בלאט 1 פון 1
ק"ש מעמבער'ס, עטץ מאכטס ענק אליין קאליע
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:41 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
איך האב שוין געשריבען אין מיין ערשטען תגובה אין די "לאמיר זיך פארשטעלען פאר אייך" אשכול אז כ'בין א געוועזענע ק"ש ניק.
איך גיי נישט געבן קיין לאנגע דרשות אבער בקיצור וויל איך זאגן מיין נקודה.
"רוב" פון די גוטע שרייבער'ס פון אונזער הייליג שטיבעל זענען נעלם געווארן וועגען "גילוי".
איך בין געווען הימייש מיט אסאך פון די ניק'ס אין ריעל לייף, איך זאג וואס זיי האבן מיך געזאגט. אין נישט יעדע וואס פארלאסט מיט א פארביטערטע טעם אין מויל וויל צירוק קומען מיט א פרישע ניק. נאר ער וועט זיך באגעניגן מיט זיין א גאסט.
היוצא לנו מכל זה, ווער האט שאדן ווען מ'דעקט אויף א ניק? נאך די מעמבערס אליין.
זיכער אז אסאך מאל איז שולדיג די ניק אליין פאר זיך פארעדען אין צו קומען צו גילוי, אבער אסאך מאל נישט. ס'איז פארהאן ניק'ס שוטים אטמער איך מעג זאגן רשעים אין סתם פאר די העק ווילן זיי אויפדעקען איינער, אין דערנאך שרייען אין די "ווי זענט עטץ" אשכול.
איך פארשטיי אמאל איז דא א ניק וואס געפעלט א צווייטע, נו ער אישי'ט זיך מיט יענער אין נאך א שטיק צייט ווערט מען אין ריעל לייף פרענד'ס, נו, פארוואס נישט.
אבער דער תאווה פון סתם אויפדעקען א ניק איז א רשעות אין די ענד אוו דער דעי מאכסט די זיך אלייין קאליע.
איז מיין בקשה צו ענק "פליז הערטס אויף מיט די נארישקייט, זיכסט א האבי? שיק מיך אין אישי. כ'וועל דיך צושטעלען בעסער'ס.
יעצט צו די אלע וואס גיין מיך שיקן אין אישי "וואס איז דיין אלטע ניק"? איך גיי ענק נישט ענטפערן.
א גוטע נאכט
שטאפענע
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:43 pm
דורך כוכב
די בעסטע עצה, זיך נישט מגלה זיין פאר קיינעם. איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי. וכן אני נוהג.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 9:50 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
[tag]קעלנער[/tag] ביזט נייע צו מיך, אבער כ'זעה ביסט גרין מסתמא ביזטו עפעס מער ווי מיך, שקויח פאר דיין לייקt איך האב מסביר געווען אז אמאל איז דא מענטשן וואס ווילן זיך יא קענען מיט אנדערע, [tag]כוכב[/tag] איך האלט נישט ס'איז א אפגעפרעגטע זאך, ווילסט זיין פון די מהדרין? נו אלרייט.
אבער מען קען נישט זאגן מיט א פשטות אז דיין וועג איז אייביג ריכטיג, דורך מיין אלטע ניק האב איך געטראפן גוטע נייע חברים. איך קען זאגן איך האב נישט קיין חרטה.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:24 pm
דורך שמעקעדיג
שטאפענע, וועלקאם בעק.
ביטע באריכט ביי די הנהלה וועלכע ניקס עס רודפ'ן. לויט די תקנות איז עס שטרענג פארבאטן. און אויך לויט די מענטשליכע שכל.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:31 pm
דורך פארוואס?
אמת'דיג?!
עס איז דא אזא מין אפשן פון זיך באקענען איינעם מיטן צווייטן אין ריעל לייף?! איי דאנט בעליוו איט!!
wow! איך האב א גאנצע ליסט מיט ניקס וואס איך וואלט זיך געוואלט טרעפן מיט זיי, איך האב קיינמאל נישט געטראכט אז עס איז בכלל א מעגליכקייט. איך האב מיר קיינמאל נישט פארגינען צו טראכטן דערפון.
