אין אונזער עפאכע, זענען 90 פראצענט ניגונים וואס קומען ארויס לאור עולם, אזעלכע וואס ענהאלטן ווערטער, א מערהייט פון זיי לשון הקודש.
נו, וועלכע ווערטער נוצט מען?
איז אזוי, טייל קאמפאזירער געבן זיך נישט קיין עצה, זיי פארמאגן א דינע סידור/תהילים/חומש, מיט א גאר באגרעניצטע צאל פסוקים/תפילות, און דערפאר הערן מיר כסדר (ביי יעדן צווייטן דיסק) ווי מ'האט זיך ווייטער פארליבט אויף עפעס א פארגעלטן חרוז וואס איז שוין געליגן ביי יעדן ארעינדזשער אין זייט פונעם לעפטאפ א צוויי דריי מאל.
די אשכול איז צו מודיע זיין פאר די קאמפאוזערס, ארעינדזשערס, און אלע אינוואלווד ווען א פסוק/חרוז/תפילה איז שוין אויסגענוצט אינגאנצן, און מיר דא אין קאווע שטיבל'ס מוזיק אפטיילונג געבן אויסדריקליך נישט ארויס קיין לייסענסעס אויף די שטיקלעך וואס וועלן דא אויסגערעכנט ווערן אלץ פארנוצט.
גענוג.
איך הייב אן מיט מי אדיר און תמכתי יתדותי און מ'וועט מוסיף זיין כפי הצורך.
די חכמי המוזיק זענען מכובד זיך צו לאזן הערן.
שוין גענוג! (אויסגענוצטע פסוקים און חרוזים)
דער אשכול פארמאגט 27 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן