בלאט 1 פון 4

פילטערס פאר קאמפיוטער, טעבלעט און סעלפאן

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:12 am
דורך ידען
ווי איז די עצה פורום?

די כינוס איז געווען א סוקסעס אדער נישט, די גאס איז אויף מיט פילטערס, זייער אסטך מענטשן לייגן זיך פילטערס. סע זעהט אויס אז באלד וועט זיין א בושה נישט צו האבן א פילטער אויפן סעלפאן.

אפי׳ איך וויל מיך אויך מיטכאפן און לייגן א פילטער. כ׳בין טאקע נישט געווען ביים כינוס אבער מיטגעהאלטן אביסל און איך טראכט זייער שטארק וועגן א פילטער, נו דארף מען דאך וויסן וועלעכע פילטער איז גוט? וואס איז די חילוקים פון די אלע מיני פילטערס?

העלפטס מיך ארויס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:31 am
דורך יידל
גיב א קוק אין די קונטרס וועלכע מ'האט געזאלט אויסטיילן ביים כינוס. דארט צילייגן זיי אלע פילטער, די מעלות און די חסרונות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:35 am
דורך matovu
i have a BB
i want to install GYE

BUT

will i still be able to log onto my Twitter app ?

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:40 am
דורך יידל
ניין. גארד יור אייס בלאקירט פעיסבוק און טוויטער. דו קענסט בעטן א חבר זאל דאונלאודען פאר דיר "everylock", און זאל נאר בלאקירן די עפפ ווארלד און די בראזוער.

א גיטע פילטער

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:14 am
דורך איך בין עס
עס איז עשרת ימי תשבה אין איך וויל לייגן א גיטע פילטער אויף מיין ענדרוט איינער קען מיר העלפען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:54 am
דורך טראכט
איך האב זיך זייער געמיטשעט זיכענדיג א גיטע פילטער פארן ענדרויד, רוב פילטערס זענען אשאד אראפצילאדענען, עס טוט נישט די ארבעט, און עס פארשטייטערט אייער פאון, ביז איך האב אינסטאלירט "נארטאן פעמילי" און איך בין ב"ה זייער ציפרידן,
טעמו וראו כי טוב!
נאדער די לינק

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:12 am
דורך ידען

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:57 am
דורך נולד מאוחר
אינעם ענדרוד אשכול רעדט מען אויך ארום איבער פילטערס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:35 pm
דורך קורץ און שארף
עס איז דא א וועבזייטל ונשמרתם,

דא איז די לינק

פילטערס

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:28 pm
דורך היימישער ליטוואק
ווייסט איינער וועלכע פילטער טוט אזוי אויסבלאקן די פנים'ער פון אלע סייטס?
אויך איז פאראן ערגעץ וואו א קאמפעריסאן צווישן די אלע אוויילביל פילטערינג פראגרעמס?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:38 pm
דורך galitzyana
nishtu aza zach ven yu what is the problem with the internet

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:39 pm
דורך היימישער ליטוואק
עס איז דעפיניטלי יא פאראן איך האב דאס ג'זען ביי א חבר.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:40 pm
דורך זר זהב
נו פרעג יענעם חבר

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:42 pm
דורך שמעקעדיג
Jnet האט אזא אפציע, ווי אויך די נייע "משומר" פילטער פון סאטמאר.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 5:49 pm
דורך היימישער ליטוואק
וואו באקומט מען משומר פון סאטמאר? וועבסייט?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 6:57 pm
דורך היימישער ליטוואק
איך האב עס ג'טראפן: ISHIELD, וואס האלט דער עולם? עני עקספיריענס?

אויך זייער ביליג, אן איינמאליגע איינצאל פון 25 דאלר!!

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 7:20 pm
דורך געפילטע פיש
די איינציגסטע פילטער וואס טוט דאס איז ליוויגענט www.livigent.com/technology-details/p-2/
יעדע קאליר וואס איז דומה צו די קאליר פון הויט ווערט געבלאקט, דא מיינט אז ס'בלאקט אויך בילדער פון רבי'ס, ווי אויך פון די האלץ אויף home depot וועבסייט וואס איז אן ענליכע קאליר, בשעת וואס הויט פון טונקל הויטיגע לאזט עס יא דורך.
B&H און Jnet האבן אינוועסטירט אין דעם, ונשמרתם האט עס אויך.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:00 pm
דורך היימישער ליטוואק
יישר כח געפילטע. ווייסט אפשר זייער פרייז? אויף זייער סאייט שטייט נישט.
אויך, איז דאס אנדערש ווי ISHIELD? וועלכע איז בעססער?

נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 9:29 pm
דורך געפילטע פיש
איך ווייס נישט וועגן Ishield, דאס איז די ערשטע מאל איך הער פון זיי, אבער ליווידזשענט קען מען נאך נישט קויפן דירעקט, נאר דורך קאמפאניס ווי ונשמרתם און jnet, (און שמעקעדיג זאגט אז משומר אויך) אויף א חודשליכע קאסט.
דא קענסטו זען די ונשמרתם אפציע פון ליווידזשענט, (ס'איז די טייערערע Pro אפציע).

וועלכע ארבעט בעסער, ס'איז אוממעגליך צו זאגן, איך האב נאך נישט געזען דעם איישיעלד, אבער די ליווידזשענט בלאקט אויך יעדע הויט קאליר, אפילו פון צניעות'דיגע געקליידעטע מענער און פרויען, און יעדע בילד, אפילו פון פוירניטשור אדער סיי וואס איז א בעיזשע קאליר וועט ווערן געבלאקט, וואס דאס פארשווערט אנליין שאפינג אד"ג. אבער איישיעלד טענה'ט אז זיי בלאקירן נאר פארנאגראפישע און אויסגעלאסענע בילדער, זיי אנאליזירן צו זען אויב דאס איז א טיש אדער א מענטש, די פראגראם זוכט פנים שטריכן, הענט און פיס, און ווען ס'זעט אז ס'איז א מענטש וואס איז אויסגעלאסן נאר דעמאלס וועט עס בלאקירן דעם בילד. ווי אויך, מיט ליווידזשענט מוזטו גיין מיט א היימישע קאמפאני וואס קען זען דיין יעדע טריט, יעדע זאך וואס ווערט געלייענט און געשריבן, וואו דו גייסט, וואס דו טוהסט, משא"כ די איישיעלד איז א פראגראם וואס ווערט אינסטולירט אויף דיין קאמפיוטער, מ'צאלט איינמאל $24 און שלום על ישראל. די מיליאן דאלארדיגע שאלה איז אויב ס'ארבעט טאקע צו נישט.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:35 pm
דורך היימישער ליטוואק
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואו באקומט מען משומר פון סאטמאר? וועבסייט?


http://meshimer.com/

נשלח: זונטאג מאי 04, 2014 4:36 pm
דורך חד גדיא
אויף K9 איז דא די אפשען צו בלאקירן די אינטערנעט פאר געוויסע שעות פון טאג. איז דא א פילטער וואס מ'קען בלאקירן נאר געוויסע וועבסייטס געוויסע שעות פון טאג? למשל, איך וויל נישט האבן יו טוב אין די ארבעטס שעות.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין אריינגעגאנגען צו טעג אפיס אין לעיקוואוד בעטענדיג א ווייט ליסט פילטער פאר מיין פאון. זיי האבען גענומען $45 און ארויפגעשטעלט gentech. גלייך האב איך באמערקט אז ס'שלעפט עלעקטריסיטי און ליידיגט אויס די באטערי אין א האלבען טאג. שוין, איך האב געשיקט אן אימייל צום קאמפאני און זיי האבען מער געקלינגען און געזאגט אז מ'האט מיר געגעבען אן אלטע ווערזיע.
א קיצור, מ'האט ארויפגעלייגט די נייעם, און קיין שום עפפ האט נישט געארבעט.
צום סוף האב איך געהייסען אראפ נעמען און מ'גייט מיר צוריק שיקען דאס געלט.

איינער האט אן עצה, ערפארונג, עפעס צו זאגען צו לייגען א ווייט ליסט פילטער אויפ'ן ענדרטעד פאון? איך וויל בעיקר פארמיידען ליידיגייען, לאו דוקא שמוץ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 12:21 pm
דורך [NAMELESS]
קודם רוף אן טעג אין בארא פארק און פארצייל זיי וואס דו האסט געהאט אין לעקוואד