כנגד שתי אט"ד דיברה תורה, אחד חכם ואחד רשע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

כנגד שתי אט"ד דיברה תורה, אחד חכם ואחד רשע

שליחה דורך אפטעמיסט »

שוין א לענגערע צייט וואס כ'וויל שרייבן וועגן דעם נושא, אבער כ'בין ביז איצט נישט אנגעקומען.

מען זאגט אז ס'איז נישט קיין נייע ערשיינונג און פארצייטענס איז גאר געוועהן ערגער, אבער דאס איז אמאל זיכער אז מיר געפונען זיך היינט אין א ביטערע סיטואציע. ס'איז היינט א מצב וואס אין בית אשר אין שם מת. נישט אחד בעיר ושניים במשפחה, נאר אסאך אסאך מער. גאנצע שטיקער כלל ישראל פאלן, למחצה לשליש ולרביע. ווי מ'גייט נאר טרעפט מען אן נאך געוועזענע היימישע אידן וואס האבן מחמת סיבה זו או אחרת אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצוות. אויב אמאל האט מען געוויסט אז מען קען רעדן אידיש מיט א רואיגקייט אן מורא האבן אז דער גוי דערנעבן זאל פארשטיין - איז היינט אן אנדערער מצב אינגאנצן. נישט לאנג צוריק האב איך אנגעפונען א פלייט עטענדענט אויף אינדיען ערליינס, א גוי גמור, מיט א פערפעקטע אידיש! די מצב איז ביטער, זייער ביטער.

פארוואס דאס איז אזוי ווענדט זיך וועם איר וועט פרעגן. א גרויסער עולם איז מאשים דעם אינטערנעט, און אפילו א גרעסערער עולם באשולדיגט די וואס האקן קעגן דעם אינטערנעט. דאס איז אבער נישט די נידון איצט, נאר עפעס אנדערש.

די מיטגלידער פון די אפגעפארענע קהילה, אדער ווי זיי גלייכן זיך צו רופן "או. טי. די.", האבן טאקע אלע געוויסע ענליכקייטן וואס מאכט זיי גלייך איינער מיט דעם אנדערן, אבער בפועל זענען זיי צעטיילט אין צוויי קאטעגאריעס. זיי ענדלען טאקע מיט דעם וואס זיי אלע פארשטייען אידיש, האבן געלערנט אין פרומע מוסדות, און זענען קינדער און געשוויסטער פון חרדי'שע אידן, אבער זענען דאך אנדערש איינס פונעם אנדערן כרחוק מזרח ממערב.

ס'זענען דא די וואס האבן אפגעלאזט אידישקייט, פארגעסן אז זיי זענען אמאל געוועהן פרום און געגאנגען לעבן א פרייען לעבן. יעדער פאר א צווייטע סיבה — דער ווייל ס'איז אים ענג געוועהן דאס לעבן אלס א חרדי'שער איד און דער ווייל מען האט אים ענג געמאכט דאס לעבן. טייל האבן געהאט ספיקות אין אמונה און טייל ספיקות אין קדושה. דא אזעלכע וואס האבן געשפירט אז זיין אן אדוואקאט איז זיי וויכטיגער ווי האבן א משפחה און געזעלשאפט און פאר מאנכע איז נמאס געווארן קוקן ווידיאוס אונטער'ן דאכענע. נו, ווי שטארק ס'טוט וויי אויף יעדע פארלוירענע נשמה איז עס פארט זייער לעבן און החלטות — זיי טשעפען נישט קיינעם און מ'קען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי זענען אדורך שוועריגקייטן ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.
דאס איז איין קאטאגאריע.

דערנאך זענען דא די וואס געהערן אין אן אדערער קאטאגאריע. זיי אויך, ווי די פריערדיגע, היטן נישט קיין תורה ומצוות. זיי אויך האבן מעגליך לעגיטימע סיבות פארוואס זיי זענען ארויס לתרבות רעה. אבער אויסער דעם אלעם האבן זיי נאך אן איינצעלהייט וואס די פון דער ערשטער קאטאגאריע האבן נישט, דהיינו: זיי זענען האסערס. אנדערש ווי די קאטאגאריע-איינס פארשוינען, זענען זיי נישט אוועקגעגאנגען לעבן זייער לעבן און אונז געלאזט לעבן, נאר געבליבן דא, צווישן אונז, מיט'ן ציל ביטער צו מאכן דאס לעבן פאר צענדליגער טויזענטער מענטשן וואס האבן זיי קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטון. זיי האבן טאקע, קען זיין, אלע רעכטן צו זיין מלא טענות וכעס אויף די חרד'שע געזעלשאפט, טייל פון זיי זענען אריבער שווערע פרשות פון מאלעסטעישן און ס'איז נישט געוועהן צו וועם צו רעדן, אנדערע זענען דורך שלעכטע הייראטן און זענען מלא טינא, אבער אנשטאט אויסגעבן זייער כעס אויף די הנהגה און פירערשאפט, אנטשטאט אטאקירן זייערע עביוזער און רודפ'ער, געבן זיי עס אויס אויף יעדער יחיד אין גאס און אטאקירן רעכטס און לינקס אן אפטיילן צווישן די שלעכטע און גוטע. אנשטאט זיין אויפריכטיג און דערציילן "נאר" דעם אמת וואס טוט זיך אפ אין אונזער געזעלשאפט זענען זיי מוציא דיבה אויף יעדן יחיד און מאלן אונז אראפ ווי קאניבאלן, טעראריסטן און קינדער און פרויען פרעסער.

א גוטן ביישפיל, איז א פרוי וואס האט מקדיש געוועהן איר לעבן צו באשמוצן און דערביטערן דאס לעבן פון טויזענטער מענטשן וואס זי האט קיינמאל, און וועט קיינמאל נישט קענען. פערל (פערי) רייך איז א פערפעקטן דוגמא פון א האסער אונטערן שלייער פון שיינע בלאנדע האר. ס'איז טראגי-קאמיש ווי פונקט זי, פונקט איינע וואס מאכט זיכער אז ס'גייט נישט פארביי א טאג וואס זי זאלן נישט בארעדן און פארשמירן פרומע אידן אויף סאציאלע מידיא צי אויף דר. פילל, פונקט זי הערט נישט אויף בלאבלען ווי זי איז מחנך אירע קינדער צו רעספעקטירן אנדערע און טאלערארירן אנדערע מיינונגען. איר גאנצע לעבן באשטייט פון איין זאך: שפייען שנאה און וויי טוען אנדערע, און וואונדער איבער וואונדער! זי פרעדיגט גאר טאלעראנץ! זי אדוואקאטירט פאר ליבע און הארמאניע!

גלייבט מיר, איך האב גארנישט פערזענליך קעגן די או. טי. די. און אין פאקט, איינער פון מיינע נאנסטע חברים איז א געוועזענער היימישער איד וואס היט מער נישט קיין שבת און עסט יום כיפור. ס'איז זיין חשבון און זיין לעבן, און על-אף די מיינונגס דיפערענצן וואס מיר האבן נעמט עס גארנישט אוועק פון אונזער יארן-לאנגע קשר און פריינדשאפט. ער לעבט זיין לעבן און איך לעב מיך מיין לעבן, און אינדערמיט מאכט מען צייט צו שמועסן און פארברענגען. איך רוף אים פאר סעודות פון צייט צו צייט און מיין פרוי און איך גייען ארויס מדי פעם לפעם מיט אים און זיין חבר'טע האבן א גוד טיים, זיך אויסזשוכען און פארברעגען.

וואס מאכט מיר קראנק זענען די האסערס און היפאקריטן וואס שפייען און פרעדיגן האס און שנאה און גייען נאכדעם פארקויפן לעקציעס אין ליבשאפט. נישט דא קיין נפק"מ צווישן זיי און די ראדיקאלן אין אונזער מחנה. איינער גייט מיט א הוט און רעקל און איינער גייט מיט א כתובת קעקע. אבער דאס איז עס.
 
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

אין איין ווארט

שליחה דורך ישראל קאפקע »

Failed messiah vs Footsteps
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אין די צייטן פון קאמיוניזים זענען געווען אזלעכע וואס האבן פארלאזט און דעזעטירט צו א אנדערע מדינה און אפגעלאזט די ריינע אידילאגיע פון קאמיוניזם. יעדער פאר א צווייטע סיבה. איינעם איז ענג געווען, טייל האבן געהאט ספיקות אין די עצם געדאנק פון קאמיוניזם צו ארבעטן עקענאמיש - קאלעקטיוולי, אדער יחידיש, און צו די וואס שטייען ביים שפיץ אביוזן נישט די סיסטעם. אנדערע האבן זענען נישט זיכער געווען ווי ריין מענטשנ'ס כוונות זענען בכלל. דא אזעלכע וואס האבן געפיהלט אז מאכן געלט איז זיי וויכטיגער ווי פאררעכטן די וועלט, האבן א מאמע רוסלאנד און א געטרייע סאושעליסט פארטיי. און פאר מאנכע איז נמאס געווארן לייענען צייטונגען אין טוילעט. געווען אויכעט וואס האבן געוואלט מער רעליגיע אין זייער לעבן. נו, ווי שטארק ס'טוט וויי אויף יעדע פארלוירענע חבר איז עס פארט זייער לעבן און החלטות. זיי טשעפען נישט קיינעם און מ'קען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי זענען אדורך שווערעקייטן ואל תדין את חברך עד שתגיע למקומו.
דאס איז איין קאטאגאריע.