און יעצט לגופו של ענין. וואס מיינסטו צו זאגן אז וועגן גילוי גייט מען אוועק? דו רעדסט פון דיינע ריעל לייף פרענד וואס האבן דיר פארראטן? אדער פון אזעלכע וואס האבן זיך קיינמאל נישט געטראפן מיט דיר, און זיי ווייסן דיינס, ווען דו ווייסט נישט זייערס?
עפעס איז דא ממש אומפארשטענדליך...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:41 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
זיכער איז דא אזא זייך זיך צו טרעפן אין ריעל לייף, כ'האב מיך באקאנט מיט מער ווי איינער, כ'האב אפי אמאל געהאט דריי ניק'ס צוזאם ביי מיך אין די היים, אונז האבן קיינמאל נישט געוויסט פון איינער די אנדערע.
לגופו של ענין. ניקס ווערן נעלם נאך זיי ווערן מגלה דורך סתם שלעכטע מענטשן.
למשל איך האב געזאגט אין ביהמ"ד פאר איינער כמה פעמים "איך האב געזעהן אין ק"ש".
יעצט יענער איז נישט די זעלבע מין ווי מיר, כ'וויל אויסדריקלעך ער זאל נישט וויסן ווער איך בין אויף קאווע שטיבעל (אין אויך נישט אין ריעל לייף

) היות איך שרייב זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן לויט זיין מיינונג.
אבער דער וויל דאך וויסען וואס מיין ניק איז הייבט ער אן זיך אומקוקן אין אישי'ט יענר מיט דער, נאכ'ן זיכער איינער וואס וואינט דוווקא אין מאנרא וגו' האט ער א חשד אויף דריי ניק'ס, ביז ער טארגעט מיך, אין קומט אריין אין ביהמ"ד וואס טוט זיך שטאפענע???
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 10:45 pm
דורך יתרו
איך קען א צען געוועזענע ניקס קיינער פון זיי האט נישט אויפגעהערט שרייבן וועגן גילוי אויסער איינער וואס האט ממילא נישט געשריבן קיין סך. בדרך כלל איז די סבה ווייל מען ווערט מיד פון שרייבן אדער מען לויפט אויס פון טעמעס. ביי אויפגעדעקטע ניקס זענען רוב אויפגעקומען מיט א פרישע ניק והתחדשי כנשר יעיר על קאוווי. ו[tag]כוכב[/tag] יוכיח ער זאגט טאקע נישט אויס זיין ניק פאר קיינעם אבער געב עס א שטיק צייט און מען וועט אים זוכן אין פארשווינדענע ניקס אשכול.
#איך-זאג-נאר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:06 pm
דורך פארוואס?
אז מען רעדט איבער ניקס, דערמאן איך זיך ווי דער רעביזכעסעגעליינע האט געזאגט אויף ניקסאן (בשעתו, ווען ער האט ארויס געהאלפן די ציונים אין די יוהכ״פ מלחמה): ער איז א ניקס!!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:10 pm
דורך חסיד
פארוואס? האט געשריבן:אז מען רעדט איבער ניקס, דערמאן איך זיך ווי דער רעביזכעסעגעליינע האט געזאגט אויף ניקסאן (בשעתו, ווען ער האט ארויס געהאלפן די ציונים אין די יוהכ״פ מלחמה): ער איז א ניקס!!
ו'ניק'ייסי דמם לא 'ניק'אייסי
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:34 pm
דורך פליקער
וניק'ם השם ציון ניק'ם כל חרבתיה
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 11:37 pm
דורך רויטע וואנצעס
ישיב נקם, געסט איבער דיין ניק פאר יענעם, לצריו, ברענגט עס נאר צרות.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:00 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:05 am
דורך רויטע וואנצעס
בערל ביי מיר אין ביהמ"ד איז דא איד וואס שמייכעלט א גאנצן טאג. אויף זיין טלית בייטל שטייט ב. ב. ב. כהאב עם שוין אפאר מאל געוואלט פרעגן אויס ס'מיינט בערל בעל עגלה, אבער נאכדעם וועסטו אוועקלויפן פון דא אלץ גילוי און אונז לאזן לאנחות.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:15 am
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 12:17 am
דורך רויטע וואנצעס
דארפסט נישט נייע גלעזער, איך דארף פשוט שלאפן.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:18 am
דורך פארוואס?
