בלאט 1 פון 4
בד''ה. אמעריקאנער בחור פארלוירען אין יער ירושלים
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:42 am
דורך פלעין יודיש
אינטערסאנט אז ס'איז שוין איבער דריי טעג וואס די בחור איז שוין פארלוירען און ס'איז שטיל דא אין שטיבעל
נאך מער מאדנע איז אז די גאנצע איזרעילי מידיא (אריינגערעכנט די חרדישע צייטונגען און נייעס וועב זייטלעך) זענען ווי שטים, עפעס קיקט אויס ווי מ'פרובירט דארט צו באהאלטן (ווען נישט די אפאר אמעריקאנער עסקנים האבן אנגעהויבן לייגען פרעשור אויפן דארטיגע פאליציי)
די רעדע דא איז פון אמעריקאנער 23 יעריגע בחור אהרן בן חולדא סופר, פון לעיקוואד לערנט אין מירער ישיבה אין ירושלים עיה''ק, וואס איז געגאנגען שפאצירען פרייטאג מיט זיינס א חבר אין די וועלדער פון יער ירושלים, און מ'האט פארלוירען די שפירען נאך אים
העפטיגע זיכערייען גייען אהן בעיקר דורך היימישע יונגעלייט דערנאך וואס די ארטיגע פאליציי טיט גאר ווייניג אים צו טרעפן,
היינט האט מען אנגעהויבן אריינציקיקען אין די שפעקאלאציע אז אפשר איז דאס געווען א טעראריסטישע פארכאפונג
יודען זייטס מתפלל פאר אהרן בן חולדא אז מ'זאל אים טרעפן געזינטערהייט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:52 am
דורך לאליפאפ
עס זענען דא פארדאכטן אז ער האט געפרואווט צו היטשן צו א געגנט נעבן ירושלים, טאמער יא רעדט מען מעגליך פון א פארכאפונג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 12:59 pm
דורך Chasidishmashpia
why is everyone ignoring this story?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:48 pm
דורך יאיר
קיינער האט נישט קיין צייט פאר אזעלכע אומוויכטיגע זאכן ווי א קידנעפינג. יעצט איז מען ביזי איבער די קריטישע שאלה וועלכע גוי'אישע נאמען פון א שטעטל אין פוילן גאליציע א גרופע אידן וועלן שרייבן אויף זייער לעטערהעד.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:03 pm
דורך דריידל
אדער אפשר האט מען זינגט מען זיך אונטער ואפילו בהסתרה בתוך הסתרה
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:06 pm
דורך לאליפאפ
ס'איז נישט צום פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט פארשלינגען.. עס וואלט געדארפט זיין אויף די העדליינס.
[center]שוין פיר טעג[/center]
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:16 pm
דורך קדש הילולים
אפשר וויל עס דו מדינה פארשווייגן, נישט צו האבן פרעשער און דארפן פארהאנדלען מיט דו אראבער?(אייגענע קאנספראציע)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 9:19 pm
דורך לאליפאפ
קדש הילולים האט געשריבן:אפשר וויל עס דו מדינה פארשווייגן, נישט צו האבן פרעשער און דארפן פארהאנדלען מיט דו אראבער?(אייגענע קאנספראציע)
גלייבעך נישט. ווייל איינס, זיי האבן סייווי א פאליסי פון נישט פארהאנדלען, און צוויי ס'איז בכלל נישט באזירט אויף עפעס מער ווי חשדות, דאס אז ער איז מעגליך פארכאפט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:12 pm
דורך לאליפאפ
.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:18 pm
דורך לאליפאפ
.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:57 am
דורך פלעין יודיש
לאליפאפ האט געשריבן:ס'איז נישט צום פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט פארשלינגען.. עס וואלט געדארפט זיין אויף די העדליינס.
[center]שוין פיר טעג[/center]
קוקט אויס אז די ישראלים האבן שוין נישט קיין כח נאכאמאל איבערשפילן די גאנצע קידנעפינג ענין, זיי האבן שוין געניג געהאט, געניג קאפוויי בפרט ווען מ'האלט נאך אימיטען א מלחמה.
צו דעם אלעם רעדט מען דאך פון א אמעריקאנער בחור זאלן זיך די אמעריקאנער רעגירונג ברעכן קאפ און אים קימען ציהילף
כנלע''ד
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:25 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=lPR_jrZJolc[/youtube]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:04 am
דורך פאלענד ספרינג
אין מיין אפיניען זאל ביבי אנרופן אבאמא און אים שיינערהייט זאגן אז ער קען אריינשיקן אמעריקאנער טרופן קיין עזה צו טרעפן דעם אמעריקאנער בחור ווייל אבאמא לאזט אים נישט אריינשיקן קיין איזראעלי טרופן.