דערנאך זענען דא די וואס געהערן אין אן אדערער קאטאגאריע. זיי אויך, ווי די פריערדיגע, היטן נישט די לעהרע פון לענין און טראצקי. זיי אויך האבן מעגליך לעגיטימע סיבות פארוואס זיי זענען ארויס לתרבות רעה צו א הפקר'דיגע אמעריקאנע לעבן פוהל מיט אומווערדיגע תאוות און פארברעכנס. אבער אויסער דעם אלעם האבן זיי נאך אן איינצעלהייט וואס די פון דער ערשטער קאטאגאריע האבן נישט, דהיינו: זיי זענען האסערס. אנדערש ווי די קאטאגאריע-איינס פארשוינען, זענען זיי נישט אוועקגעגאנגען לעבן זייער לעבן און אונז געלאזט לעבן, נאר געבליבן דא, צווישן אונז, מיט'ן ציל ביטער צו מאכן דאס לעבן פאר צענדליגער טויזענטער געטרייע קאמוניסטן וואס האבן זיי קיינמאל נישט קיין שלעכטס געטון. זיי האבן טאקע, קען זיין, אלע רעכטן צו זיין מלא טענות וכעס אויף די חרד'שע געזעלשאפט, טייל פון זיי זענען אריבער שווערע פרשות פון מאלעסטעישן און ס'איז נישט געוועהן צו וועם צו רעדן, אנדערע זענען דורך שלעכטע הייראטן און זענען מלא טינא, אבער אנשטאט אויסגעבן זייער כעס אויף די הנהגה און פירערשאפט, אנטשטאט אטאקירן זייערע עביוזער און רודפ'ער, געבן זיי עס אויס אויף יעדער יחיד אין גאס און אטאקירן רעכטס און לינקס אן אפטיילן צווישן די שלעכטע און גוטע. אנשטאט זיין אויפריכטיג און דערציילן "נאר" דעם אמת וואס טוט זיך אפ אין אונזער געזעלשאפט זענען זיי מוציא דיבה אויף יעדן יחיד און מאלן אונז אראפ ווי קארופטירטע, מוסרים, חושד נעמער, פעלשער, אומגעלערנטע און פרויען און קינדער פייניגער. צו די גולאגס זאלן זיי גיין, מיינע שונאים דיע.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

א בי*ש, א טיפוש, א מושחת, אסאך מעיק אפ און פימפלס, אבער וואס עפעס א האסער?
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[tag]אבטולמוס[/tag], קיינער פארלאנגט נישט פון די אט"ד קהילה צו פארגעסן פונעם עבר און אפהאקן אינגאנצן פונעם סאסייעטי. יעדער פארשטייט — און זיי זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט, צו רעדן און בארעדן, גיין אויף טעלעוויזיע שאוס און שרייבן ביכער. ס'איז אבער דא א נפק"מ פון בארעדן חסידים ביז באשמוצן חסידים. ס'איז דא א נפק"מ פון איינער וואס האט נישט ליב קיין חסידים אדער דער הנהגה, ביז איינער וואס האט א שנאה עזה כמוות צו יעדער חרדי'שער איד. ס'זענען דא די וואס לעבן זייער לעבן און זאגן 'אויך' אז חסידים זענען מאדנע און קוריאז און טייל זענען מאפיאנערן, נאכדעם איז פארהאן די וואס אויסער ארום גיין פרעדיגן אז יעדער וואס גייט א הוט און רעקל איז א רשע און מענטשן פרעסער — ווייסן זיי נישט פון גארנישט. ס'איז דא, פון איין זייט, הונדערטע פיינע געוועזענע חסידים, אבער פונעם אנדערן זייט זענען דא פעלדמאנ'ס און רייכ'ס ודומיהם וואס זענען בלויזע האסערס פונעם ערשטן קלאס. וקצרתי במקום שאמרו להאריך.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

