בלאט 1 פון 2

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 5:12 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אשכול איז געוואלדיג. לאוו איט. ווי גראבט ער אויף אלע די סחורה? זיצט אין לייבערי א גאנצן טאג?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 10:26 pm
דורך יואליש
גראדע "דאס און יענץ" אדער, על דא ועל הא אן דיס ענד אן דהעט, איז אן אנדערע בלאג פון "אן דע מעין ליין."

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 9:46 pm
דורך הערשי
רעב פרעד בשם דער ציג האט פובליצירט א בילד פון בא'חנ'טע אידישע איגעלעך מיט פיאות און הוילן קאפ אויסגעשטעלט פאר א שולע פאטאגראף אין דער אלטער היים אין אונגארן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 10:12 pm
דורך ישראל קאפקע
המלוכה והממשלה האט געשריבן:Here's an interesting passage about Baal Shems, printed in a book from 1724, by Moses Marcus, a grandson of Glikl of Hameln.

מען האט גענוצט די דייטשע אות ß אין ענגליש אין יענע יארן? ווי אזוי האט מען עס ארויסגעזאגט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:23 pm
דורך יידל
ווי זעסטו דעם דייטשן ש? איך זע נאר די f המשמש במקום S. דאס האט מען געזאגט S.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:34 pm
דורך הירשל ציג
הערשי האט געשריבן:רעב פרעד בשם דער ציג האט פובליצירט א בילד פון בא'חנ'טע אידישע איגעלעך מיט פיאות און הוילן קאפ אויסגעשטעלט פאר א שולע פאטאגראף אין דער אלטער היים אין אונגארן.


לכאורה צ"ל די ציג ולא דער ציג. וק"ל

אויב שוין יא איז שטעל שוין די לינק צו יענעם שטיקל http://theantitzemach.blogspot.com/2010 ... st_26.html

שכוח

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:37 pm
דורך קול דודי
יידל האט געשריבן:ווי זעסטו דעם דייטשן ש? איך זע נאר די f המשמש במקום S. דאס האט מען געזאגט S.

דאס איז דער לאנג עסס.
http://en.m.wikipedia.org/wiki/Long_s

אמאל איז אונזער s געווען נאר אן ענדע-עסס (ס-סופית).

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:55 pm
דורך [NAMELESS]
"און ס'איז נאך היינט ווערט דאס געלט" האט צוגעלייגט א קלוגער ייד...

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 8:10 pm
דורך ישראל קאפקע
נאך עוועילעבל?
כ'העל אפילו צוצאלן פופציג צענט מער פער לאט, איך וועל נעמען צען שטיק.

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:44 pm
דורך הערשי
ר' פרעד פרעגט אן פונעם אידיש רעדנדן ציבור ווער עס קען דעשפרירן די ווערטער אויפן שילד. דאס בעסטע וואס ער האט אצינד איז
יודען רחמנים
שענקע א נדבה
א בלינדען
פערצרה איד אין
לעבען

IMG-20150506-WA0026.jpg

נשלח: מיטוואך מאי 06, 2015 4:45 pm
דורך הערשי
IMG-20150506-WA0024.jpg

ראו מה בין בני לבן חמי

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 2:12 pm
דורך הוגה
[justify]מענינא דיומא

פרעד ברענגט היינט א ציטאט פון די Sentinel of Chicago, אום 1966 - תשכ"ו. ליינט און זעהט וויאזוי אמאליגע חסיד'ישע אידן האבן זיך געפירט בנוגע נעמען שטאטישע פראגראמען.

.[/justify]

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 11:02 pm
דורך הוגה
מענינא דיומא, האט פרעד מעקדאוועל דאס יעצט געפאוסט, גענומען פון די 'בני ברית מעסענדזשער' אפריל 26, 1912.

.

נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:53 pm
דורך ביבער
ווי פרעד זאגט דארט אין איינע פון די קאמענטס גלייבט ער נישט אז ער האט טאקע געהאט א PHD. אבער ס'איז נאכאלס זייער אינטערסאנט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 3:37 am
דורך וואלווי
המלוכה והממשלה האט געשריבן:Wow


כ'האב אלס געמיינט אז די רבי זי"ע איז געווען רבן של ישראל?

ס'דא נאך א ישראל וואס איך ווייס נישט?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 3:44 pm
דורך הוגה
פרעד האט היינט געפאוסט א בילד פון סאטמאר רבי ז"ל וואס כ'האב קיינמאל געזעהן בעפאר, פון א ביך וואס הייסט "What Saved the King: An Account of the Miraculous Recovery of His Majesty King George V of England," Henry Shonberger, New York, 1930.

באמערקט וויאזוי זיי שרייבן דעם רבינ'ס נאמען אין ענגליש.

.

Re: דאס און יענץ פון פרעד מעקדאועל (אן דה מעין ליין)

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 3:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קען נישט יענער בוך, אבער דער קעניג פון ענגלאנד האט געשיקט קוויטלעך צו אסאך רעליגיעזע פיגור׳ן, ובתוכם דער חקל יצחק, וואס האט גע׳ענטפערט מיט א בקשה פאר געלט פאר זיין ישיבה. די בקשה איז נישט גע׳ענטפערט געווארען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 3:59 pm
דורך צפור בודד
אינטערעסאנט דער ענגלישער נאמען Julius. אין א בוך Dealing with Satan by Lasislaus Lob (בנוגע קאסטנער) גיט ער אן אלטערנאטיווער נאמען פאר יואל, Jajlis

איך ווייס נישט פון וואו ער נעמט דער נאמען. איז דאס געווען זיין אפיציעלער נאמען פארן קריג?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 4:13 pm
דורך ביבער
הוגה האט געשריבן:פרעד האט היינט געפאוסט א בילד פון סאטמאר רבי ז"ל וואס כ'האב קיינמאל געזעהן בעפאר,
.

און סאטמאר איז דער בילד באקאנט אז "דער רבי אלס רב אין ארשיווע"

Re: דאס און יענץ פון פרעד מעקדאועל (אן דה מעין ליין)

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 4:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
צפור בודד האט געשריבן:אינטערעסאנט דער ענגלישער נאמען Julius. אין א בוך Dealing with Satan by Lasislaus Lob (בנוגע קאסטנער) גיט ער אן אלטערנאטיווער נאמען פאר יואל, Jajlis

איך ווייס נישט פון וואו ער נעמט דער נאמען. איז דאס געווען זיין אפיציעלער נאמען פארן קריג?
אין די זעלבע זאץ זעסטו וויפיל יענער האט געוואוסט. נאכ׳ן באפרייאונג איז ער דאך נישט געפארען קיין אמעריקא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 4:41 pm
דורך צפור בודד
קאם אן. האט ער נישט געוואוסט פון א קורצער צייט אין ארץ ישראל וואס סאטמאר אליין רעדט אויך נישט צופיל דערפון. פארדעם וועט ער אויס'חלומ'ען א נאמען?

נשלח: זונטאג יאנואר 06, 2019 5:28 pm
דורך Buddy
צפור בודד האט געשריבן:קאם אן. האט ער נישט געוואוסט פון א קורצער צייט אין ארץ ישראל וואס סאטמאר אליין רעדט אויך נישט צופיל דערפון. פארדעם וועט ער אויס'חלומ'ען א נאמען?

און אז מען רעדט נישט הערדט מען נישט, און אז מען הערט נישט ווייסט מען נישט...

אבער ס'דא וואס ווייסן יא!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 20, 2020 9:35 am
דורך הוגה
קאצק'ער מאווי, תרפ"ט


.