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:אבער דער וויל דאך וויסען וואס מיין ניק איז הייבט ער אן זיך אומקוקן אין אישי'ט יענר מיט דער, נאכ'ן זיכער איינער וואס וואינט דוווקא אין מאנרא וגו' האט ער א חשד אויף דריי ניק'ס, ביז ער טארגעט מיך, אין קומט אריין אין ביהמ"ד וואס טוט זיך שטאפענע???
ווייסן מיר שוין צוויי זאכן, א שטאפענע הוט און וואוינט אין מאנרא. גיי לויף שנעל טוישן א ניק.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:24 am
דורך שטאפענע קאפעליטש
חכם איינער, כ'האב מיך שוין אפגעבריעט, ס'אלץ א משל.
איך וואין אין וויליאמסבורג, אין איך גיי א האמבורגע היט
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 1:34 am
דורך אפטעמיסט
א האמבורג אין ווילי —זאג, ביסטו אפשר מיין צווייטער ניק?
אן ע סיריעס נאוט: איר זענט טויזענט פראצענט גערעכט מיט אייער וויי געשריי.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 29, 2014 10:43 am
דורך ידען
כוכב האט געשריבן:די בעסטע עצה, זיך נישט מגלה זיין פאר קיינעם. איינמאל גילוי איז אלעמאל גילוי. וכן אני נוהג.
Re: ק"ש מעמבער'ס, עטץ מאכטס ענק אליין קאליע
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 12:48 am
דורך פאליטיקאנט
יתרו האט געשריבן:איך קען א צען געוועזענע ניקס קיינער פון זיי האט נישט אויפגעהערט שרייבן וועגן גילוי אויסער איינער וואס האט ממילא נישט געשריבן קיין סך. בדרך כלל איז די סבה ווייל מען ווערט מיד פון שרייבן אדער מען לויפט אויס פון טעמעס. ביי אויפגעדעקטע ניקס זענען רוב אויפגעקומען מיט א פרישע ניק והתחדשי כנשר יעיר על קאוווי. ו[tag]כוכב[/tag] יוכיח ער זאגט טאקע נישט אויס זיין ניק פאר קיינעם אבער געב עס א שטיק צייט און מען וועט אים זוכן אין פארשווינדענע ניקס אשכול.
#איך-זאג-נאר
@כוכב גייט נאך אן מיט א שטארקייט!
(יא איך רייב מיך יעצט ווייל ער האט מיך דערמאנט אין נייע העלדן אשכול)
@berlbalaguleh איז פון די איינציגסטע ניקס וועלכע .
זענען "שטארק אקטיוו" נאך פונעם התיסדות השטיבל!
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 2:02 am
דורך קורקלענד
אויב דאס הייסט אנגיין מיט א שטארקייט שטייט אונזער דור זייער שוואך. אנלעס כוכב ארבעט אונטערן טיש... איז עס ווייט נישט וואס ס'איז אמאל געווען.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 12:15 pm
דורך גבור חיל
קורקלענד האט געשריבן:אויב דאס הייסט אנגיין מיט א שטארקייט שטייט אונזער דור זייער שוואך. אנלעס כוכב ארבעט אונטערן טיש... איז עס ווייט נישט וואס ס'איז אמאל געווען.
יעצט געטראפן דעם פה שח 2, א ים פון ארטיקלען געשמאק און זאפטיג, א ריכטיגע ביישפיל פון וואס דא איז אמאל געוועזן...
כהאף אז עפעס טוצעך אינטערן טיש, ווייל עס ווייטאגט ביים הערצעלע...