טאקע וויבאלד עס איז נישטא איין אנגענומענע סקול פון פירונגען לויט וועלכע מען לעבט אינערהאלב די היימישע קהילות, דהיינו, יעדער מאכט זיך שבת פאר זיך. דערפאר איז טאקע מעגליך אז געוויסע פון די אט"ד זענען דעם חלק לעבן וואס זיי האבן געספענדט צווישן חסידים, טאקע נאר אויפגעוואקסן צווישן מאפיאנערן. אויב א קינד וואקסט אויף אין א קהילה און מיטאמאל איין טאג ווען ער פאנגט אן מאכן פראבלעמען זוכענדיג א וועג ארויס, טרעפט ער זיך מיט מאפיאנערן בלבוש רבנים און עסקנים וואס פרובן אים צו דערגיין די יארן אבי צו האלטן אין די ראמען, קוקט אים באשיינפערליך אויס אז אלע חסידים וואס ער קען זענען מאפיאנערן. וואו זענען די גוטע חסידים אים צו קומען ארויסהעלפן בעת צר אויב אפילו זייערע רביס האלטן נישט פאר א פראבלעם אים צו דערגיין די יארן? וואס מיר קענען טוהן איז נאר צו פרובירן ווייזן פאר די פרייע וועלט, ניין! ס'יאז יא פארהאן יא גוטע אויפגעקלערטע פיינע חסידים. די רעביס זענען נישט די וואס פארטרעטן אונז.

די שאלה איז אויך, וואס טוען די אלע גוטע חסידים אז מ'זאל זיי באמערקן, בשעת ווען די שלעכטע חסידים זענען אייביג די וואס מאכן די נויז? זאלן די גוטע חסידים באקעמפן די שלעכטע בתוכינו.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

גאר ריכטיג געזאגט הרב [tag]אפטעמיסט[/tag], עס זענען דא פון די שטעכיגע און האס שפייענדע אזעלכע וואס טוען דאס בלויז פאר אטענשאן, און דא ביז ווערן גוט מיט די וויסטע אנטיסעמיטן אויף די לופט (עי"ר בלע"ז) איז בלויז א קאצן שפרונג, און טראץ וואס אין דער אנהייב וועלן זיי עס טון נאר און נאר פאר אטענשאן, וועלן זיי ווערן מיט די צייט ריכטיגע האסער, נאכהער זענען פארהאן אזעלכע וואס טוען עס פאר אטענשאן, און זיי האבן באמת נישט קיין אמת'ע האס, נאר לפנים וועלן זיי אפשפעטן און שיסן ראקעטן אויף אלע זייטן אפילו אן קיין ציל, אויף ספר הפנים צו אויף בלאגס און ביי אינטערוויוס וכדו', כדי צו באקומען די נארישע אפלאדיסמען פון אפאר גוי'שע אנטיסעמיטן און אידישע "וואנעביס", און די חיזוק פון די נארישע קלאטשערייען גיט זיי חיזוק און מוט אין זייער ליידיגע וועג..

דערנאך זענען דא אויך אזאנע וואס טוען שפייען פוסטע האס, ווייל דאס האקן אויף די פרומע גיט זיי לעגיטימאציע, מאכט זיי שפירן ווי זיי זענען אויך עפעס נישט אוועקצומאכן כלפי די ערליכע, און העלפט טיילווייז דערשטיקן זייערע שווערע שולד געפילן..

איך האב שייכות מיט עטליכע פון די סארטן, איך קען זיי פון דער נאנט..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

טאמבל סאס האט געשריבן:טאקע וויבאלד עס איז נישטא איין אנגענומענע סקול פון פירונגען לויט וועלכע מען לעבט אינערהאלב די היימישע קהילות, דהיינו, יעדער מאכט זיך שבת פאר זיך. דערפאר איז טאקע מעגליך אז געוויסע פון די אט"ד זענען דעם חלק לעבן וואס זיי האבן געספענדט צווישן חסידים, טאקע נאר אויפגעוואקסן צווישן מאפיאנערן. אויב א קינד וואקסט אויף אין א קהילה און מיטאמאל איין טאג ווען ער פאנגט אן מאכן פראבלעמען זוכענדיג א וועג ארויס, טרעפט ער זיך מיט מאפיאנערן בלבוש רבנים און עסקנים וואס פרובן אים צו דערגיין די יארן אבי צו האלטן אין די ראמען, קוקט אים באשיינפערליך אויס אז אלע חסידים וואס ער קען זענען מאפיאנערן. וואו זענען די גוטע חסידים אים צו קומען ארויסהעלפן בעת צר אויב אפילו זייערע רביס האלטן נישט פאר א פראבלעם אים צו דערגיין די יארן? וואס מיר קענען טוהן איז נאר צו פרובירן ווייזן פאר די פרייע וועלט, ניין! ס'יאז יא פארהאן יא גוטע אויפגעקלערטע פיינע חסידים. די רעביס זענען נישט די וואס פארטרעטן אונז.