לעטס סי וויאזוי אזא מציאות וועט זיך אויסשפילן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:11 am
דורך ווייט פיש
איך וואלט מייעץ געווען אבאמא אים צו ענטפערן
ביבי טייערע ענדיג קודם דיין זוך אקציע פון די ערשטע דריי פארכאפטע בחורים (פאר ווער עס געדענקט נאך אז מען האלט דא אינמיטען א זוך אקציע)
ווען ביסט פערטיג לאז מיר וויסען
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:13 am
דורך I'm back
ווייט פיש האט געשריבן:איך וואלט מייעץ געווען אבאמא אים צו ענטפערן
ביבי טייערע ענדיג קודם דיין זוך אקציע פון די ערשטע דריי פארכאפטע בחורים (פאר ווער עס געדענקט נאך אז מען האלט דא אינמיטען א זוך אקציע)
ווען ביסט פערטיג לאז מיר וויסען
גוטע עצה. נאר עפל
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 10:38 am
דורך ישראל קאפקע
פאלענד ספרינג האט געשריבן:אין מיין אפיניען זאל ביבי אנרופן אבאמא און אים שיינערהייט זאגן אז ער קען אריינשיקן אמעריקאנער טרופן קיין עזה צו טרעפן דעם אמעריקאנער בחור ווייל אבאמא לאזט אים נישט אריינשיקן קיין איזראעלי טרופן.
לעטס סי וויאזוי אזא מציאות וועט זיך אויסשפילן.
מען קען נישט זוכן נישט די איצטיגע בחור -און נישט די דריי פריערדיגע בחורים וואס זענען ליידער אומגעברענגט געווארן- אין עזה פארן איינציגסטע סיבה אז ער איז פארלוירן געווארן אין ירושלים (מערב ברעג) נישט אין עזה,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 11:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א פאר פאקטען פעלען דא.
דער בחור לערנט אין דער ישיבה פון הרב צבי קאפלאן שליט"א, וואס דאס איז געווידמעט פאר בחורים וואס ווילען לערנען אין בריסק אבער זיי זוכען א שטרענגערע פיהרשאפט און השגחה, געווענליך מער ערנסטע בחורים ווייניגע כיטרע גייען אהין. דער בחור איז א זוהן פון הרב משה צבי סופר, פון די חשוב'ער אידען אין לעיקוואוד, וואס לערנט רוב וואך און פיהרט א קליינע ביזנעס כדי חייו. ער איז פון די עמודי התווך פון דער מנין כוותיקין אין לעיקוואוד, און דער וואס האט אמאל געדאווענט דארט קען איהם דערקענען אלס איינער מיט א רויטע\ווייסע בארד און איינער פון די גבאים. הרב משה צבי איז אן איידעם ביי הרה"ג ר' משה אייזענמאן זצ"ל ראש ישיבת וויינלאנד און מגדולי תלמידי הרב אהרן קוטלר און פאר דעם איז ער געפארען פון דייטשלאנד צו לערנען אין דער פאנאוויזער ישיבה אין ליטא! ווען הרב אהרן קוטלר איז אוועק, האט רוב וועלט פארשטאנען אז לא הניח בן כמותו, און די תלמידים האבען געוואלט ממנה זיין הרב אייזענמאן זצ"ל במקומו, אבער לא אסתייעא מילתא, ווייל הרב שניאור קוטלר האט א כיטרע ווייב געהאט, און זי האט זיכער געמאכט אז ס'וועט נישט זיין, און למעשה האט זיך דער ישיבה טאקע געטוישט תחת נשיאותו פון הרב שניאור.
הרב אייזענמאן זעלבסט איז אן איידעם געווען ביי הרב הגאון המפורסם אליעזר פאזען זצ"ל חבר בד"צ דלונדון יצ"ו וואס פון דייטשלאנד איז ארויס א גאון און א שטרענגע קנאי, ווי באקאנט פאר אלע אלטער לאנדאנער אידען.
דער בחור איז געגאנגען שפאצירען מיט א חבר אין יער ירושלים לעבען הר נוף, און אין מיט'ן וועג האט דער חבר פון פראויס פלוצלונג באמערקט אז ער איז נישט אונטער איהם. מ'האט געמיינט ער איז געגאנגען א צווייטע וועג, אבער למעשה נאך א שטיק צייט האט מען זיך פארבונדען מיט די פאליציי און מ'זוכט איהם זייט פרייטיג צו נאכט.
