א בעל עבירה, ממילא האט ער נישט די כח אוועקצוגיין פון דעם, ער איז שוין ממילא דורכגעפאלן. ווען א מענטש ווייסט אבער אז די הרהור איז נארמאל ווערט ער נישט געקלאפט, נאר ער זעהט א געלעגענהייט מקיים צו זיין די מצוה פון ולא תתרו, און נישט ווייטער אריינטראכטן. ווייל די מצוה קען מען נאר מקיים זיין אויב מ'האט א הירהור און מ'טראכט נישט טיפער.
הוגה האט דא הערליך שיין באשריבן די עצה פון היסח הדעת ביים האבן שלעכטע מחשבות. דאס ארבייט צוזאמען מיט די נקודה דא, אז די מחשבה אליינס איז נישט קיין עולה. די עולה איז, נישט מסיח דעת זיין. די עבירה איז, ווייטער טראכטן. לפי דעם קען מען זאגן אזוי פשט אין פסוק, ולא תתרו - דו זאלסט נישט אריינטראכטן, אחרי לבבכם - אין די נאטורליכע מחשבות וואס א מענטש האט, ווייל אשר זונים אחריהם – ווייל אויב דו וועסט בלייבן ליגן אין די שמוץ, וועסטו קומען לידי עבירה. די עצה: זיי מסיח פון דעם הרהור.