די שאלה איז אויך, וואס טוען די אלע גוטע חסידים אז מ'זאל זיי באמערקן, בשעת ווען די שלעכטע חסידים זענען אייביג די וואס מאכן די נויז? זאלן די גוטע חסידים באקעמפן די שלעכטע בתוכינו.

ווי כ'האב געזאגט פריער האלט איך אויך אז די אט"ד מיטגלידער זענען הונדערט פראצענט גערעכט מיט'ן זיין ברוגז און אנגעבלאזן אויף זייער געוועזענע קהילה, נאכדערצו אז רוב זענען גע'רודפ'ט געווארן ערגעץ וואו אין לעבן, צי נאך זייענדיג בינינו, צי ביים פרובירן צו פארלאזן.
אויב אפילו די וואס זענען יא א חלק פונעם געזעלשאפט זענען אויפגעברויזט און צעבראכן, איז דאך זעלבסטפארשטענדליך אז די וואס האבן עס פארלאזט, זענען בייז און מלא חימה. ס'איז אבער דא א נפק"מ פון זיין אויפגערעגט און אין כעס ביז שרייען אין דער וועלט אריין און זוכן וואו מ'קען שטעכן און באשמוצן יעדער פריוואטער פרומער איד. ס'זענען דא וואס געבן א בילד אז דער הנהגה און פירערשאפט פון חרידזם איז קארופטירט, נאכדעם איז דא די וואס בארעדן און באשמוצן יעדער יחיד וואס איז געבוירן געווארן א פרומער איד ווי כאילו ס'איז נישט פארהאן קיין איין געזינטער חרדי ביים זינען.
עקסטרעמיסטן זענען עקסטרעמיסטן נישט קיין חילוק צו וועלכע לאגער מען געהערט. האסערס זענען אפגעפרעגט נישט קיין נפק"מ אונטער וועלכער שלייער זיי ווארפן זיך.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

זייער א שיינע ארטיקל, [tag]אפטעמיסט[/tag]. איך בין נאר אביסל פערפלעקסט. בין איך די איינציגסטע וואס שטייט פארוואונדערט אויף די שארפע סטעיטמענטס? ווייל איך מוז זאגן אז קיין איין איינציגסטע אט"ד האט מיר וויי געטון מיין גאנצע לעבן. אויך נישט מיין ווייב, קינדער, עלטערן, געשוויסטער, ווייב'ס געשוויסטער, ניכטעס, פלומעניקן, באבעס, זיידעס, פעטערס מומעס, קוזינעס, אפילו גאר ווייטע קרובים וידידים. קיין איינער איז נישט וויי געטון געווארן פון קיין איין אט"ד, קיינמאל!!! ווער זענען די צענדליגע טויזנטע וויי געטונ'ער אידן? ווידער פון "פרומע" אידן, אוי ווי פיל איך בין געווארן צוהאקט און צוזעצט ל"ע.


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

הוגה ,איינעם וואס עס שטערט עם נישט די אפענע בלוט-אין-די-מצות סטייל בלבולים פון שרה'לע בערקאוויטש צריך בדיקה אחריו.

און איינעם וואס גייט נישט אן די סאציאלע מידיע פאוסטס יומם ולילה 'סעווען דעיס עי וויק' וואס אלע פון זיי הייבן זיך אן ''ווייל איך אמאל געווען חסידיש האב איך נישט געוויסט ווי אזוי מען ווישט זיך אונטער אבער יעצט נאך א צוויי יאר אין סארא לארענץ קאלידש ווייס איך שוין פאר וואס די הענטל אין ביהכ''ס איז געמאכט געווארן''.