היינט אין לעיקוואוד איז געווען א פרעס"ע פארזאמעלונג מיט פאליטיקאנטען ווי קרי"ס סמי"ט און בא"ב סינגע"ר (שר"י) און דוב הייקינד און נאך צו ערוועקען דער מידי"א און די אמעריקאנער רעגירונג מיט די איזרעליש"ע רעגירונג צו טוהן עפעס פאר'ן בחור.
ביטע דאווענט און רייסט איין פאר אהרן בן חולדה לישועה שלמה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:42 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:31 pm
דורך Chasidishmashpia
it's not the point if kutler was more talmid chuchem then eizman. BUT LEMAAN HASHEM WHERE IS THIS BOY? AND WHE IS EVERY ONE SO QUIET ABOUT IT????
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:42 pm
דורך קדש הילולים
וואס איז נייעס מיטן בחור??
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 7:21 pm
דורך כוכב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א פאר פאקטען פעלען דא.
דער בחור לערנט אין דער ישיבה פון הרב צבי קאפלאן שליט"א, וואס דאס איז געווידמעט פאר בחורים וואס ווילען לערנען אין בריסק אבער זיי זוכען א שטרענגערע פיהרשאפט און השגחה, געווענליך מער ערנסטע בחורים ווייניגע כיטרע גייען אהין. דער בחור איז א זוהן פון הרב משה צבי סופר, פון די חשוב'ער אידען אין לעיקוואוד, וואס לערנט רוב וואך און פיהרט א קליינע ביזנעס כדי חייו. ער איז פון די עמודי התווך פון דער מנין כוותיקין אין לעיקוואוד, און דער וואס האט אמאל געדאווענט דארט קען איהם דערקענען אלס איינער מיט א רויטע\ווייסע בארד און איינער פון די גבאים. הרב משה צבי איז אן איידעם ביי הרה"ג ר' משה אייזענמאן זצ"ל ראש ישיבת וויינלאנד און מגדולי תלמידי הרב אהרן קוטלר און פאר דעם איז ער געפארען פון דייטשלאנד צו לערנען אין דער פאנאוויזער ישיבה אין ליטא! ווען הרב אהרן קוטלר איז אוועק, האט רוב וועלט פארשטאנען אז לא הניח בן כמותו, און די תלמידים האבען געוואלט ממנה זיין הרב אייזענמאן זצ"ל במקומו, אבער לא אסתייעא מילתא, ווייל הרב שניאור קוטלר האט א כיטרע ווייב געהאט, און זי האט זיכער געמאכט אז ס'וועט נישט זיין, און למעשה האט זיך דער ישיבה טאקע געטוישט תחת נשיאותו פון הרב שניאור.
הרב אייזענמאן זעלבסט איז אן איידעם געווען ביי הרב הגאון המפורסם אליעזר פאזען זצ"ל חבר בד"צ דלונדון יצ"ו וואס פון דייטשלאנד איז ארויס א גאון און א שטרענגע קנאי, ווי באקאנט פאר אלע אלטער לאנדאנער אידען.
דער בחור איז געגאנגען שפאצירען מיט א חבר אין יער ירושלים לעבען הר נוף, און אין מיט'ן וועג האט דער חבר פון פראויס פלוצלונג באמערקט אז ער איז נישט אונטער איהם. מ'האט געמיינט ער איז געגאנגען א צווייטע וועג, אבער למעשה נאך א שטיק צייט האט מען זיך פארבונדען מיט די פאליציי און מ'זוכט איהם זייט פרייטיג צו נאכט.
היינט אין לעיקוואוד איז געווען א פרעס"ע פארזאמעלונג מיט פאליטיקאנטען ווי קרי"ס סמי"ט און בא"ב סינגע"ר (שר"י) און דוב הייקינד און נאך צו ערוועקען דער מידי"א און די אמעריקאנער רעגירונג מיט די איזרעליש"ע רעגירונג צו טוהן עפעס פאר'ן בחור.
ביטע דאווענט און רייסט איין פאר אהרן בן חולדה לישועה שלמה.
אפשר קענסטו אויסברייטערן די געשיכטע ארום הרב שניאור. קיינמאל געהערט דערפון.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:21 pm
דורך Chasidishmashpia
please open a new eshkol about the kutler story. lets focus on the poor boy.
פליז פליז פליז א אידישע מאמע'ס טרערן...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 8:28 pm
דורך רויטע וואנצעס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ZZmns9352jo[/youtube]