אדער ''ווייל איך בין געווען אמאל חסידיש האב איך קיינמאל נישט געקענט זאגן פאר מיינע קינדער איי לאוו יו (חסידים זאגן קיינמאל נישט ארויס עפעס וואס איז אפילו קרוב צו די לאוו ווארט ווייל עס קען צוברענגן אז מיידלעך זאלן אנהייבן ארומהאקן מיט בחורים) ,אבער יעצט נאך צוויי יאר שווערע טערעפי דורך דער הויכגעשעצטער דר. אויסרייבער צוגעשטעלט דורך די גוטסקייט פון פיסטריט קען איך שוין האגן מיינע קינדער און איינמאל א חודש זיי זאגן איך לאוו ענק ,איך האף אז מיט די צייט און מיט נאך אסאך חילולי שבת און גירלפרענדס וועל איך קענן ארויסזאגן די ווערטער איינמאל א וואך''

וכדומה וכדומה יעדן טאג ממש כאילו מיר חרדים זענן עפעס א נייע אויסגעטראפענע סעקטע גלייך פון די עמעזאן פארעסט ארויס און זיי די בעלי תאווה זענן אויסגערופענע אנטראפאלאגן.

אויב דאס אלעס טוהט דיר נישט וויי טויג עפעס יסודות'דיג נישט מיט דיין אידישקייט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

[tag]הוגה[/tag], ענקער משפחה האלט זיך עפעס זייער נאנט ;)... כ'מיין, דו ווייסט אפילו צו זאגן וואס טוט זיך ביים ניכטע און פלומעניק, קוזינס און "גאר ווייטע קרובים וידידים". קודאס! ס'איז א מורא'דיגער זאך, כמוכם ירבו בישראל...

לענינו, דו, פערזענליך, ווערסט אפשר נישט צעקראצט ווייל מ'האט דאך געשמועסט אז ביסט פון פלעטבוש מיט א פענסל בערדל, אבער מה לעשות אז פאר אונז חסידים שאדט עס יא. פארשטייט זיך פאר איינעם מער און פאר איינעם ווייניגער, אבער פאר מיר איז אין א געוויסע זין א שאנדע ארויסצוגיין מיט'ן הוט און רעקל נאך די אלע וויסטע אטאקעס אויף טעלעוויזיע און סאציאלע מידיא וואו מ'באשמוצט אונז טאג איין טאג אויס, ווי עס דארף צו זיין.
נישט אז כ'גיי ארום נבוך כבימי אחשוורוש, אבער ס'איז א בושה וחרפה נעמענדיג אין באטראכט וואס דער גוי טראכט פון אונז. (הגם וואס איך פריי מיך דירעקט יא ווען די קנאים און ראדיקאלן ווערן אראפגעריסן, אוו די אומרעכטן און טעראר ווערט פובליצירט פאר דער וועלט, באדערט מיר פערזענליך ווען האסערס זענען מוציא שם רע אן מבחין זיין צווישן גוטע און שלעכטע, און מען קוקט מיר אן ווי א בת היענה דערוועגן).

נחום ר"ב האט אויך א שפיץ, און טוט אויך אויף לטובת הכלל, זיין פראבלעם איז אז ער איז נישט מבחין בין טוב לרע און פארקויפט לגיונות און דמיונות פאר'ן וועלט. די האסערס זענען די זעלבע. גארנישט אנדערש.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווען די "האסערס" זאלן ווען קענען מבחין זיין צווישן די גוטע און די שלעכטע וואלטן זיי דאך לכתחילה נישט געדארפט איבערלאזן, זיי וואלטן נאך אנהויב געזאלט קענען מחליט און אויסקלייבן צו זיין ווי דיך, ווי די גוטע, נישט אזוי?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ס'איז דא גענוג סיבות פארוואס אפי' א גוטער און פיינער מענטש זאל אראפ גיין פון וועג, אבער דאס איז נישט מצדיק צו באשמוצן יעדער וואס איז יא געבליבן פרום.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

אז ער איז א גוטער און פיינער, וואו מאכט עס סענס ער זאל גיין און באשמוצן יעדער וואס איז פרום געבליבן אהן מבחין זיין? אז ס'איז דא א מערהייט גוטע מענטשן צווישן אונז איז נישט שכל'דיג צוזאגן אז אזא איינער זאל פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זען אלעס נאר שוארץ?! אויב זענען טאקע דא אזויפיהל אויפגעקלערטע אינעווענדיג פארבליבן וואס אקצעפטירן און האבן קיין שום פראבלעם ארויסצוגיין מדי פעם לפעם מיט זיי און זייערחבר'טע האבן א גוד טיים, מה ראה לעשות שטות זה?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארשפארט